Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » מאטי אילאוויטש

מאטי אילאוויטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #639
מיטוואך מאי 16, 2012 2:08 am#12538
מאטי אילאוויטש
ווי קען זיין אז עס עקזיסטירט שוין א "קונסט" פארום פאר א וואך צייט און עס איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף דעם זעלטענעם מולטי-טאלאנטפולן מאטי אילאוויטש?
מאטי אילאוויטש איז שוין א שם דבר פאר א שיינע פאר יאר מיט זיין אויסערגעווענליכע בדחנות, זיינע הערליכע נגינה-קאמפאזיציעס, און זיינע אייגענע זינגען פעאיגקייטן.
איך האב נארוואס געענדיגט קוקן דעם קליפ פון א פרעזענטאציע וואס איז פארגעשטעלט געווארן ביי דעם לעצטן דינער פון "אר-סי-סי-עס" אין בארא פארק, אהערגעשטעלט דורך "אן-טיים" סטודיא. די פרעזענטאציע אליין איז ווערט א באשרייבונג, די חכמות וואס זענען גענוצט געווארן אריינצושטעלן מאטי'ן אין די סאמע מיטן פון הארצרייסנדע געשעענישן. עס צייגט זיך אויך ארויס א געוואלדיגע פאכמאנישקייט מיט'ן צוזאמענשטעלן לענגערע "קאָטס", צום ביישפיל די סצענע ווי די קאמערא פארט אוועק פון דעם דאקטאר'ס אפיס אריין צו דעם ווארט-זאל, וואו מאטי, דער נאראטאר, פאנגט אן מיט זיינע שילדערונגען. עס זעט ממש אויס ווי איין לאנגע "קאָט", און איך האב געדארפט עטליכע מאל איבערקוקן די סצענע צו באמערקן פונקטליך וואו די סטודיא האט צוזאמענגעשטעלט די צוויי "קאטס" (די צוזאמשטעל-פונקט איז ווען די קאמערא ווייזט די געלע וואנט, פונקט 2:05).
אקעי, איך בין דא פארפארן מיט'ן אויסלויבן די סטודיא, ווען באמת וויל איך שרייבן דווקא אויף מאטי אילאוויטש.
בנוסף צו אלע זיינע געוואלדיגע טאלאנטן, טוט זיך אין דער ווידעא מאטי אהערשטעלן ווי א גאט-געבענטשטער אקטיאר. זיין רעדן און פארשטעלונג איז באמת צום באוואונדערן. כאטש אין ערשטן טייל באנוצט ער זיך מיט צופיל אדיעקטיוון און באוועגט אביסל צופיל די הענט, טוט אבער מאטי אהערשטעלן אין דער ווידעא אן ערשט-קלאסישער ארבעט.
א ביישפיל: גיט א קוק ביי דעם פונקט 7:34 אין דער ווידעא, וואו מאטי צעשמייכלט זיך שפאטיש בנוגע אינשורענס. עס איז א הערליך שטיק קונסט. אזוי נאטירליך איבערצוגעבן איז באמת א זעלטנהייט.
מיטוואך מאי 16, 2012 9:11 am#12556
יאנקל האט געשריבן:ווי קען זיין אז עס עקזיסטירט שוין א "קונסט" פארום פאר א וואך צייט און עס איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף דעם זעלטענעם מולטי-טאלאנטפולן מאטי אילאוויטש?

:like :like זייער שיין! יעצט געקוקט, ס'הא מיך באנומען מיט טרערן.

איין פוינט נאר - ביי 7:34 לאכט ער פון די עפוינטמענטס, נישט אינשורענס.
מיטוואך מאי 16, 2012 4:13 pm#12678
יאנקל האט געשריבן:ווי קען זיין אז עס עקזיסטירט שוין א "קונסט" פארום פאר א וואך צייט און עס איז נאך נישט דא קיין אשכול אויף דעם זעלטענעם מולטי-טאלאנטפולן מאטי אילאוויטש?

טאקע נישט צו פארשטיין. אזא פארעם האט נישט געטארט זיין אפילו איין מיניט אהן א אשכול אוי ףמאטי!! און ישר כח יאנקעל פאר'ן גיין אזוי שיין פתיחה.
איך געדענק ווען איך האב אים געזעהן די ערשטע מאל ביי א חתונה בערך פיר יאר צוריק. איינער האט מיך געוויזען אויף אים "אז ער גייט זיין די בדחן"
איך האב מיך אונטערגעשמייכעלט און אונטערגעלאכט פון דער קליינער ראצער וואס "איז מיר שוין אויך א בדחן"
כ'האב געוואלט צוגיין צו אים פרעגן הערשל פרידמאן'ס שאלה: "ווער האט דיך איינגערעדט אז די קענסט בדחנען??...

ענד אף די סטארי קעסטו דיך אליינ'ס פארשטעלן אז ווי נאר מאטי האט זיך אויפגעשטעלט האבן אלע מוילן זיך געעפענט אזוי גרויס, אז איך קען דיר נישט זאגן.....
ער האט דאך אראפגעלייגט בדחנות מיט אזא מתיקות. איי ס'צעגייט אין די ביינער אפילו יעצט ווען איך דערמאן מיך.

די קליפ וואס יאנקעל האט דא געברענגט איז טאקע א הערליכע מעסטערפיס. סיי די ווידיאו אליין און סיי מאטי'ס פערפארמענץ. ממש יעדען טאג ווערט מען געוואר פון פרישע טאלאנטן וואס ער האט.
וואס קומט נעקסט???
מיטוואך מאי 16, 2012 4:19 pm#12679
באשיינפערליך ווי מ'קען זאגן אז אויף טעם וריח וגו'. איך האב מיך פארעקלט פון מאטי קוקנדיג אויף די קליפ. די פאלשע הענט דרייען די געמאכטע שמייכל. מיר האט עס לגמרי נישט געכאפט מילד גערעדט
מיטוואך מאי 16, 2012 4:25 pm#12681
איר זענט ביידע גערעכט, ער טרייבט זייער איבער מיט איבערניצן דראמע,
ווען איינער ווערט געוואר אז ער האט קענסער איז ער אדער אין א מדבר, אדער א וואסער, אדער א פייער אדער וואלקענסעס ניצן אלע משלים טויג נישט,
אבער בכללית איז ער זיכער זייער באטאמעט
מיטוואך מאי 16, 2012 5:55 pm#12719
און מיין אויגן איז עס זייער פאלש. אבער... על טעם וריח וגו'
דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:25 am#12911
איך האב נישט געזען די קליפ אבער איך האב עם געהערט ביי אפאר חתונות עס איז מיר ממש געקימען צום וויינען די הארציקייט די ניגונים די תוכן די גראמען איז עפעס הערליך נישט נארמאל שיין
דאנערשטאג מאי 17, 2012 11:29 am#12936
לענ'"ד איז מאטי פון די בעבי באאמערס וואס ער מיינט די עיקר איז מאכן מיט די הענט און דראמעטייזן, בשעת זיין רעדן האט נישט קיין טראפ תוכן, זעט אויס אז פאר געוויסע רעדט דאס, איך וואלט איהם ליבערשט געוואלט אלץ זינגער נישט גראמער ער האט זייער א שיין שטימע איר קענט זיך דינגען
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:16 pm#13067
גלות יוד האט געשריבן:לענ'"ד איז מאטי פון די בעבי באאמערס וואס ער מיינט די עיקר איז מאכן מיט די הענט און דראמעטייזן, בשעת זיין רעדן האט נישט קיין טראפ תוכן, זעט אויס אז פאר געוויסע רעדט דאס, איך וואלט איהם ליבערשט געוואלט אלץ זינגער נישט גראמער ער האט זייער א שיין שטימע איר קענט זיך דינגען

די הענט-באוועגונגען זענען טאקע איבערגעטריבן, אבער בכלליות מיין איך אז ער שטעלט אהער א הערליכער ארבעט.
דאנערשטאג מאי 17, 2012 3:31 pm#13080
כ'וואלט איהם אלץ גראמער נישט גענומען די זעלבע האלט איך אויף ליפא ער רעדט און רעדט און זאגט גארנישט
פרייטאג מאי 18, 2012 9:53 am#13262
גלות יוד האט געשריבן:לענ'"ד איז מאטי פון די בעבי באאמערס וואס ער מיינט די עיקר איז מאכן מיט די הענט און דראמעטייזן, בשעת זיין רעדן האט נישט קיין טראפ תוכן, זעט אויס אז פאר געוויסע רעדט דאס, איך וואלט איהם ליבערשט געוואלט אלץ זינגער נישט גראמער ער האט זייער א שיין שטימע איר קענט זיך דינגען

דאס איז זיכער אז דו האסט נישט קיין מושג וואס בעבי באאמערס מיינט.
פרייטאג מאי 18, 2012 2:22 pm#13361
איימסארי איך ווייס פונקטליך וואס עס מיינט, פאר א מליצה איז עס זייער גוט
פרייטאג מאי 18, 2012 2:33 pm#13363
דעמאלס איימסארי אז איך האב געמיינט אז דו ווייסט נישט.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:49 pm#180506
ער לייגט זייער שיין אראפ קדש את שמך פון אייזיק האניג
m https://www.youtube.com/watch?v=s6slxWHiv9s m

ער קען שמייכלען אויך...
ביי א שבע ברכות פון איינער פון משפחת ווייל. מ'זעט דער קאמפאוזער טאלי ווייל
m https://www.youtube.com/watch?v=cw4fNga7aN4 m
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:09 pm#180515
יאנקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:לענ'"ד איז מאטי פון די בעבי באאמערס וואס ער מיינט די עיקר איז מאכן מיט די הענט און דראמעטייזן, בשעת זיין רעדן האט נישט קיין טראפ תוכן, זעט אויס אז פאר געוויסע רעדט דאס, איך וואלט איהם ליבערשט געוואלט אלץ זינגער נישט גראמער ער האט זייער א שיין שטימע איר קענט זיך דינגען

די הענט-באוועגונגען זענען טאקע איבערגעטריבן, אבער בכלליות מיין איך אז ער שטעלט אהער א הערליכער ארבעט.

ער - מיט מערסטענס אקטיארן פון דעם פילם ״איבער-טוען״ עס, און טרייען צו שטארק. נישט אומזיסט איז דא עקטען קלאסן, עקטינג דארף זיין נאטורלעך נישט דראמאטיש מיט די אויגן און הענט.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:38 pm#180550
ביי RCCS אפאר יאר צוריק.
פרייטאג יולי 24, 2020 1:27 pm#455088
מאטי גרייט זיך ארויסצוגעבן זיין דריטע סידי, תיכף נאך תשעה באב.

די סידי טראגט דעם נאמען רעיונות, נאכ'ן געווינען דעם דעת הקהל. מאטי האט ארויסגעשטעלט עטליכע נעמען פאר'ן סידי, ווי: מאטי!, רעיונות, מחשבות 3 , גליקליך, יצירות, איין טאג, תקיעה, איך ווייס נישט און תכלית. ווי ער שרייבט אויף סאושעל-מידיע איז אריינגעקומען איבער צוויי טויזנט שטימען פאר דעם נאמען רעיונות. דער צווייטער מערסט געוועלטע נאמען איז געווען מאטי. וואס גייט סיי ווי שטיין אויפ'ן סידי...

אלנפאלס, מאטי האט שוין א רעפוטאציע פון פארפאסן שיינע ניגונים, און לאמיר האפן אז די חזקה-סידי, זיין דריטן אלבוים וועט זיין א קנאק
זונטאג יולי 26, 2020 11:17 am#455135
יאפ. דא שרייבט ער וועגן די נאמען פון די סידי.

Ideas Motty.jpeg
מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:44 pm#458078
איינער האט די pdf פון די סי די?
דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 2:45 am#458087
יא
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 11:36 am#460957
קען מיר איינער שוקן (אדער לייגן דא) די ווערטער פון די פערטע טרעק, ווייטאג? יישר כח מראש.
מיטוואך אקטאבער 21, 2020 12:41 pm#460989
צו געדענקסטו ווען געשריגן דו האסט
און טרערן פון די אויגן געלאזט.
צו זיך אליין גערעדט -
שטילערהייט אין בעט
און געמיינט אז ס’איז עק וועלט.

צו גלייבסטו אז די שווערסטע נעכט
ווען דו האסט געפילט פארלוירן און שלעכט.
דיין הארץ איז דיר צושטורעמט -
דאס האט דיך געפארעמט
און דיך אויף דיינע פיס געשטעלט.

ווייל יעדע גריבּעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט - און עס טיילט -
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפַאר.

“ווי גליקליך ביסטו אז דו שפּירסט ווייטאג
עס גייט דיך מאכן שטערקער נאך איין טאג.
איין טאג, איין טאג.
איין טאג וועסטו זען
אז נאר דורך דעם
וואס ס’איז דיר געווען שווער
ביסטו געוואקסן מער.”

יעדער וואס האט ערגעץ דערגרייכט
האט א וועג אדורכגעמאכט.
א טעות מאכט אונז בעסער
- נסיונות מאכט אונז גרעסער
הארץ וויי איז א הארציגע שפראך.

וואויל איז דער וואס שפירן טוט
אבער גלייבט אז ס’וועט נאך ווערן גוט.
דיין הצלחה פון מארגן -
זענען נעכטיגע זארגן
ווען דו האסט געמיינט אז דו ביסט שוואך.

ווייל יעדע גריבּעלע צער
ברענגט מיט זיך א טעצעלע שכר
עס היילט - און עס טיילט -
כוחות ווי נאך קיינמאל בעפַאר.

“ווי גליקליך....

די טאג וואס דו קומסט ָאן ווייט
וועסטו שטיין אין די זייט
ס’איז געווען א שווערע צייט
אבער ָאן דעם וואלט איך גארנישט געהאט.

“ווי גליקליך....