Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » "קרן השביעית" פאר שמיטה - כפירה בתורה?

"קרן השביעית" פאר שמיטה - כפירה בתורה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6372
דינסטאג מאי 06, 2014 9:50 am#199161
"קרן השביעית" פאר שמיטה - כפירה בתורה?
מ'גרייט זיך אינגרויסן פאר יאהר תשע"ה וואס גייט זיין א שנת השמיטה. דא אין חו"ל ווערט אנגעפירט א ריזיגע קאמפעין צו שאפן מיליאנען פאר די שומרי שמיטה וואס פארלאזען זיך נישט אויף די היתר מכירה. די קאמפעין פירער'ס אינוועסטען מיליאנען אונז אויפצוקלערן די שווערע מצב פון די שמורי שביעית, און אז אונז דארפען זיי שטיצן.

אבער פאר מיר קוקט דאס אלעס אויס ווי אפענע כפירה אין די תורה. אין פסוק שטייט קלאר

וְכִי תֹאמְרוּ מַה נֹּאכַל בַּשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת, הֵן לֹא נִזְרָע וְלֹא נֶאֱסֹף אֶת תְּבוּאָתֵנוּ: וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית, וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים: וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת, וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת, עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ, תֹּאכְלוּ יָשָׁן.
ויקרא כ"ה

וואס גייט דא פאר?? ווי אזוי קען מען פירן א קאמפעין וואס לייקענט אין די הבטחה פון די תורה אז עס וועט זיין געניג א שפע אפילו מ'היט שמיטה, און ווי אזוי קענען עהרליכע אידן גלייבן אז עס איז בכלל אמת אז עס הערשט א שווערע מצב, ווען עס שטייט אין די תורה פונקט פארקערט??
דינסטאג מאי 06, 2014 9:57 am#199163
ווי שטייט אין די תורה אז מיר טארען זיי נישט שטיצען? בפרט אז פילע לייגען אריין די שומרי שמיטה אין א נסיון פון זיך פארלאזען אויף א היתר, ברויךמען געבן מער עידוד פאר די אידען וואס ווילען זיך אנקערן צו די תורה,
נו וואס איז שלעכט אז מען איז מחזק די אידען.
דינסטאג מאי 06, 2014 10:08 am#199168
נאך מער!

איך רוה יעדן זיבעטע טאג פון די ארבעט!

איך פארדין נישט קיין פעני יעדע 7'טע טאג!

אפשר מאכט מען א קאמפעין פאר מיך צו דעקן די הוצאות שבת?

אה, וועסטו ענטפערן אז לגבי הוצאות שבת זאגט די גמרא אז מען צאלט צוריק מן השמים, נו, איז דאך גענוי אזוי מיט שמיטה, די תורה זאגט צו וצויתי את ברכתי!

------------------

וויאזוי לעבט א מלמד זוממער? ער ארבעט דאך נאר פאר 10 חדשים?

וויאזוי לעבט א שמורה מצה בעקעריי? ער ארבעט דאך נאר פון חנוכה ביז פסח?

נאר, סייי דער מלמד און סיי דער בעקעריי איינגטומער צעטיילט זיין הכנסה אין 12 חלקים, כנגד כל חדשי השנה. אזוי האט ער פרנסה אגאנץ יאר! אין הכי נמי, עס קומט אויס אביסל ווייניגער מדי חודש בחדשו ווי ווען ער זאל עס ווען לאזן אויף 10 אדער 6 חדשים, אבער אזוי האט ער כאטש עפעס.

גענוי דאס דארפן די שומרי שביעית צו טוהן.

קויף קוויק בוקס, און צעטייל יעדע דאללער וואס דו פארדינסט אזוי אז עס זאל אויסקומען פון איבער 6 יאר ארבעט זאל זיין 7 יאר פארדינסט. טאקע עטוואס ווייניגער פער יאר צו פארנוצען און אויסגעבן, אבער דאך געארבעכט מיט שכל.

-----------------

איז דא ערגעץ א חיוב צו זיין א בעלים אויף קרקע כדי מקיים צו זיין די מצוה?

איז דא א חיוב צו זיין רייך כדי צו קענען געבן צדקה?

הגע בעצמך!
דינסטאג מאי 06, 2014 10:13 am#199169
ווי שטייט דען וויזוי פונקטליך די ברכה גייט אריינקומען, קען זיין די ברכה גייט אריינקומען פון די ברודער אין אמעריקע, דאס עפעס נישט מאת השם?
דינסטאג מאי 06, 2014 10:15 am#199171
ATUB @גאלד ATUB , לאמיר נאך אמאל לערנען די פסוק חומש
וְכִי תֹאמְרוּ מַה נֹּאכַל בַּשָּׁנָה הַשְּׁבִיעִת, הֵן לֹא נִזְרָע וְלֹא נֶאֱסֹף אֶת תְּבוּאָתֵנוּ: וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית, וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים: וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת, וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת, עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ, תֹּאכְלוּ יָשָׁן.
דינסטאג מאי 06, 2014 10:53 am#199183
איתא בפוסקים שבזמן הזה ששמיטה דרבנן אין ההבטחה הזאת עובדת. ויש עוד תירוצים שונים..
דינסטאג מאי 06, 2014 11:00 am#199186
אויף קרן השביעית איז נישט קיין קשיא ווייל מען דארף אין אכט נעמען וויאזוי די היינטיגע עקאנאמיע ארבעט. עס קען זיין אז אפילו ווען די הבטחה פון חומש זאל נתקיים זיין כצורתה - עס זאל וואקסען גענוג אין זעקסטע יאר אויף צו עסען אלע דריי יאר, האלט דאס נאכנישט אויס אלץ א ביזנעס מאדעל היינט ווען עס איז נישט גענוג מען זאל האבען גענוג תבואה צו עסן, נאר מען דארף אויך צאלען די מארגעדזש, וכו '.
דינסטאג מאי 06, 2014 11:02 am#199188
ווער ס'האלט אז שטיצן די שומרי שמיטה נישט נעמענדיג און באטראכט די הבטחה פון די תורה (כפשוטו ובכל אופן), דארף וויסן אז לויט דעם וועט אויסקומען אז אויב זעט ער נישט למעשה אז די הבטחת התורה ווערט למעשה נתגשם כפשוטו ובכל אופן, איז עס גענוג סיבה כופר צו זיין בתורת משה, ווידעראום אז די האסט סיי וועלעכע הסבר צו ערקלערן פארוואס עס איז נישט נתגשם געווארן ( און סקענען ווערן גענוצט צענדליגע תירוצי, א חוץ דעם וואס שמיטה בזה"ז איז א דרבנן) דאן האט נישט קיין שום זין צו זאגן אז ס'זאל זיין כפירה צו שטיצן די שומרי שמיטה.
דינסטאג מאי 06, 2014 11:43 am#199199
אליבא ,דיין אמונה און בטחון האסטו שוין פולי אויפגעארבייט אז דו זארגסט דיך שוין אויף יענעמס??

מילא דו קומסט ווען זאגן אז פון דיין דאלער ביזן פארמערס טאש גייט אראפ רוב דערפון פאר הוצאות מהוצאות שונות החרשתי ,אבער יענעמס אמונה ובטחון? האסט שוין נישט קיינע בעסערע דאגות?
דינסטאג מאי 06, 2014 12:36 pm#199209
מען זאגט נאך פון צדיקים אז אזוי ווי יעדע שלעכטע מידה קען מען דאך אמאל ניצן אויך צום גוטן, ווען קען מען ניצן כפירה צום גוטן?
ווען א צווייטער קומט בעטן צדקה, זאג אים נישט אז ער דארף זיך שטארקן אין אמונה און בטחון, דער אייבערשטער וועט דיר שוין העלפן. נאר נעם ארויס אפאר דאלער און געב עס אים.
דינסטאג מאי 06, 2014 1:14 pm#199217
ATUB @אליבא דאמת ATUB
די האסט א גיטע פאינט, אבער די פשוטע תירוץ איז אין סומכין על הנס און דעיס אז ס'זאלן וואקסן אין איין יאהר איז א נס שלא כדרך הטבע.
דינסטאג מאי 06, 2014 1:22 pm#199220
דאס איז נישט א קאמפיין צו שטיצן שמיטה היטערס, דאס איז א קאמפיין קעגן דעם היתר מכירה...
אויף דעם איז נישטא די הבטחה פון די תורה...
ודוק כי קצרתי
דינסטאג מאי 06, 2014 11:04 pm#199338
היינט באקומען אויף די פאסט (הוצאה) א דיקע צייטונג/ביכל (הוצאה) איבער די גרויסע זכות וואס איך קען מיך איינקויפן.

דא איז איינער אויסן צו פארדינען געלט אויף די פארמער'ס הויקע.
דינסטאג מאי 06, 2014 11:35 pm#199342
דריידל האט געשריבן:@אליבא דאמת
די האסט א גיטע פאינט, אבער די פשוטע תירוץ איז אין סומכין על הנס און דעיס אז ס'זאלן וואקסן אין איין יאהר איז א נס שלא כדרך הטבע.

דאס איז א הבטחה פון באשעפער. נישט עפעס א נס וואס מ'האפט אז ס'וועט געשען
מיטוואך מאי 07, 2014 4:22 pm#199448
פישל'ע העררינג האט געשריבן:היינט באקומען אויף די פאסט (הוצאה) א דיקע צייטונג/ביכל (הוצאה) איבער די גרויסע זכות וואס איך קען מיך איינקויפן.

דא איז איינער אויסן צו פארדינען געלט אויף די פארמער'ס הויקע.

די גאנצע קרן השביעית איז מיסודו פון די רב פון די באקאנטע דארף קוממיות זי''ע
אין זייינע בראשית יארן האבן ווייניג פארמערס געהיטן שמיטה אין עס האט אים זייער געבאדערט אז "ארצ"ינו הקדושה ווערט אזוי פארשוועכט אין איז אין אזא שפל המצב איז ער געגאגנגן נאך געלט אין אנגעהויבן זיך איינבעטן ביי די חלונים אין מסורתיים צו היטן שמיטה אין ארויפגעברנגעט די מצב פון שמיטה אויף א שטאפל ווי קיינמאל בעפאר
פשוט אז עס זאלן זיין שמיטה היטערס אין ארצינו הקדושה
מיט די יארן האט זיך אויך געמאכט אז היות מען האט זיך נישט געקענט פארלאזן אויף רוב פארמערס אז זיי זענען שומרי שמיטה איז פאר רוב עולם נישט געווען קיין פרוכט צו עסן אין עס איז געווען א יקרות ביי די פרוכט האט מען א חלק פון די געלט געגעבן פאר די השגחות זאלן צושטעלן משגיחים אויף די פעלדער אז אלעס איז על צד היותר טוב אין די תושבי הארץ זאלן פשוט האבן א כשר פרוכט צו עסן
מיטוואך מאי 07, 2014 4:28 pm#199450
די רב פון קוממיות האט אמאל גענטפערט פאר א נגיד וואס האט געפאדערט אז די געלט וואס ער געט זאל גיין דירעקט נאר צו די שומרי שמיטה, האט די רב גענטפערט אז עס קאסט אויפצוהאלטען אידען וואס גייען ארום א לענגערע צייט אינעם שנה הששית איבערצוצייגען פאר די דארפסלייט אז זיי זאלען יא היטען שמיטה כהלכה,
דערפאר ביטע קלונגט שוין אהן דעם נומער הנ"ל ווייל יעצט ליינענדיג ק"ש קענט איר אפהאלטען א יוד פון דורכפאלען בקדושת שביעית.
מיטוואך מאי 07, 2014 10:46 pm#199521
לעיקוואד האט געשריבן:איתא בפוסקים שבזמן הזה ששמיטה דרבנן אין ההבטחה הזאת עובדת. ויש עוד תירוצים שונים..

אויף א דרבנן קען מען דאך מאכן א היתר מכירה, כ"ש משביתת בהמתו וואס איז א דאורייתא, וכ"ש ממכירת חמץ היכא דאינו מבטל כגון בעל חנות. ולמה יגרע משמיטת כספים דתיקנו פרוזבול?
פרייטאג מאי 09, 2014 2:24 pm#199797
היימישער ליטוואק האט געשריבן:דאס איז נישט א קאמפיין צו שטיצן שמיטה היטערס, דאס איז א קאמפיין קעגן דעם היתר מכירה...
אויף דעם איז נישטא די הבטחה פון די תורה...
ודוק כי קצרתי

היתר מכירה איז א פיינע וועג ארויס ,אבער אז איינער מאכט נישט קיין היתר מכירה איז ער דאך מחיוב מיט שמיטה אפילו לויט די וואס האלטען פון די היתר מכירה.
פרייטאג מאי 09, 2014 2:25 pm#199798
באקומען אין די פאסט א גאנצע ביכל וועגן די קרן השביעית, און געזעהן דארטען די פאלגענע פערל ווערטער פון סקולענע רבי........
זונטאג מאי 11, 2014 12:03 am#199853
געהערט דעם שבת,
די קרן השביעית קאמפיין, איז די פשט אז די אידן אין חו"ל וואס ווילן האבן די זכי' צו מקיים זיין מצות שמיטה צאלן איין געלט און זיי ווערן שותפים אין די פעלדער,
די שותפת איז אויסגעארבעט כדת וכדין ע"פ הדרכות הגר"ח קנייבסקי,
אין מיט דעם געניסן זיי אויך פון די הבטחה פון וצויתי אז סעט זיי ברענגן הצלחה במעשי ידיהם,
זונטאג מאי 11, 2014 12:20 am#199856
דער קרן השביעית האט שוין פילע אידען געהאלפען היטען שמיטה, ווי עס איז מב' בחינוך העלפט דאס צו די עיקרי האמונה פון מכחיש זיין די דעות כוזביות פון קדמות העולם וכדומה, דערפאר האבען פילע כוחות און כיתות וואס האבען פארלייגט כוחות מחליש צו זיין און עוקר זיין די אמונה ביי אידען האבען שטארק געארבעט צו אויסרייסען קיום מצות שמיטה, ואשרי למי שמסייע לשומרי שמיטה.
דער אופן פון זייער פראפאגאנדע צו קויפען קרקע איז א מיטל צו ציען צוהעלפער פאר די וואס היטען שמיטה.
דא קענט איר קויפען פראפערטי m https://shviit.com/ m
זונטאג מאי 11, 2014 12:44 am#199857
גאלד האט געשריבן:געהערט דעם שבת,
די קרן השביעית קאמפיין, איז די פשט אז די אידן אין חו"ל וואס ווילן האבן די זכי' צו מקיים זיין מצות שמיטה צאלן איין געלט און זיי ווערן שותפים אין די פעלדער,
די שותפת איז אויסגעארבעט כדת וכדין ע"פ הדרכות הגר"ח קנייבסקי,
אין מיט דעם געניסן זיי אויך פון די הבטחה פון וצויתי אז סעט זיי ברענגן הצלחה במעשי ידיהם,

פון די קאמפעין זעהט מען קלאר אז זיי זאגן אז זיי העלפען די פארמער'ס וואס פארלירן זייער פרנסה וועגן שמיטה.

זעה דעם שטיקל
זונטאג מאי 11, 2014 4:06 pm#199969
ס'באקאנט דער הייליג ווארט פונעם נועם אלימלך בשם אחיו הגדול ר' זושא,
ער זאגט אז דער "וכי תאמרו" איז א חסרון אין בטחון, ווייל פארוואס זאל דען א בעל בטחון פרעגן אזעלכע שאלות?
ממילא אט דער חסרון פון זאגן "וכי תאמרו" איז גורם א פגם אין די שפע וואס גיסט זיך זייט בריאת העולם,
וואס דאס מאכט אז דער אייבישטער מוז מצווה זיין א פרישע ברכה, כביכול,
ווייל דער ארגינעלער שפע פון בריאת העולם ווערט נעבעך קאליע מיטן פרעגון אזעלכע סארט פראגעס,
ממילא לפי זה, לענינינו קען זיין בדרך אפשר, אז דער גאנצער קאמפיין איז א חלק פונם "וכי תאמרו",
און ווי מער מ'פרעגט אלס מער שפע,
זונטאג מאי 11, 2014 5:47 pm#200001
א) אויב אזוי וואלטען דאך די רבנים געדארפט אויפפאדערען אז מ'זאל נישט מאכן די קאמפעין
ב) לשיטת די בעלי הקאמפעין, ביי די פריערדיגע קאמפעינ'ס האבן זיי באוויזן צו געבן געניג געלט פאר די פארמער'ס אז ס'זאל זיין פאר זיי א שפע?
ג) די עלעפאנט אין די צימער איז אז דא רעדט מען נישט פון א ברכה וואס די באבע די צדיקת האט געגעבען, אויך נישט פון א ברכה וואס דער בעל שם טוב האט געגעבן, נאר פון א הבטחה וואס דארף צו זיין פונקט אזוי אמת ווי בראשית ברא אלוקים. און די הבטחה זאגט פונקליך ווי אזוי די שפע גייט געשעהן. די תבואה פון יאהר 6 וועט זיין געניג פאר דריי יאהר. די תורה זאגט נישט קיין פארוואלקענטע ווערטער ,נאר פשוט'ע קלארע ווערטער וואס אונז קענען פארשטיין עברי טייטש. "וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית, וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים .... וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת, עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ, תֹּאכְלוּ יָשָׁן" די פסוק רעדט נישט פון קיין שום קרן השביעית, נאר פון א שפע פון די געוויקס פון די זעקסטע יאהר.
זונטאג מאי 11, 2014 6:25 pm#200006
די מחזירי בתשובה נוצן טאקע דאס פאר א ראיה אויף תורה משמים, ווייל וועלכע בשר ודם וואלט זיך געקענט אונטערנעמען אזא צוזאג? נאר א כל יכול.

היינטיגע צייטן מוז מען שוין עפעס מדחיק זיין, לכאורה ווייל ס'נישט קיין דאוריתא בזמן הזה, הסתרת פנים, ועוד יש כמה תירוצים.
זונטאג מאי 11, 2014 7:50 pm#200019
זונטאג מאי 11, 2014 8:12 pm#200024
פארשטייסט נישט,
דער פסוק רעדט פון א מצב אז אן די פירות ארץ ישראל ווערט ממש א בצורת, מ'גייט פשוט אויס פאר הונגער,
אזוי איז דאך משמע פון פסוק "מה נאכל"? וואס גיימיר עסן? די פרידשידערס און פענטריס העלן זיך אויסליידיגן,
אבער אונזערע שומרי שביעית בימינו, פרעגן נישט "מה נאכל", סחורה איז דאך דא והותר בימינו,
דער "וצויתי" איז דא,
ווייל אויב זאלן זיי נעמען די פירות וואס וואקסט זיי דעם זעקסטן יאר, און נישט מאכן קיין שום ביזנעס מיט עס און נאר עס אוועק-סטארעדשן אין מאגעזינען בלויז פאר זיך,
העלן זיי האבן די והותר ביזן שנה התשיעית
ממילא קיין מה נאכל איז ב"ה נישטא,
זייער פראבלעם איז אינגאנצן עפעס אנערש
זיי פרעגן נישט "מה נאכל", זיי פרעגן "מהיכן נתפרנסו"?
ס'זיי נישט גענוג בלויז צו עסן זיי ברויכן אויך מאכן ביזנעס, צו קענען צאלן שכר לימוד און חתונה מאכן די קינדער, וכדומה
דאס איז שוין א אנדערע שאלה אינגאנצן,
פון דעם רעדט נישט דער פסוק
פרייטאג יוני 20, 2014 5:42 am#207073
יא טאקע געראכט !!!
לדעתם פון אנשי נטורי אל אקצא אויב זענען זיי בכלל בערעכטיגט צו טראגען דעם טיטל פון בני דיעה איז א כפירה ומרידה במלכות שמים צו שטיצען די נעבעכדיגע יידישע ברידער בארצינו הקדושה צו האלטען שמיטה
אין אויב וועסטו פרעגען מה נאכל? קומט גלייך די ענטפער פון נחורי קרטא ״ענק זאלען אלע שטארבען פאר הונגער״ אין סאז א קל וחומר שאין לו פירכא אויב מדארף הערגענען אין נישט סתם הרגענען נאר בידים די 3 פארכעפטע שעפלעך פונעם יודישען פאלק שלא חטאו ולא פשעו וואס דאס איז בקום ועשה אודאי על אחת כמה וכמה אז דע ברידער וואס לעבען אין ארצינו הקדושה דארפען שטארבען פאר הונגער וואס דאס איז נאר בשב ואל תעשה
דאס איז נתפרסם געווארען היינט ביים בלאג פון שאולזון וואס סזעהט זיך גלייך אן אז איינער פון די נטורי חיזבאללה האט דאס געשיקט צו עם וזה לשון טומאתו
קרן השביעית - חשש גדול לחזוק ציונות ר"ל

מאת נטורי קרתא

הגעשעפט של חיזוק הקאלאניעס מטמאי הארץ, הנקרא "קרן השביעית", הוא געשעפט של חשידי גער בראשות משה מענדלסאן (...) הראבינער הגערער של מושב "קוממיות" - התקוממות הציונית, אשר נוסד על ידי חילים של פלוגה הדתית (רעליגיעזע אפטייילונג) בצבא עמלק הציוני, וכעת מסיתים ומדיחים את ישראל בא"י ובחו"ל לקנות קרקעות וכציונים הראשונים כקרן קיימת וכדו' בדבריהם "גאולה תתנו לארץ", לקנות קרקעות בפאלעסטינע להביא גאולת כזב בידים, מתוך כפירה בה' אלקי ישראל.

חזרנו לנסיונות הפשוטים של לפני מאה שנה, ואין מי יעמוד בפרץ. ה' ישמרנו.עד כאן דברי השוטה מנטורי קרתא
יעדעס ווארט איז איבריג
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 1:24 am#230688
כ'האב געזעהן לעצטענס א קליפ פון הג"ר עובדיה יוסף זצ"ל אז די היתר מכירה איז א לכתחילה און מ'דארף נישט מחמיר זיין.

אינטערסאנט דא זענען די נאמבער'ס פון שומרי שמיטה. 6,200 פארלאזן זיך אויך די היתר מכירה.

Out of some 6,700 Jewish farmers in Israel, only about 50 ignored the religious rules, while only about 450 abandoned their farms altogether this year, said Efraim Antman of Israel’s Religious Services Ministry.
m http://www.timesofisrael.com/how-a-tele ... abbatical/ m
דינסטאג מאי 12, 2015 3:08 pm#274453
עס איז יעצט דא א ריזיגע קאמפעין אין בארא פארק לטובת די שומרי שמיטה און צענדליגע רבנים שרייב ן אינטער אז מ'זאל שטיצן די נעבעך'דיגע ארימע שומרי שמיטה כדי צו האבן א חלק אין וצויתי את ברכתי....
די ביטערע געלעכטער איז איום ונורא.....
דינסטאג מאי 12, 2015 8:05 pm#274564
מיר איז א חידוש אז זיי דארפן בכלל די שטיצע פון בארא פארק, נאכדעם וואס זייערע צייטונגען שרייבן אז די מגבית'ן אין אלע אנדערע געגענטער אין אמריקה איז געווען עפעס אן אויסטערלישע הצלחה... וואס קען מען שוין טוהן מיט אזויפיל געלט??
דינסטאג מאי 12, 2015 9:05 pm#274569
Re: "קרן השביעית" פאר שמיטה - כפירה בתורה?
דער מקור אז די הבטחה גילט נישט בשעת שביעית איז נאר מדרבנן איז אין סמ''ע חו''מ ס''ז ב'.
און הערשעלע, אלע מתנגדים פונ'ם היתר מכירה זענען געגאנגען מיט דעם אז שביעית בזמן הזה דרבנן, און פונדעסטוועגען האבען זיי גע'אסרט. דער דין פון הערמה איז נישט ממש נוגע. ועוד, ביי חמץ וויל דער תורה אז מ'זאל עס ארויסווארפען און פארקויפען נעמט עס ארויס פון רשות. ביי שמיטה איז פארקערט. דער תורה וויל אז דו זאלסט בלייבען אין קרקע און נישט אקערען. תוספות מאטערט זיך פארוואס מ'פיהרט זיך צו פארקויפען א מבכרת להוציא מידי קדושת בכורה.
מיטוואך מאי 13, 2015 10:39 am#274673
אליבא דאמת האט געשריבן:קרן השביעית" פאר שמיטה - כפירה בתורה
וואס גייט דא פאר?? ווי אזוי קען מען פירן א קאמפעין וואס לייקענט אין די הבטחה פון די תורה


לעיקוואד האט געשריבן: ויש עוד תירוצים שונים..


דער ענטפער איז גאנץ פשוט. אזוי אין די לעצטע שטיק צייט האט מען שוין אנגעפאנגען איינצוזעהן דער אמת איבער די היינטיגע רעבנים און דער עולם האט אויפגעהערט צו געבען געלט. זענען אויפגעקומען מיט א נייע ערפינדונג... "קרן השביעית" און מיט די געלט טיילען זיי זיך.

דאס איז איינס פון די עוד תירוצים שונים.

און וואס איז מיט די הבטחה פון די תורה? איס דען נאך דא א רב וואס האלט פון די תורה?
מיטוואך מאי 13, 2015 1:28 pm#274733
וצויתי את ברכתי...אויף וועמען?
.
דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:50 am#410648
פאר די וואס ווילן האבן א חלק פון די ברכה
בילד
מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:16 pm#418390
המלוכה והממשלה האט געשריבן:עס איז יעצט דא א ריזיגע קאמפעין אין בארא פארק לטובת די שומרי שמיטה און צענדליגע רבנים שרייב ן אינטער אז מ'זאל שטיצן די נעבעך'דיגע ארימע שומרי שמיטה כדי צו האבן א חלק אין וצויתי את ברכתי....
די ביטערע געלעכטער איז איום ונורא.....

צו ווייסטו דען אז גדולי הדורות האבן דאס געשטיצט אלע יארן? ס'הייסט כלל ישראל מיט זייערע גרעסטע פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר זענען איין שטיק חוזק?? האסט נישט קיין געדולד זיך צו געבן די אינפא און פארשטיין די מהלך ווערט מען סתם א לץ?
מיטוואך אפריל 07, 2021 8:49 pm#469410
די קאמפעין פאר די נעקסטע שמיטה תשפ''ב אין איז פילסטען קראפט
מיטוואך אפריל 07, 2021 10:55 pm#469422
נאר דאסמאל האבן זיי געטוישט די שותפים אין די הכנסות פון Ptex בראשות ר' מעני האפפמאן צו Pivot בראשות ר' שלומי שטיינמעטץ