Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » קאווע שטיבל • את חטאי אני מזכיר!

קאווע שטיבל • את חטאי אני מזכיר!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6376
דינסטאג מאי 06, 2014 7:47 pm#199288
את חטאי אני מזכיר!
אין מיינע יונגע יארן! (ווען מהאט נאכנישט געויסט די שעדליכקייט פון די טמא׳נע אינטערנעט) האב איך מיך אמאהל פארזינדיגט מיטן רופען געוויסע טעל. נומבערס. נו ווי די גמרא זאגט שוין כל העובר עבירה אחת מלפפתו וכו׳. זינט דאן בין איך דאך געווארן א בעל תשובה וכו׳ וכו׳ אבער די פארשוינען האלטן מיך אין איין רופען נאכאמאהל און נאכאמאהל. וואספארא עצה קען איך טוהן צו בלאקירן מיין נומבאר פאר אייביג ביי די געוויסע פארשוינען זיי זאלן נישט מער קענען מיך רופען. כהאב שוין גערעדט צו מיין קעריער (ווערייזאן) זיי קענען עס בלאקן נאר אויף ניינציג טאג (אויסער אויב איך באצאהל 5 דאלער א חודש): טייערע חברים ידידים יקרים ונוער קען מיר אויפקומען מיט אן עצה איך זאל מער נישט הערן פון די חברה?? מיט דאנק פון פארויס!!!!
דינסטאג מאי 06, 2014 7:52 pm#199290
טויש נאמבער אין פטור אן עסק
דינסטאג מאי 06, 2014 9:07 pm#199307
אויב האסטו א קליגע סעלעפאן, דאן איז דא צייליגע עפפ'ס לכבודך, צי פארמיידן וועלכע נומער עס שמעקט אייך אן נישט צי דורך קימען
דינסטאג מאי 06, 2014 9:21 pm#199312
מ'קען שרייבן א בריוו צו די פירמע אז ס'איז דא מיינארס אין שטוב, דאן מוזן זיי לעגאל אויפהערן.
דינסטאג מאי 06, 2014 10:06 pm#199326
פליקער האט געשריבן:אויב האסטו א קליגע סעלעפאן, דאן איז דא צייליגע עפפ'ס לכבודך, צי פארמיידן וועלכע נומער עס שמעקט אייך אן נישט צי דורך קימען

למשל?
מיטוואך מאי 07, 2014 7:11 am#199351
מען קען זיי נישט רידזשעקטן אטאמאטיש?
מיטוואך מאי 07, 2014 8:18 am#199357
פינף דאללער א חודש איז ביליגער ווי איינמאל דורכפאלן און באצאלן דערפאר
מיטוואך מאי 07, 2014 10:51 am#199372
יישר כח פאר די עצות. אבער! טוישען מיין נומבאר איז קיין עסק. כ׳האב נישט קיין קלוגע טעלעפאן. כווייס ניטאמאהל וועלכע קאמפעני דאס איז. סא וואס נאך אפציעס איז דא פאר מיר?
מיטוואך מאי 07, 2014 11:13 am#199375
לייג אריין דעם נומבער אין גוגל וועט מסתם ארויפקומען א שלל מיט אינפארמאציע פון אנדערע אין דעם פראבלעם.
מיטוואך מאי 07, 2014 11:25 am#199380
כ׳האב שוין א שלל מיט אינפארמעישן אויפן נומבאר. יעדער רעדו זיך אפ (איינער דערציילט גאר אז זיי האבן אים גערופן צווייע פארטאגס און...... זיין פלונית׳טע האט אויפגעהויבן..... קאמעטארן זענען איבריג) אבער קיין עצה קען מען פון א גוי נישט האבן. ע״כ חבריי ידידי וקרובי הושיעה נא לי וויאזוי צו בלאקירן איין מאהל פאר אלע מאהל
מיטוואך מאי 07, 2014 11:42 am#199383
אויב זיי בעטן געלט, צאל עס אפ און פטור אן עסק.
אויב זיי קאלן זיך עדוועטייזן, קענסטו דיך רעגיסטרירן ביי די do not call ליסט, און די נעקסטע מאל זיי קאלן זאג זיי אז דו ביזט רעדשיסטעט ביי די ליסט, און דו גייסט ריפארטן דעם קאל ביי די פאליס דעפארמענט, און מער וועסטו לכאורה נישט הערן פון זיי.
מיטוואך מאי 07, 2014 12:58 pm#199403
יישר כוח ברסלעווער, כהאב עס יעצט געמאכט, לאמיר זעהן צו סוועט עפעס העלפן. יישר כוח פאר אלע וואס האבן פרובירט צו געבן עצות