פרייטאג אפריל 25, 2014 1:58 pm#197223
הרב העלבראנץ אין "דער איד"
דער לעצטער נומער פון "קאווע בלעטער" איז ארויס לכבוד פסח, און האט שטארק באאיינדרוקט די הונדערטער און טויזנטער לייענער מיט די פילע שיינע ארטיקלען. איך האב אריינגעשטעלט אן ארטיקל עקסקלוסיוו פאר דער אויסגאבע, און עפ"י דער בקשה פון פילע וועלכע ווילן קאמענטירן, שטעל איך דא ארויף דעם ארטיקל.
___
הרב חיים משה שטויבער אינדרויסן פון געריכט זאל, נאכדעם וואס העלבראנץ איז באשולדיגט געווארן: "עס איז א טרויעריגער טאג פאר דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. אז דאס קען געשען אז א מענטש ווערט פאראורטיילט פאר'ן העלפן אן אביוזד קינד."
פאר דעם ארטיקל פון "דער איד", זעט "קאווע בלעטער", פסח תשע"ד, זייטן 104-99.
הרב העלבראנץ אין "דער איד"
דער שורש פון דעם ווארט "צייטונג" איז "צייט". א צייטונג איז א זאך וואס איז געבונדן מיט דער צייט, און קומט ארויס לויט באשטימטע סימנים אויף דער צייט-דימענסיע. א צייטונג איז אבער א מחותן מיט צייט צוליב נאך א סיבה. טראצדעם וואס צייט טראגט זיך איבער פון דעם עבר צו דער עתיד אין אן אויגנבליק נישט לאזנדיג קיין געלעגנהייט צו אטעמען אין דער הווה, איז אבער א צייטונג בכוח אריינצוכאפן און איינפרירן א שטיק הווה, און דאס איבערטראגן צו תקופות פון חדשים און יארן אין דעם עתיד.
א צייטונג נעמט פילע אספעקטן פון דעם לעבן פון אירע לייענער, און מיט אירע באריכטן, ארטיקלען און בריוו פארעמט זי א גאבעלען געמאלעוועט מיט לעבעדיגע בילדער פון דער תקופה. בילדער וועלכע ווייזן די מחשבות, פריידן און ווייען, פון די לייענער; ברייטע פאנאראמעס וועלכע שילדערן די אטמאספערע, די ריטמען און וויטאליטעט, פון דער צייט. וואס האבן די מענטשן געטראכט? וואס זענען געווען זייערע זארגן? וואס זענען געווען זייערע השקפות? וואס האבן זיי מחשיב געווען און וואס נישט? און נאך וויכטיגער: וויאזוי האט זיך אונזער תקופה אנטוויקלט פון דעמאלט?
מיט דער צייטונג זענען מיר געסט פון דעם היינט וועלכע וויילן אין דעם נעכטן; זי איז א צייטמאשין וואס טראגט אונז פונעם עתיד צו דעם עבר. מיט'ן שטודירן דעם אמאל קענען מיר בעסער פארשטיין דעם היינט, און מיט אונזערע ידיעות פון דעם היינט קענען מיר אנאליזירן דעם אמאל בעסער ווי די מענטשן אין דעם אמאל האבן געקענט שאצן זייער תקופה.
די טויזנטער לייענער פון "קאווע שטיבל" האבן אין די לעצטע חדשים געהאט א געלעגנהייט צו לייענען אינטערעסאנטע אויסשניטן פון דער סאטמארער צייטונג "דער איד", פון די יארן תשי"ט ביז תשכ"ב. אין די אויסשניטן האבן מיר זיך באקענט מיט דער צייטונג נאך פאר זי איז געווארן א נייעס-אויסגאבע, זייענדיג געווידמעט בלויז צו פירן אידעאלאגישע מלחמות קעגן אלע שונאים פון אירע ארויסגעבער. מיר האבן זיך אזוי באקאנט געמאכט מיט דער מיליטאנטישער שפראך וואס כאראקטעריזירט נאך היינט די חרדישע אידישע פרעסע.
מיר האבן אויך געזען ווי פילע עקסטרעמע נארמעס וועלכע זענען היינט אנגענומען, האבן אזוי שפעט ווי פופציג יאר צוריק בכלל נישט עקזיסטירט. ארטיקלען וועגן פרויען, פרויען נעמען, אויסדרוקן ווי "פלירטן", "קריסטמעס", "קענסער", "פארלאבונג", "הויכע און בלאנדע", "חזרים צוכט", "שוואנגערן", "נשים מקוה", מיר זעען אז סעקולערע לימודים זענען געהאלטן געווארן חשוב, און מיר האבן געזען פילע ביישפילן ווי דער אנטי-ציוניסטישער פראפאגאנדע-אפאראט האט געשפינט פאנטאסטישע געשיכטעס אויף דער ציוניסטישער ממשלה אין "ישראל" (דעמאלט האט מען נאך נישט געמוזט שרייבן "מדינת ישראל").
אפילו היינט, ווען מ'קען אלעס גרינג נאכקוקן אויף דעם אינטערנעט, זענען די חרדישע אידישע צייטונגען פול מיט פאלשע באריכטן אפילו במילתא דעבידא לאיגלויי. אבער אין דער תקופה פאר דעם אינטערנעט איז עס פיל גרינגער געווען, און מ'האט בכלל נישט געטראכט אז א דורכשניטליכער חרדישער איד וועט געוואויר ווערן דעם אמת.
די וועלט איז יעצט אויף מיט דער געשיכטע פון הרב שלמה העלבראנץ, רב קהילת "לב טהור" אין קוויבעק, קאנאדע, וועמען די קאנאדישער רעגירונג קוקט אן ווי א קולט-פירער. העלבראנץ ווערט כמעט אוניווערסאל אנגעקוקט ווי א צערודערטער, מאכט-הונגעריגער פארשוין, וועלכער וואשט די מוחות פון זיינע תמימות'דיגע נאכפאלגער, און ער ווערט פארדאמט ביי אלע אידישע קרייזן.
העלבראנץ איז פסול געווארן אין סאטמאר ערשט נאכדעם וואס ער האט אנגעהויבן פארכאפן מיטגלידער פון היימישע משפחות. ווען ער האט אבער בידיים געקידנעפט א יונג בחור'ל פון א סעקולערער שטוב, האט מען אים ענטוזיאסטיש פארטיידיגט. היינט, ווען דער אמת איז באקאנט איבער דעם משונה'דיגן קולט, איז אינטערעסאנט צו לייענען וויאזוי סאטמאר האט געשטיצט דעם פארשוין נאכדעם וואס ער האט געקידנעפט שי פימה. דער ארטיקל איז אנגעפיקעוועט מיט שקרים, חסרות ויתרות, און נעמט א מענטש וואס האט קאלטבלוטיג פארכאפט א קינד פון זיינע עלטערן, און שטעלן אים אהער ווי א העלדישער חשוב'ער רב. דער ארטיקל פארכאפט דעם גייסט פון דער תקופה, און גיט אונז אן איינבליק וויאזוי סאטמאר האט אין תשנ"ג נישט געהאט קיין פראבלעם צו פארטיידיגן אזא מענטש, און האט געפונען פאר וויכטיג צו שפינען שקרים אין "דער איד".
עס איז קאמיש ווי דער נאמען פון דעם קינד איבער וועמען דער גאנצער טומל איז אנטשטאנען איז אינגאנצן אומריכטיג אין דעם "איד". דורכאויס דעם ארטיקל ווערט ער אנגערופן "ישי שימא", ווען אין פאקט הייסט ער שי פימה – נישט "ישי" און נישט "שימא". ווארשיינליך צו געניסן מער סימפאטיע ביים סאטמארער ציבור, האט "דער איד" געטוישט דעם בחור'לס נאמען פון "שי" צו דעם מער היימישן "ישי", און אזוי איז ער געבליבן באקאנט.
פארוואס "דער איד" האט געטוישט פון "פימה" צו "שימא" ווייס איך נישט, אבער ווארשיינליך האט דער שרייבער פשוט זיך טועה געווען מיט אזא וויכטיגן פרט! דער שרייבער האט אזוי ווייניג געוואוסט וועגן דער משפחה, אבער דאס האט אים נישט צוריקגעהאלטן פון חוזק מאכן פון די דעם קינד'ס פאטער ווען ער האט אוועקגע'חלש'ט אין געריכט-זאל, אדער ארויסצורוקן באשולדיגונגען אז ס'איז מעגליך אז די עלטערן האבן גאר פארכאפט דעם קינד.
דאס מערסטע איראניש איז וואס הרב אפרים שטיין האט געזאגט ביי א מאסן-פארזאמלונג לטובת העלבראנץ:
"אידן זענען נישט קיין קידנעפערס, אידן זענען נישט קיין געזעץ ברעכער. די תורה הקדושה אנערקענט די געזעצן פון דינא דמלכותא, און וואס עס איז פארבאטן לויטן ציווילן געזעץ, איז אויך פארבאטן על פי התורה. ווי קען זיין אז אלע חשוב'ע רבנים פון שטאט, סאלידאריזירן מיט א רב וואס אנדערע זאגן אז ער באגייט שוידערליכע פארברעכנס?"

- image1.JPG (31.04 KiB) געזען געווארן 3496 מאל