Under maintenance
הויפט זייט » אורך השמלה עפ"י הלכות אכשר דרא

אורך השמלה עפ"י הלכות אכשר דרא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6466
דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:40 pm#201922
אורך השמלה עפ"י הלכות אכשר דרא
מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען ביי שלומי אמוני ישראל אז כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א והגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א האבן ארויסגעגעבן א קלארן פסק איבער די לענג פון קליידער פאר ערליכע נשים צנועות. דער נוסח פון דעם "קול קורא" וואס פאנגט זיך אן "בדבר הפירצה הנוראה שנפרצה לאחרונה ענין ההליכה בבגדים קצרים רח"ל" קומט אין א צייט וואס אידישע פרויען גייען די לענגסטע בגדים אין דער היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקע.

DB.JPG
DB.JPG (60.5 KiB) געזען געווארן 4120 מאל


לויט דעם פרישן פסק דארפן די קליידער זיין צווישן 7-5 אינטשעס אונטער דעם סוף פון די קניען – פאר ברייטערע בגדים; שמעלערע בגדים דארפן עפ"י אט דער ווערסיע פון דעת תורה זיין נאך לענגער.

דער פרישער פסק קומט אין המשך צו דעם התקבלות פון דעם פסק פון הרב פאלק אז קליידער דארפן זיין פיר אינטשעס אונטער די קניען. דער פסק איז דערנאך צוגעוואקסן צו זעקס אינטשעס, און יעצט הערן מיר שוין א שיעור פון אזש 7 אינטשעס אדער מער.

ווי עס איז שוין דאקומענטירט געווארן כמה פעמים, און ווי עס איז באקאנט פאר יעדן וואס שטעקט זיך נישט אריין דעם קאפ אין זאמד, איז מען ביז דרייסיג יאר צוריק און אפילו שפעטער געגאנגען מיט קליידער וואס האבן קוים דערגרייכט די קניען. פילע זענען אפט געגאנגען מיט קליידער וואס זענען אפילו געווען היבש איבער די קניען. דאס קען זיך יעדער איבערצייגן דורך קוקן בילדער פון יענער תקופה.

ווען האדמו"ר בעל דברי יואל מסאטמאר ז"ל האט געגרונדעט דעם שטעטל קרית יואל וואו דער היינטיגער רבי שליט"א דינט אלס רב, האט ער אוועקגעשטעלט תקנות וויאזוי מ'זאל זיך דארטן פירן. ווי באקאנט איז האדמו"ר מסאטמאר בכלל נישט געווען קיין מיקל, און ער האט אוועקגעשטעלט תקנות לויט וויאזוי ער האט געהאלטן אז זיי רעפרעזענטירן זיין דעת תורה.

ביי א גענעראל פארזאמלונג אין קרית יואל, מאנטאג פרשת שמות תשל"ז, וואו עס זענען אוועקגעשטעלט געווארן די תקנות פאר דעם נייעם שטעטל, איז איבערגעגעבן געווארן די דברות קודש פונעם בעל דברי יואל בנוגע די לענג פון קליידער פאר פרויען און מיידלעך וועלכע וואוינען אין זיין הייליג שטעטל.

טראצדעם וואס דעמאלט איז, אנדערש ווי היינט, יא געווען שטארק אנגענומען צו גיין מיט קורצע קליידער, האט קיינער נישט געזען פאר וויכטיג מעורר צו זיין אויף דער "פירצה". האדמו"ר מסאטמאר האט נישט געוואוסט פון קיין אינטשעס און חשבונות וויאזוי דאס קליידל ריקט זיך ווען מען זעצט זיך. ווען ער האט אוועקגעשטעלט זיין שטעטל האט ער בסך הכל פארלאנגט אז די קליידער וואס מ'גייט זאלן נישט זיין העכער ווי די קניען. אין דעם לשון פון דעם אפיציעלן דאקומענט: "די מיידלעך טארען נישט גיין מיט אזעלכע קליידער וואס זענען העכער פון די קניע, און דאס איז ביי אלע מיידלעך פון דריי יאר און העכער!"
KJ.JPG
KJ.JPG (209.23 KiB) געזען געווארן 4120 מאל


(איך האב דערווייל נישט באוויזן צו לייגן א האנט אויף דער מכתב אין דברי יואל וואס ווערט ציטירט אין דעם קול קורא. ווער עס האט דאס צו דער האנט איז מכובד מזכה צו זיין דעם ציבור.)
דאנערשטאג מאי 22, 2014 7:53 pm#201924
7 אינטשעס ווייניגער א משהו איז שוין א פירצה נוראה,
ביזן קנעכל איז ווייטער א פירצה נוראה,
ערגעץ ווי אינדערמיט (וויפיל אינטשעס?) איז דערווייל נאך נישט דא קיין פראבלעם?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:10 pm#201933
במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס
איך פרוביר נאר צו פארשטיין עפעס וואס איז זייער אינטערעסאנט, ס'איז דא דריי סארט לענג פון קליידער, די מער בעסערע גייען מיט אביסל קורצע קליידער, צו ממש ביז די קני, אדער - לאמיר עס אנרופן - נאר א אינטש נאך די קני, די פרומערע גייען 7 אינטשעס נאך די קני, ווידער אום די ליטווישע וואס מ'קען זיכער לייגען אין די קאטעגאריע פון בעסערע, גייען דוכט זיך ביז 12 אונטשעס נאך די קני, ממש ווי א לאנגע דאסטער, איך כאפ נאך נישט די קאנצעפט, איז לאנגע קליידער א תאוה צו א פרומקייט? און דאס זעלבע פארקערט
די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף די שווארצע זאקן, צוויי סארט מענטשן גייען מיט שווארצע זאקן, די פרומע פרויען, און די ליטווישע פרויען?
ווי אזוי ארבעט דאס?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:22 pm#201936
ווי עס קוקט אויס, ביז אפאר יאהר גאנץ קרית יואל אויסקוקען ווי די טאליבאן פרויען אין ירושלים...

מ'דארף מאכן א מחאה אויף די נייע מאדעס פון לאנגע קליידער. מיר ווילען זיך האלטן צו די מסורה פון אונזערע באבעס און גיין נאר מיט קארצע קליידער.

און ווי האט די חתם סופר געזאגט? חדש אסור מן התורה...
דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:31 pm#201939
שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס
איך פרוביר נאר צו פארשטיין עפעס וואס איז זייער אינטערעסאנט, ס'איז דא דריי סארט לענג פון קליידער, די מער בעסערע גייען מיט אביסל קורצע קליידער, צו ממש ביז די קני, אדער - לאמיר עס אנרופן - נאר א אינטש נאך די קני, די פרומערע גייען 7 אינטשעס נאך די קני, ווידער אום די ליטווישע וואס מ'קען זיכער לייגען אין די קאטעגאריע פון בעסערע, גייען דוכט זיך ביז 12 אונטשעס נאך די קני, ממש ווי א לאנגע דאסטער, איך כאפ נאך נישט די קאנצעפט, איז לאנגע קליידער א תאוה צו א פרומקייט? און דאס זעלבע פארקערט
די זעלבע קשיא קען מען פרעגן אויף די שווארצע זאקן, צוויי סארט מענטשן גייען מיט שווארצע זאקן, די פרומע פרויען, און די ליטווישע פרויען?
ווי אזוי ארבעט דאס?

שרייבער: דאנק דעם באשעפער אז דו כאפסט נישט.ס'איז א סימן אז דיין קאפ ליגט נישט אין יענעמ'ס מ----. ליתר שאת (וספחת) קענסטו אנפרעיגן ביי דעם חשוב'ן פוסק הדור אין די עניינים, הרב פאלק שליט"א פון לאנדאן, עיר הבירה. נאר ביז דו פרעיגסט אן ביי הרב פאלק, און ביז די תשובה וועט צוריק קומען, וועל איך אויסדרוקן מיין מיינונג. לפענ"ד איז דער פסול מיט די לאנגע קליידער, וועלכע גרייכן ביז די פלאהר נישט אין די חפצא נאר אין די גברא'טע. וויבאלד די מאדערנע (און מסתמא ציונים, מזרחיים ואגודאים, למיניהם, ר"ל) האבן עס אנגענומען. אפילו ס'איז א הידור אין צניעות (פאר די וואס זענען ביזי מיט אזעלכע שטותים.) איז עס ביי אינז, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני אויטאמאטיש טריפה פסול... :? 8-) :lol: :roll: :oops: :twisted: :evil: :( :cry: ;) :o
דאנערשטאג מאי 22, 2014 8:33 pm#201940
שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'
און דאס האט געברענגט צו מאכן א שיעור מיט אינטשעס

הוא אשר דברנו. דער בעל דברי יואל האט איין זאך געוואלט, אז די קליידער מיט וועלכע מ'גייט זאלן נישט זיין איבער די קניען - ניטאמאל האט ער באפוילן אז די קניען דארפן זיין איבערגעדעקט. און ער האט אוודאי נישט געמאכט קיין חשבונות אז די קליידער זאלן זיין נאך די קניען כדי ווען מען זיצט זאלן די קניען זיין פארדעקט.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:46 pm#201957
די שעטנז לאבראטאריעס קענען אנהייבן צולייגען דער סערוויס פון מעסטן די קליידער...
דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:56 pm#201959
לעניית דעתי איינער וואס האט א פראבלעם מיט 3יעריגע מיידלעך דער דארף גאר שנעל ווערען האספיטאליזירט עי עס עי פי
דער איז באמת א סכנה
דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:16 pm#201962
איך האלט פון די חומרא זייער שטארק, אזוי וועט כאטש זיין צוגעדעקט רוב פון די צעריסענע טייץ, און די נשים וועלן נישט פארלירן חן בעיני בעליהם.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:50 pm#201968
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ווער עס פילט זיך פעאיג, און איז פארשטייט זיך א געשמאקע יונגערמאן, קען עפענען א נייע ביזנעס, ווי מען קען אריינקומען זיך לאזן מעסטן די קליידער מיט אלע הידורים. קען מאכן א שעטנז טשעק אינאיינוועגס...

א נאמען פאר דער ביזנעס?

Pinch n' Inch

נאר כ'האב שטארק מורא אז דער "געשמאקער יונגערמאן" וועט ח"ו ענדיגן דארט ווי ר' נ.וו. האט געענדיגט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: ;) :o
דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:37 pm#201980
ס'דא געוויסע וואס האלטן אז הלכה טוישט זיך לויט די זמנים און מצבים. משמע אז די רבנים אויפן קול קורא האלטן אזוי.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:42 pm#201982
וואס איז באמת די הלכה אויף א 3 יאראיגע מיידעלע? אן א הרב פאלק אד"ג
פרייטאג מאי 23, 2014 12:27 am#201989
די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;
פרייטאג מאי 23, 2014 1:24 am#201993
אי איתמר האט געשריבן:די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;

מה ענין הלכות קרי"ש לענין סתם בגדים?
פרייטאג מאי 23, 2014 1:27 am#201994
שרייבער האט געשריבן:במציאות, איז דא אסאך פרויען, וואס הגם די קליידער זענען נאך די קני, עכ"ז ווען מ'זעצט זיך אראפ קומט עס אן היבש העכער די קני, אז צומאל קען מען זען ממש ביז... וכו'

ביז? ביז וואו דיין קאפ ליגט. אינטערעסאנט אז רוב געזונטע מענטשען באמערקען נישט דעם ביז.
פרייטאג מאי 23, 2014 1:47 am#201999
געפילטע פיש האט געשריבן:
אי איתמר האט געשריבן:די ערשטע ביאור הלכה או''ח סי' ע''ה;
טפח מגולה וכ'ו עיין בספר שולחן שלמה שנתב דשעור זה שייך אפילו בקטנה מבת ג' ואילך שהיא ראויה לביאה ואם היא בתו הוא מי״א שנה ואילך וכדלעיל בסי' ע''ג ע''ש;

מה ענין הלכות קרי"ש לענין סתם בגדים?


עכ׳׳פ רואים דבת ג׳ כבת כ׳ וכבת ק׳ לענין טפח מגולה..
פרייטאג מאי 23, 2014 2:22 am#202000
איז די "ע"כ נקבע" בכלל "דינה כעוברת על דת יהודית"?
פרייטאג מאי 23, 2014 2:53 am#202002
״איין אינטש בימים ההם, וואלט היינט געטראפן א מספר פון איך ווייס: עה (גלעט אויפן בערדל, פארקנייטשט די אויגן, דרייט מיטן קאפ) ׳אן ערך פון לכל הפחות ניין אהאלב אינטשעס׳ -- במושכל ראשון. עפעס א פארגלייך״?
פרייטאג מאי 23, 2014 8:35 am#202016
ATUB @ראובן ATUB אין די צייטן פון בעל דברי יואל, ד.ה. פון בראשית ביז וזאת הברכה אשר ברך משה, האט דער עולם - אפילו די בעלבאטישע מקורבים - נישט פארמאגט קיין SUV'ס וואס פארלאנגט זיך אויפצוהייבן איין פיס אויף אמאל, וואס איז גורם פאר דער נייגעריגער הונגעריגער אינגערמאן צו כאפן א בליק אויף די אויבערשטע חלק פיס רח"ל. נאך א סטאדי אינעם קאלעדזש אנגעפירט דורך די אויבענדערמאנטע רבנים, איז אויסגעקומען די חשבון אז 7 אינטשעס וועט דעקן אפילו SUV'ס פרויען.
פרייטאג מאי 23, 2014 9:57 am#202022
אהא.. יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס יענער רב האט געהאקט א קעגן די עס יא וויס..
פרייטאג מאי 23, 2014 10:10 am#202024
ATUB @ראובן ATUB , ס'וואלט געוען מעגליך צו סקענען די פולע פעידזש פונעם צווייטען בילד? א דאנק.
פרייטאג מאי 23, 2014 4:03 pm#202095
ATUB @געפילטע פיש ATUB
פרייטאג מאי 23, 2014 6:47 pm#202112
אזא גראבן וואטערמארק? עס איז שוין גרינגער זיך מוטשען אויף א קצות ווי דעשיפרירן דעם דאקומענט!
פרייטאג מאי 23, 2014 7:19 pm#202116
כ'האב יעצט געמאסטן מיין ווייב'ס בשר התפוח, און א 3/4 דערפון קומט אויס בערך 2 און 1/2 אינטשעס.
זעהט אויס אז אין מאנרא איז דא גרעסע בשר תפוח.
מוצ"ש מאי 24, 2014 10:39 pm#202125
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב יעצט געמאסטן מיין ווייב'ס בשר התפוח, און א 3/4 דערפון קומט אויס בערך 2 און 1/2 אינטשעס.
זעהט אויס אז אין מאנרא איז דא גרעסע בשר תפוח.



וואס פארשטייט א מילכיגע קאוועטרינקער צו א שטיקעל בשר תפוח.

אויב ר' אהרן זאגט אז בשר תפוח איז מעורר גלייב איך אים.