Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » נעמען פון ספרים גענומען פון שיר השירים

נעמען פון ספרים גענומען פון שיר השירים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6281
זונטאג אפריל 20, 2014 10:14 am#196537
נעמען פון ספרים גענומען פון שיר השירים
במשך פונעם יו"ט פסח קומט אויס צו זאגן שיר השירים עטליכע מאל. ס'איז דא וואס פירן זיך עס צו זאגן יעדע ערב שבת אנדערע פטר'ן זיך מיט די פיר פסוקים ר"ת יעקב (וואס אגב איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן דער מקור דערפון) אבער אני הקטן זאג עס נאר פסח ביינאכט נאך די סדרים און שבת חול המועד, כנהוג.

זאגענדיג שיר השירים איז מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן אז זייער אסאך נעמען פון ספרים זענען גענומען פון שיר השירים. איך שטעל דא ארויף א טיילווייזע ליסטע:

טורי זהב (תורי זהב)
פרי מגדים
נקודות הכסף
ערוגות הבושם
מגדלת מרקחים
פרדס רמונים
שער בת רבים
באר מים חיים
צרור המור
משכנות הרועים
חבצלת השרון
צאינה וראינה
אלף המגן
שלטי גבורים
מעין גנים
דגול מרבבה
סוגה בשושנים
חדשים גם ישנים
כרם (היה ל)שלמה
הרי בשמים.

ווער ס'באמערקט נאך איז מכובד צוצולייגן
זונטאג אפריל 20, 2014 10:17 am#196539
יריעות שלמה
בצלו חמדתי
קול התור
אפריון שלמה
אבקת רוכל (פון ר' יוסף קארו, צפת)
חדר הורתי, עטליכע, פון הרב מיימון פישמאן, ר' אברהם גונוחאבסקי

ס'דא נאך, כ'דארף כאפן דעם מנין
זונטאג אפריל 20, 2014 2:27 pm#196570
פרק ה'
קול דודי - 4 אויף היברו בוקס
קול דודי דופק - פון רב זצ"ל, און אויף ר' שלום שוואדראן
רסיסי לילה - ר' צדוק
כפות המנעול - ש"י עגנון, כ'האב זיך פארגעשטעלט אז דער נאמען איז שוין פארכאפט, חפשתי ונושעתי.
נפשי יצאה בדברו (לינק צו ATUB @יידל ATUB 'ס מאמר אויף דעם ספר)
שומרי החומות, כ'בין זיכער אז כולל שומרי החומות האט אמאל פארפאסט א שטיקל קובץ מיט אזא נאמען
חולת אהבה
כתם פז - פון בעל מחבר השיר "בר יוחאי", ר' שמעון לביא פון טריפולי.
אפיקי מים - ר' משה שפירא פון ארץ ישראל (נאך נישט דא קיין אשכול אויף אים?)
מעולפת ספירים הגדה של פסח. ס'דא נאך איינס, זעה אין סידור, אגרת הרמב"ן ברענגן זיי נאך פון אזא ספר אז ס'איז זאגן אגרת הרמב"ן איז א סגולה
עשת שן
גלילי זהב
עמודי שש
אדני פז
חכו ממתקים, ר' שלמה זלמן אויערבאך, און נאך
דינסטאג אפריל 22, 2014 8:57 pm#196618
איך הער זאגן אז ATUB @פישל'ע העררינג ATUB פלאנט צוזאם צוקלויבן די געקליבענע אשכולות פונעם העמק דבר פורום, און עס רופן ״אשכול הכופר״.
מיטוואך אפריל 23, 2014 11:33 pm#196943
גראדע איז דא א ספר "כופר האשכול" צו אויפווייזן אז דער ספר האשכול איז געווארן געפעלשט דורך הרב הצב"א.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 8:50 am#310810
האלף לך שלמה - שו"ת להגר"ש קלוגער.
מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:46 pm#310867
מיטוואך מאי 02, 2018 1:36 am#401173
שאלות ותשובות מחולת המחנים פון ר' ישראל דוד מרגליות יפה (שלזינגר) מגדולי תלמידי הח"ס ומחבר פון צענדליגע ספרים
פרייטאג מאי 04, 2018 12:09 am#401513
תלתלי זהב: האר שניידן סאלאן פון אן איזראעלישע פרוי. און הרב מרדכי צבי סאסנא זצ"ל פלעגט טאקע מרעיש עולמות זיין. היתכן מ'לייגט ארויף א פסוק פון שיר השירים אויף א געשעפט. אויך האט ער שטארק פארפיהרט אקעיגן א צווייטן סטאר וואס פארקויפט און מאכט מעיק-אפ פאר פרויען. אנגעפיהרט דורך אן איזראעלישע פרוי. היתכן, מ'לייגט ארויף א נאמען פון אזא הייליג ספר אויף א סטאר...פנים יפות... נאר ער, ז"ל ברוב תמימותו (וועלכעס האט געשטאמט פון דעם פאקט אז ער איז געקומען פון א משפחה פון פראמינענטע לאיערס. וועלכע זענען נישט געווען רעליגיעז. און ער איז יא געווארן רעליגיעז) האט נישט געכאפט אז די איזראעלישע פרוי האט אפילו נישט געוואוסט אז ס'איז אויך דא אזא ספר. די זעלבע מיט די שערעריי פאר מיידלעך און פרויען. די אייגנטומערין פון יענעם געשעפט האט אפשר נישט געלערנט שיר השירים אין איהר (פרייע) סקול...זעהמיר דאך וואספארא חורבן די שפה הטמאה האט אנגעמאכט, ליידער.

איך האלט אז איינער דארף מודיע זיין פאר הרב הצדיק ר' מנשה פיליפ שליט"א איבער דעם שפל המצב אין די ציוניסטישע שטאט בארא פארק, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. און ער דארף ארגאניזירן עפעס א מחאה. אדער לכה"פ סטראשען מיט ערנסטע , שטרענגערע מיטלען...!

נ.ב.: דאס אויבנדעמאנטע איז נאר געווען א...רענט... אדער זיך סתם אזוי אראפגערעדט פן הארץ. אויב די חשוב'ע גבאים שליט"א זעהען איין פאר ריכטיג, קענען זיי עס אויסמעקן. איך וועל בכלל נישט האבן קיין הקפדה... און ווען יא... :lol:
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:32 am#417333
משכנות הרעים עמ"ס כתובות
שושנת העמקים - אלשיך
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 1:38 am#417334
אפשר קען מען טאקע צולייגן נעמען פון מוסדות און ארגענעזאציעס, ווי ר' בערל האט געטון

בנות ירושלים
בעקבי הצאן
בנות ציון
שומרי החומות
משכנות הרעים
קול דודי דופק - טעלעפאן ליניע
מאנטאג נאוועמבער 26, 2018 8:57 am#417337
דריידל האט געשריבן:ס'איז דא וואס פירן זיך עס צו זאגן יעדע ערב שבת אנדערע פטר'ן זיך מיט די פיר פסוקים ר"ת יעקב (וואס אגב איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן דער מקור דערפון)

לויט ווי איך האב געהערט איז די מקור, ווייל יעקב אבינו האט דאך געהאט פיר ווייבער מיט 13 אדער 26 קינדער וואס כידוע פלעגן זיי זיך אסאך צו קריגן צווישן זיך, פלעגט דער הייליגער זיידע יעקב אנקומען צו מנחה קוים קוים מיט די לעצטע אטעם, פלעגט ער זאגן נאר פיר פסוקים וואס זענען די ראשי תיבות פון זיין נאמען.