Under maintenance
הויפט זייט » ה' אייר - טרויער טאג, האלאקאסט - גארנישט

ה' אייר - טרויער טאג, האלאקאסט - גארנישט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6361
מאנטאג מאי 05, 2014 9:23 am#198956
ה' אייר - טרויער טאג, האלאקאסט - גארנישט
עס איז באקאנט אז די קנאים האבען נישט קיין פראבלעם מיט הלכה ווען זיי ווילן "מלחמה האלטען" מיט די מדינה. וועגן דעם פירן זיי זיך צו זאגן תחנון אין יום העצמאות אפילו אויב עס איז דא א ברית - קעגן די הלכה.

פאר'ן האלאקאסט איז ביי די קנאים ניטאמאל דא איין צייכן אז מיר זענען טרויעריג, נישט דא קיין תענות, קיין פיוטים, אפילו נישט א טאג וואס מ'זאגט תחנון אפילו אויב ס'דא א ברית. פאר די מדינה איז דא דרשות מיט תעניתים, מיט ויחל, מיט תחנון. איז עס נישט שרעקלעך מאדנע???

נאר די אמת איז אז פאר סאטמאר רבי פערזענליך איז די מדינה געווען א גרעסערע טראגעדיע ווי די האלאקאסט. אין די האלאקאסט האבן זיינע נאנטע משפחה מיטגלידער איבערגעלעבט, און ער האט זיך געראטעוועט. משא''כ די מדינה איז געוועהן פאר אים א פערזענדליכע פאטש. ער האט נביאות געזאגט אז ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן, און האט עס גענימען זייער פערזענדליך ווען זיין נביאה איז נישט מקוים געווארען.

יא, וועגן די פערזענדליכע פרטים פון סאטמאר רבי'ס לעבן זעען מיר אזא קראנקע איינפירונג. יעדעס יאהר איז דא א טאג ווען "מ'טרויערט" אויף די אידישע מדינה, און אסאך פאסטען אפילו און ס'איז דא דרשות. אבער אויף די ביטערע האלאקאסט איז נישט דא קיין שום טרויער טאג, און קיין שום זכר.

קיק למשל אין באבאב. דארטען האט די רבי יא ביטער געליטן אין די האלאקאסט, און די אידישע מדינה איז נישט געוועהן שטארק קעגן זיין פאליטיק, איז דארטען טאקע נישט דא קיין טרויער טאג אויף די גרינדונג פון די אידישע מדינה, אבער אויף די האלאקאסט איז דא א פיוט וואס מ'זאגט תשעה באב.

בקיצור, די מנהגים וואס די רבי'ס האבן איינגעפירט האט בכלל נישט צוטוהן מיט די תלמידים וחסידים צו רעפלעקטען וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט, נאר ווי אזוי די רבי'ס פערזענדליך האבן געליטן.
מאנטאג מאי 05, 2014 9:29 am#198957
.
מאנטאג מאי 05, 2014 10:03 am#198960
דער האלאקאוסט וועלכער דער רבוש"ע האט געברענגט אלס גזירה אויף כלל ישראל, איז נישט שייך צו טרויערן דערויף יעדעס יאר, כי כך גזרה חכמתו יתברך. דאקעגן די מדינה הציונות האבן רשעי ישראל געברענגט אויף זיך מיט די אייגענע הענט, און די פרעניות גייט נאך אן עד היום הזה, דארף מען דערויף ארויסצייגן ווייטאג.
מאנטאג מאי 05, 2014 10:12 am#198961
לויט דעם איז משמע אז סאטמר רב האט באמת נישט געהאלטן אז די ציונים זענען שולדיג אין די שואה.

סיריעסלי....דו גלייבסט נישט אז ווען בן גוריון האט אויפגעהויבן זיין קליינע פינגער האט מען דאס פארדעם אויסגערופן אין הימל?
מאנטאג מאי 05, 2014 10:15 am#198963
אריק האט געשריבן:דער האלאקאוסט וועלכער דער רבוש"ע האט געברענגט אלס גזירה אויף כלל ישראל, איז נישט שייך צו טרויערן דערויף יעדעס יאר, כי כך גזרה חכמתו יתברך.

און די חורבן בית המקדש? גזירות ת''ח ות''ט???
מאנטאג מאי 05, 2014 10:21 am#198965
אריק האט געשריבן:דער האלאקאוסט וועלכער דער רבוש"ע האט געברענגט אלס גזירה אויף כלל ישראל, איז נישט שייך צו טרויערן דערויף יעדעס יאר, כי כך גזרה חכמתו יתברך. דאקעגן די מדינה הציונות האבן רשעי ישראל געברענגט אויף זיך מיט די אייגענע הענט, און די פרעניות גייט נאך אן עד היום הזה, דארף מען דערויף ארויסצייגן ווייטאג.

לאמיר צולייגן נאך א נקודה, ווען עס קומט צו דאנקען אויף נסים, דעמאלס איז פונקט פארקערט:
ווען עס איז פון באשעפער אליינס אהן די הילף פון די ציונים, אזוי ווי כ״א כסליו, דעמאלס דארפן מיר זיך פרייען.
אבער ווען עס קומט פון די ציונים, אזוי ווי מלחמת ששת הימים אדער מלחמת העצמאות, טוהן מיר גארנישט דערפאר.
מאנטאג מאי 05, 2014 11:05 am#198977
פארוואס עפעס זיך פארלייגט אויף סאטמאר?
דינסטאג מאי 06, 2014 12:46 pm#199213
מאטי האט געשריבן:לויט דעם איז משמע אז סאטמר רב האט באמת נישט געהאלטן אז די ציונים זענען שולדיג אין די שואה.

סיריעסלי....דו גלייבסט נישט אז ווען בן גוריון האט אויפגעהויבן זיין קליינע פינגער האט מען דאס פארדעם אויסגערופן אין הימל?



די שואה איז געקומען פון רבוש"ע אלס עונש, און בעיקר אלס עונש פאר ציונות. און דערנאך וואס דער עונש איז פארביי, האט נישט קיין זין צו טרויערן דערויף יאר יערליך, ווען מיר זענען אליינס שולדיג דערויף און דער חרון אף גייט נאך אן עד היום.

בן גריון האט געהאט די בחירה און ער האט בוחר געווען ברע, און זיינע נאכפאלגער זענען נאך עומדים במרדם, און ארויסברענגען אין אזא טאג די ווייטאג אויף דעם חילול השם וואס האט זיך אנגעהויבן דעם טאג און זינט דאן ברענגט דאס כסדר קרבנות פאר כלל ישראל, איז דער געפיל פון אן ערליכער איד.
דינסטאג מאי 06, 2014 2:59 pm#199226
אליבא דאמת האט געשריבן:נאר די אמת איז אז פאר סאטמאר רבי איז די האלאקאסט כמעט נישט געוועהן קיין טראגעדיע. זיינע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן איבערגעלעבט, און ער האט זיך געראטעוועט. משא''כ די מדינה איז געוועהן פאר אים א פערזענדליכע פאטש. ער האט נביאות געזאגט אז ס'גייט קיינמאל נישט געשעהן, און האט עס גענימען זייער פערזענדליך ווען זיין נביאה איז נישט מקוים געווארען.

פאר סאטמארע רבי איז די הלאקוסט בכלל נישט געווען קיין טראגעדיע פארקערט..
נאר די מדינה האט אים געשטערט ווייל א דאנק דעם האט ער פארלוירען טויזענטער נאכפאלגער'ס, און באבובע רב האט געמיינט אז ער איז געבלין מיט גארנישט האט ער געמאכט א קינה,
(אוי האסטו גוט ארויס דעם אמת.. רפ''ש)
דינסטאג מאי 06, 2014 9:11 pm#199310
אריק האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט דעם איז משמע אז סאטמר רב האט באמת נישט געהאלטן אז די ציונים זענען שולדיג אין די שואה.

סיריעסלי....דו גלייבסט נישט אז ווען בן גוריון האט אויפגעהויבן זיין קליינע פינגער האט מען דאס פארדעם אויסגערופן אין הימל?



די שואה איז געקומען פון רבוש"ע אלס עונש, און בעיקר אלס עונש פאר ציונות. און דערנאך וואס דער עונש איז פארביי, האט נישט קיין זין צו טרויערן דערויף יאר יערליך, ווען מיר זענען אליינס שולדיג דערויף און דער חרון אף גייט נאך אן עד היום.

בן גריון האט געהאט די בחירה און ער האט בוחר געווען ברע, און זיינע נאכפאלגער זענען נאך עומדים במרדם, און ארויסברענגען אין אזא טאג די ווייטאג אויף דעם חילול השם וואס האט זיך אנגעהויבן דעם טאג און זינט דאן ברענגט דאס כסדר קרבנות פאר כלל ישראל, איז דער געפיל פון אן ערליכער איד.

און וואס איז מכח דעם חורבן בית המקדש???!!!... :roll: :roll: :roll: :roll: :oops: :cry: :( :o
זונטאג מאי 11, 2014 3:41 pm#199958
באמת זענען אליבא'ס ווערטער נישט ווערט קיין אנטווארט, פארוואס ? ווייל נעמען א גדול וקדוש בישראל וואס האט געשמ'ט מיט קדושה וטהרה, געשאקלט א וועלט מיט זיין גאונות, און אים אראפמאלן ווי איינער וואס האט זיך בכלל נישט געקומערט מיט די צרות הדור, און האט געשפילט ביליגע פאליטיק ח"ו, איז א טיפשות וואס האט נישט קיין צווילינג!
ווער רעדט נאך אז בשעת די ביטערע מלחמה האט ער געשתדלט בכל מה דאפשר פאר הצלת ישראל, והדברים ידועים.
ווער רעדט נאך ווען דער זעלביגער האט גפזרנ'ט געלט פאר "יעדע" אידיש קינד.
איי פארוואס ענטפער איך דיר. פשוט, אלס מחאה אז איך דיסעגרי מיט דיינע ביליגע רייד.
יעצט צום עצם שאלה, פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט קובע געווען א טאג צו טרויערן אויפ'ן האלוקאסט. קודם איז פשוט, ווייל ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אליבא דאמת. והשנית לפי מה שכתב הוא ז"ל בספרו הקדוש ויואל משה איז די גאנצע חורבן געקומען וועגן די פארשאלטענע ציונים, דעריבער אין דעם ביטערן טאג ה' אייר ווען מען צייכענט אפ די טרויריגע קאפיטאל בקורות עם ישראל האט מען אויך אינזין צו פטר'ן דעם מרור.
אגב, צייכן דעם דאטום ווען אין בעלז, וויזניץ, סקיוורא, גור, און אפילו באבוב, איז מיוסד לקונן על חורבן יהודי אירופא.
זונטאג מאי 11, 2014 5:07 pm#199993
אריק האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:לויט דעם איז משמע אז סאטמר רב האט באמת נישט געהאלטן אז די ציונים זענען שולדיג אין די שואה.

סיריעסלי....דו גלייבסט נישט אז ווען בן גוריון האט אויפגעהויבן זיין קליינע פינגער האט מען דאס פארדעם אויסגערופן אין הימל?



די שואה איז געקומען פון רבוש"ע אלס עונש, און בעיקר אלס עונש פאר ציונות. און דערנאך וואס דער עונש איז פארביי, האט נישט קיין זין צו טרויערן דערויף יאר יערליך, ווען מיר זענען אליינס שולדיג דערויף און דער חרון אף גייט נאך אן עד היום.

בן גריון האט געהאט די בחירה און ער האט בוחר געווען ברע, און זיינע נאכפאלגער זענען נאך עומדים במרדם, און ארויסברענגען אין אזא טאג די ווייטאג אויף דעם חילול השם וואס האט זיך אנגעהויבן דעם טאג און זינט דאן ברענגט דאס כסדר קרבנות פאר כלל ישראל, איז דער געפיל פון אן ערליכער איד.

דו קענסט מיר אפשר מסביר זיין מיט וואס בן גוריונ'ס בחירה איז אנדערש פון אייכמאנ'ס?
זונטאג מאי 11, 2014 5:31 pm#199998
כתר מלכות האט געשריבן:באמת זענען אליבא'ס ווערטער נישט ווערט קיין אנטווארט, פארוואס ? ווייל נעמען א גדול וקדוש בישראל וואס האט געשמ'ט מיט קדושה וטהרה, געשאקלט א וועלט מיט זיין גאונות, און אים אראפמאלן ווי איינער וואס האט זיך בכלל נישט געקומערט מיט די צרות הדור, און האט געשפילט ביליגע פאליטיק ח"ו, איז א טיפשות וואס האט נישט קיין צווילינג!
ווער רעדט נאך אז בשעת די ביטערע מלחמה האט ער געשתדלט בכל מה דאפשר פאר הצלת ישראל, והדברים ידועים.
ווער רעדט נאך ווען דער זעלביגער האט גפזרנ'ט געלט פאר "יעדע" אידיש קינד.
איי פארוואס ענטפער איך דיר. פשוט, אלס מחאה אז איך דיסעגרי מיט דיינע ביליגע רייד.

נישט פאליטיק, אבאר די תורה זאגט שוין כי השוחד יעור עיני חכמים. אז פאר אים איז די מדינה געוועהן א גרעסערע צרה ווי די האלאקאסט איז ער געוועהן בלינד צו די גרעסטע צרה וואס אידען האבן נאר געהאט זייט די וועלט שטייט.
כתר מלכות האט געשריבן:יעצט צום עצם שאלה, פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט קובע געווען א טאג צו טרויערן אויפ'ן האלוקאסט. קודם איז פשוט, ווייל ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אליבא דאמת. והשנית לפי מה שכתב הוא ז"ל בספרו הקדוש ויואל משה איז די גאנצע חורבן געקומען וועגן די פארשאלטענע ציונים, דעריבער אין דעם ביטערן טאג ה' אייר ווען מען צייכענט אפ די טרויריגע קאפיטאל בקורות עם ישראל האט מען אויך אינזין צו פטר'ן דעם מרור.
אגב, צייכן דעם דאטום ווען אין בעלז, וויזניץ, סקיוורא, גור, און אפילו באבוב, איז מיוסד לקונן על חורבן יהודי אירופא.

זייט ווען איז מען ביזי ביי א צרה צו געדענקען ווער עס איז שולדיג???? די אלע פיוטים און קינותים אויף גזירת ת"ח ות"ט רעדען פון די אידן וואס האבן געשמועסט ביים דאווענען וואס לויט צדיקים האבען זיי געברענגט די חורבן?? ווען מ'רעדט פון חורבן בית המקדש איז די focus אויף די רוימיים? ווען מ'וויינט אויף א צרה וואס האט באטראפען אידן רעדט מען פון די שרעקליכע מיטמאכענישן וואס די אידן האבען געליטן. פון די טאטע'ס און מאמע'ס. פון די קינדער און בעיביס. פון די הינגעריגע צעשלאגענע צעביילטע און צושניטענע. פון די טייכן בלוט און ימ'ען טרערן.

און עס קומט למעשה ארויס אז אין די צייט פון גדולים האבן געמאכט פארשידענע געדענקענישן פאר די האלאקאסט ווי פיוטים און אנדערע פראדזשעקט'ס, האט סאטמאר רבי דאס אלעס איגנארירט. אבער די "ביטערע צרה" פון די מדינה האט ער יא געפייערט. דאס איז א גאר מאדנע ערשיינונג. און יעדע מענטש פרעגט צו עס איז אפשר א צופאל אז פונקט איז די האלאקאסט נישט געוועהן זייער פערזענליכע פארלוסט פאר סאטמאר רבי און די מדינה יא.
זונטאג מאי 11, 2014 7:37 pm#200015
כתר מלכות האט געשריבן:ווער רעדט נאך אז בשעת די ביטערע מלחמה האט ער געשתדלט בכל מה דאפשר פאר הצלת ישראל, והדברים ידועים.


ידועים? צו וועמען?
זונטאג מאי 11, 2014 7:51 pm#200020
אליבא, נישט נאר ער האט נישט געמאכט א טרויער טאג פאר די האלעקאסט, נאר פארקערט ער האט גאר געמאכט א פרייליכן טאג פאר דעים...

#עולם הפוך ראיתי
זונטאג מאי 11, 2014 8:27 pm#200029
כתר מלכות האט געשריבן:באמת זענען אליבא'ס ווערטער נישט ווערט קיין אנטווארט, פארוואס ? ווייל נעמען א גדול וקדוש בישראל וואס האט געשמ'ט מיט קדושה וטהרה, געשאקלט א וועלט מיט זיין גאונות, און אים אראפמאלן ווי איינער וואס האט זיך בכלל נישט געקומערט מיט די צרות הדור, און האט געשפילט ביליגע פאליטיק ח"ו, איז א טיפשות וואס האט נישט קיין צווילינג!
ווער רעדט נאך אז בשעת די ביטערע מלחמה האט ער געשתדלט בכל מה דאפשר פאר הצלת ישראל, והדברים ידועים.
ווער רעדט נאך ווען דער זעלביגער האט גפזרנ'ט געלט פאר "יעדע" אידיש קינד.
איי פארוואס ענטפער איך דיר. פשוט, אלס מחאה אז איך דיסעגרי מיט דיינע ביליגע רייד.
יעצט צום עצם שאלה, פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט קובע געווען א טאג צו טרויערן אויפ'ן האלוקאסט. קודם איז פשוט, ווייל ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט אליבא דאמת. והשנית לפי מה שכתב הוא ז"ל בספרו הקדוש ויואל משה איז די גאנצע חורבן געקומען וועגן די פארשאלטענע ציונים, דעריבער אין דעם ביטערן טאג ה' אייר ווען מען צייכענט אפ די טרויריגע קאפיטאל בקורות עם ישראל האט מען אויך אינזין צו פטר'ן דעם מרור.
אגב, צייכן דעם דאטום ווען אין בעלז, וויזניץ, סקיוורא, גור, און אפילו באבוב, איז מיוסד לקונן על חורבן יהודי אירופא.

:like
זונטאג מאי 11, 2014 10:44 pm#200068
zurich האט געשריבן:אליבא, נישט נאר ער האט נישט געמאכט א טרויער טאג פאר די האלעקאסט, נאר פארקערט ער האט גאר געמאכט א פרייליכן טאג פאר דעים...

#עולם הפוך ראיתי


@zurich
מײנע בעטעריס זענען שװאך – די מײנסט עס ערנסט?
זונטאג מאי 11, 2014 10:57 pm#200070
איך קען הערן אז מענטשן זענען בייז אויף סאטמאר רב. אבער טאמער צוליב דעם דרייעט מען אויס פאקטן ווייזט עס נישט אויף א גוטן סימן.
און יא, דער איד האט אוועקגעגעבן אלעס צו ראטעווען אידן, ער האט זיך מקריב געווען אין אונגארן מיט אויסטערלישע שתדלנות און אסיפות און געטון כל מה שביכלתו צו ראטעווען אידישע נשמות. און איך ווייס עס נאך בעפאר מושיען של ישראל איז ערשינען.

דארף מען דא גיין פארציילן וואס ער איז אליינס אדורך אין בערגן בעלזן אונטער די רשעים? ווי מען האט אים דערנידערט עד לעפר? כמעט די גאנצע צייט געפאסט? ווי ער האט פארלוירן די שענסטע און די בעסטע, זיינע נאנסטע מענטשן?

וויפיל טרערן און תפלות האט ער פארגאסן אויף די הרוגים, לבי לבי על חלליהם, וויפיל טייכן טרערן האט ער פארגאסן יעדע תקיעת שופר דרשה, יעדן תשעה באב אויפן חורבן ביהמ"ק און האפענונג אויף ביאת המשיח, און אפילו פארגאסן נהרי דמעות אויף חללי חרב פון די צה"ל סאלדאטן, פיל מער טרערן ווי אלע וועלכע שטייען עמודי דום יעדע יאר אויף א מינוט...

די מדינה איז אים געווען ערגער ווי די האלאקאוסט? מעגליך, ער האט ערנסט אנגענומען דעם גדול המחטיאו יותר מן ההרגו. ער האט געהאלטן בשיטה אז די מלחמה איז געווען די חבלי משיח און אלמלא די מדינה וואלט שוין משיח געווען דא, האט ער נישט א רעכט צו טרויערן דערויף?

בינו נא בוערים בעם וכסילים מתי תשכילו!
זונטאג מאי 11, 2014 11:18 pm#200076
וועסט גארנישט קענען טוישן, אויך דעם איז געזאגט געווארן השנאה מקלקלת... אלע לוזער'ס (זיי זענען לוזער'ס נאר ווייל זיי האבן אזוי ביי זיך אפגעמאכט... זייערע רבי'ס, ערליכע אידן האבן נישט אזוי געהאלטן אויף זיך אליינס ודו''ק) האבן פיינט סאטמאר, ס'האט נישט קיין ראציאן. סתם Jealousy און ס'פארשטענדליך. מ'קען זיי נישט בלעמע'ן
זונטאג מאי 11, 2014 11:30 pm#200081
מאכסט עס סאונדן ווי די סאטמורים זענן עפעס א הייפעלע תמימות'דיגע אידן וואס האבען אין זייער לעבן נישט וויי געטוהן פאר קיין פליג..די שנאה אינישט קיין שנאת חינם שוין איינמאל נישט אבער זיכער טאר מען נישט מקלקל זיין את השורה און מען מעג נישט רעדן פערזענליך אקעגן דעם צדיק דער רבי ז''ל.
זונטאג מאי 11, 2014 11:34 pm#200084
איך אויך האט געשריבן:מאכסט עס סאונדן ווי די סאטמורים זענן עפעס א הייפעלע תמימות'דיגע אידן וואס האבען אין זייער לעבן נישט וויי געטוהן פאר קיין פליג..די שנאה אינישט קיין שנאת חינם שוין איינמאל נישט אבער זיכער טאר מען נישט מקלקל זיין את השורה און מען מעג נישט רעדן פערזענליך אקעגן דעם צדיק דער רבי ז''ל.

בכלל נישט קיין הייפעלע תמימים, די יאקאבאוויטש און לעפקאוויטש פעמילי'ס אליין איז שוין א געשעפט, אבער דאס שנאה און העיט צו סאטמאר איז נאך געווען ווען סאטמאר רבי איז געווען א רבי מיט בלויז אפאר מנינים, מען האט נישט סובל געוון זיין זאגען דעם טרוקענער אמת, נו אוודאי האבען די חסידים און נאך אזעלכע חברה זיך אנגענומען על כבוד רבם.
זונטאג מאי 11, 2014 11:40 pm#200086
איך אויך האט געשריבן:מאכסט עס סאונדן ווי די סאטמורים זענן עפעס א הייפעלע תמימות'דיגע אידן וואס האבען אין זייער לעבן נישט וויי געטוהן פאר קיין פליג..די שנאה אינישט קיין שנאת חינם שוין איינמאל נישט אבער זיכער טאר מען נישט מקלקל זיין את השורה און מען מעג נישט רעדן פערזענליך אקעגן דעם צדיק דער רבי ז''ל.

דא רעדט מען דאך נישט אויף סאטמוירים נאר אויפן סאטמאר רב אליינס. איך האב אדרעסירט די שנאה וואס מ'האט צו אים אליין, נישט צו זיינע חסידים
זונטאג מאי 11, 2014 11:41 pm#200087
עפל סיידער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מאכסט עס סאונדן ווי די סאטמורים זענן עפעס א הייפעלע תמימות'דיגע אידן וואס האבען אין זייער לעבן נישט וויי געטוהן פאר קיין פליג..די שנאה אינישט קיין שנאת חינם שוין איינמאל נישט אבער זיכער טאר מען נישט מקלקל זיין את השורה און מען מעג נישט רעדן פערזענליך אקעגן דעם צדיק דער רבי ז''ל.

בכלל נישט קיין הייפעלע תמימים, די יאקאבאוויטש און לעפקאוויטש פעמילי'ס אליין איז שוין א געשעפט, אבער דאס שנאה און העיט צו סאטמאר איז נאך געווען ווען סאטמאר רבי איז געווען א לוזער מיט בלויז אפאר מנינים, מען האט נישט סובל געוון זיין זאגען דעם טרוקענער אמת, נו אוודאי האבען די חסידים און נאך אזעלכע חברה נישט שטיל געוועזען על כבוד רבם.

א סוגיא ארוכה דאס ואין לי כוח להאריך כעת והבוחר יבחר.
מאנטאג מאי 12, 2014 12:47 am#200102
sefish האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מאכסט עס סאונדן ווי די סאטמורים זענן עפעס א הייפעלע תמימות'דיגע אידן וואס האבען אין זייער לעבן נישט וויי געטוהן פאר קיין פליג..די שנאה אינישט קיין שנאת חינם שוין איינמאל נישט אבער זיכער טאר מען נישט מקלקל זיין את השורה און מען מעג נישט רעדן פערזענליך אקעגן דעם צדיק דער רבי ז''ל.

דא רעדט מען דאך נישט אויף סאטמוירים נאר אויפן סאטמאר רב אליינס. איך האב אדרעסירט די שנאה וואס מ'האט צו אים אליין, נישט צו זיינע חסידים


ס'איז היינו הך
מאנטאג מאי 12, 2014 12:53 am#200103
אי איתמר האט געשריבן:פאר סאטמארע רבי איז די הלאקוסט בכלל נישט געווען קיין טראגעדיע פארקערט..
נאר די מדינה האט אים געשטערט ווייל א דאנק דעם האט ער פארלוירען טויזענטער נאכפאלגער'ס, און באבובע רב האט געמיינט אז ער איז געבלין מיט גארנישט האט ער געמאכט א קינה,
(אוי האסטו גוט ארויס דעם אמת.. רפ''ש)

:lol: :lol: