Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » מצבות, דאקומענטן, ספרים, בילדער, צום יארצייט

מצבות, דאקומענטן, ספרים, בילדער, צום יארצייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 17 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6484
זונטאג מאי 25, 2014 7:45 pm#202424
מצבות, דאקומענטן, ספרים, בילדער, צום יארצייט
אזוי ווי דא איז שוין געפענט געווארען א אשכול איבער בילדער צום יארצייט, עפענען מיר דא א אשכול איבער דאקומענטן, מצבות, אוהלים, היסטארישע געדענקענישען, ספרים און נאך פון גדולי ישראל לכבוד זייער יארצייט.

מארגען כ''ו אייר איז די יארצייט פינעם רמח''ל רבי משה חיים לוצאטו זצ''ל

דא איז א בילד פון זיינע ספרים אויף קבלה, און די מצבה
מאנטאג מאי 26, 2014 6:56 am#202503
אידען ביים ציון פון רבי שלמה'קע זעווילהער זצ''ל
היינט כ''ו איז די יארצייט פון רבי שלמה'קע זצ''ל
57098.jpeg
57098.jpeg (57.77 KiB) געזען געווארן 1488 מאל
מאנטאג מאי 26, 2014 7:12 am#202504
און א פיקטשער האסו געברענגט, פון די ציון פון ר' גדליה משה מזעוויל.
מאנטאג מאי 26, 2014 7:13 am#202505
עפל סיידער האט געשריבן:היינט כ''ו איז די יארצייט פון רבי שלמה'קע זצ''ל


עפל סיידער לויט דעם קעפשאן אונטערן בילד איז דאס ביים ציון פון זיין זוהן הרה"ק ר' גדלי' משה זצ"ל, וועלכער ליגט אין שיח באדער, נישט פון הרה"ק ר' שלומ'קע זצ"ל וועלכער ליגט אין הר הזתים.
מאנטאג מאי 26, 2014 8:09 am#202513
הדד בן בדד האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:היינט כ''ו איז די יארצייט פון רבי שלמה'קע זצ''ל


עפל סיידער לויט דעם קעפשאן אונטערן בילד איז דאס ביים ציון פון זיין זוהן הרה"ק ר' גדלי' משה זצ"ל, וועלכער ליגט אין שיח באדער, נישט פון הרה"ק ר' שלומ'קע זצ"ל וועלכער ליגט אין הר הזתים.
פלעין יודיש האט געשריבן:און א פיקטשער האסו געברענגט, פון די ציון פון ר' גדליה משה מזעוויל.


טעות, כ'האב איבערגעלייגט די ריכטיגע.
מאנטאג מאי 26, 2014 8:41 am#202517
כ''ז אייר רבי חיים אבולעפי' (הראשון) זצ''ל
פאר פופציג יאר צוריק האט די ספרדישע חברה קדישא אינאיינעם מיט די אתרא קדישא פון אר''י אנטפלעקט די מקום קבורה פון די צדיק רבי חיים אבולעפי' (דער ערשטער) זצ''ל וואס האט געהאלפען אויפדעקן די ריכטיגע פרצוף פון נתן העזתי, און לויט ווי די כת ש'ץ זאגט האט ער געהאט א הויפט חלק אינעם פארטרייבען שבתי צבי ימ''ש פון אר''י,
מארגען געפאלט די הילולא פון רבי חיים זצ''ל
images.jpeg
images.jpeg (3.07 KiB) געזען געווארן 1477 מאל





כ''ט אייר (דאנערשטאג) רבי מאיר מ'פרעמישלאן זצ''ל
file-5.jpeg
file-5.jpeg (61.45 KiB) געזען געווארן 1473 מאל



file-33.jpeg
file-33.jpeg (36.7 KiB) געזען געווארן 1473 מאל
מיטוואך מאי 28, 2014 12:00 pm#203187
היינט כ''ח אייר איז דא טייל וואס האלטען דעם יארצייט פינעם מהר''י בן לב ידוע בהשו''ת מהר''י בן לב
getimg.jpeg
getimg.jpeg (80.2 KiB) געזען געווארן 1434 מאל


א בלאט פינעם שו''ת מהר''י בן לב פינעם אוצר הספרים פון רבי מאיר שפירא זצ''ל.

דא האט איר אביסעל פון די לעבנ'ס יארען פינעם מהר''י בן לב

מהר"י בן לב נחשב אחד מגדולי דורו ומהחריפים שבהם. הוא עמד בקשרים עם ר' יוסף קארו, ר' יוסף טאטאצק ומהרשד"ם. מהר"י בן לב הצטרף למאמציה של דונה גרציה נשיא וחתנה דון יוסף נשיא, בשנת שט"ז (1556), להטיל חרם יהודי על העיר אנקונה, באיטליה; דונה גרציה פעלה למצגרת החרם כדי למנוע את הוצאתם להורג של אנוסים שנכלאו בעיר, ביוזמת האפיפיור פאולוס הרביעי. מהר"י בן לב, יחד עם חכמים רבים בקושטא, תשובה הלכתית, ובה דרש להחרים את המסחר עם העיר. תשובותיו ההלכתיות הרבות שהשיב לשואלים שונים מעידה על פוסק חריף, בעל בקיאות רבה בספרות ההלכה; בתשובות שונות הוא אינו מהסס להכריע בבהירות גם בנושאים קשים ומעוררי מחלוקת. עוד בחייו נדפסו 2 כרכים מתשובותיו בשם "שו"ת מהריב"ל" (קושטא, שכ"א-של"ג - 1561-1573). לאחר מותו יצא החלק השלישי של תשובותיו (ונציה, שס"ו - 1606). בספרים נכללו, מלבד תשובותיו הלכתיות, גם חידושיו למספר מסכתות מהתלמוד הבבלי. חידושי בנו, ר' דוד נכללו גם הם, ואף הורחבו על ידו, כהנצחה לבנו. מסיבה זו יש שייחסו את חידושי הבן למהריב"ל עצמו.
דאנערשטאג מאי 29, 2014 5:28 am#203354
שוואכע מקור, די נעכטיגע יארצייט פון מהר''י בן לב
אליקים געציל האט געשריבן:
אליקים געציל האט געשריבן:היינט - כ"ח אייר ג"ם למטמוני"ם - איז די יארצייט פון הגה"ק בעל שו"ת מהר"י בן לב זי"ע.

דא ווערט געברענגט א מעשה נורא וואס האט פאסירט מיט איהם, און וואס עס האט נאכגעפאלגט 330 יאר שפעטער... אית דין ואית דיין!

האט מען מיך אנגעפרעגט אין פריוואט ווי עס איז דער מקור אז זיין יארצייט איז כ"ח אייר.

האב איך געענטפערט אז איך האב דאס געזען - נעכטן - אין א געוויסע טעגליכע בלעטעל.

למעשה זוכנדיג קען מען נאר טרעפן א שנת הפטירה ש"מ - טייל לייגן אפילו צו דאס ווארט "בערך" - אן קיין טאג און חודש.
אין די תשובות מהר"י בן לב אין די תולדות המחבר שטייט אויך בלויז ש"מ אן די יום הפטירה.

דארט אין יענעם בלעטל איז געשטאנען כ"ח אייר ש"ו, דאס נעמט איהם נאך צו בערך 34 יאר משנות חייו.

האב איך אנגעפרעגט ביי די מוציאים לאור פון יענעם בלעטל, און זיי זאגן אז זיי גנב'נען נעמען פון אלע צייטונג ליסטעס וכדו'. און זיי ווייסן נישט איצט פון וואו זיי האבן דאס אפירגעקראצט (סידאך א בפיירישע משנה: הגונב מן הגנב פטור מלתת מקור...)

--------

דערווייל זוכנדיג אביסל אין די ספרי התולדות האב איך א חשד וויאזוי דאס איז מעגליך צושטאנד געקומען:

א' אייר ש"ו איז די יום הפטירה פון ר' יעקב בי רב.

נו, פון ר"ח איז געווארען כ"ח, און פון מהר"י בי רב איז געווארן מהר"י בן לב...

--------

וואס זאגט דער עולם? איז דא א וועג דאס מברר צו זיין?
פרייטאג מאי 30, 2014 11:07 am#203599
עפל סיידער האט געשריבן:מארגען כ''ו אייר איז די יארצייט פינעם רמח''ל רבי משה חיים לוצאטו זצ''ל


אינטערסאנטער ציור געמאלען בעניני קבלה דורכ'ן הייליגער לוצאטו זצ"ל

די צווייטע קלארערע איז איבערגעשריבען קלאר צו קענען פארשטיין.

ramchal-tavla1.jpg
ramchal-tavla1.jpg (42.16 KiB) געזען געווארן 1383 מאל




ramchal-tavla2.jpg
ramchal-tavla2.jpg (22.23 KiB) געזען געווארן 1383 מאל
דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 1:37 pm#384739
צום יארצייט
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:49 am#385667
ט' תשרי

הגרי"ז מבריסק זי"ע
ר' הירצקא מראצפערט זי"ע
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:54 am#385669
י' תשרי יום כיפור
ר' נפתלי חיים מדזיקוב זי"ע
ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע
ר' שנ"נ מלעלוב זי"ע
זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:59 pm#386548
כ"ה תשרי
חתם סופר זי"ע
דינסטאג פעברואר 20, 2018 2:32 pm#396022
ה' אדר
ר' מרדכי שלמה מבאיאן זי"ע
דינסטאג פעברואר 20, 2018 2:32 pm#396023
מצבה
מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:00 pm#410296
כ' אב
ר' לוי יצחק שניאורסאהן זי"ע