פרייטאג מאי 09, 2014 2:40 pm#199799
ווי אזוי טעסט מען ה' מיט מעשר כספים?
ווי באקאנט שטייט אין פסוק "לא תנסו את ה' אלוקיכם". א מענטש טאר נישט אויספראבירן אויב די אייבישטער האלט איין זיינע הבטחות. וואס מיינט "אויספראבירן"? אויספראבירן, טעסט"ן בלע"ז, מיינט אז מ'עקזעמינירט עפעס און מ'קומט ארויס מיט ריזאלטס וואס זענען פאזעטיוו אדער נעגעטיוו. די דעפינישען פון טעסטען מיינט אז נאכ'ן טעסט גייען מיר געוואר ווערן עפעס וואס אונז האבן נישט געוויסט פריער איבער די סאבזשעקט וואס אונז טעסט'ן.
עס איז אבער דא איין זאך וואס עס שטייט קלאר אז אונז מעגן טעסטן דעם אייבישטער "צדקה". אבער נישט יעדער איז מודה אז דאס מיינט יעדע צדקה, נאר עס מיינט דוקא מעשר כספים. ביי מעשר כספים איז יעדער מודה אז מ'מעג מאכן א טעסט צו זעהן אויב ה' איז מקיים זיינע הבטחות.
אזוי שטייט טעקע גע'פסקענט אין שלחן ערוך
יעצט איז די שאלה אזוי. איך געב שוין מעשר כספים אסאך יארן און איך וויל ווייטער אנהאלטען. איך בין אבער זייער אינטערסירט צו מאכן אזא טעסט ,אבער איך דארף העלפ פאר פינקליכע אינסטראקשענס ווי אזוי עס צו טוהן.
וואס איז די הבטחה וואס מ'גיימיר טעסט'ן? אין די ש"ך שטייט אז מ'טעסט אויב מ'ווערט רייך
דאס איז איך געב שוין עהרליך מעשר כמעט צוואנציג יאהר און איך בין ווייט פון רייך איז געניג צו זאגן אז די טעסט ווייזט אז די הבטחה ארבייט נישט, אדער אפשר דארף מען מאכן די טעסט אויף א אנדערע אופן?

- Sh.JPG (29.08 KiB) געזען געווארן 1491 מאל
יעצט איז די שאלה אזוי. איך געב שוין מעשר כספים אסאך יארן און איך וויל ווייטער אנהאלטען. איך בין אבער זייער אינטערסירט צו מאכן אזא טעסט ,אבער איך דארף העלפ פאר פינקליכע אינסטראקשענס ווי אזוי עס צו טוהן.
וואס איז די הבטחה וואס מ'גיימיר טעסט'ן? אין די ש"ך שטייט אז מ'טעסט אויב מ'ווערט רייך
- shi.JPG (14.66 KiB) געזען געווארן 1491 מאל