Under maintenance
הויפט זייט » נייע בילד פון הייליגער ריזשינער אנדעקט!!

נייע בילד פון הייליגער ריזשינער אנדעקט!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6501
דינסטאג מאי 27, 2014 12:24 am#202750
נייע בילד פון הייליגער ריזשינער אנדעקט!!
עס איז היינט אויפגעדעקט געווארן א נייע בילד פון ריזשינער, א פעינטינג פון 1840.
דינסטאג מאי 27, 2014 12:36 am#202753
וואס, וואו, ווען?

דא זעה איך אז אין 2013 האט עס זיך פארקויפט פאר בערך 2000 פונט.
דינסטאג מאי 27, 2014 12:38 am#202755
סאיז צום פארקויפן פארן נישטיגען פרייז פון 1500 \ 2000 פונט.
ונבנתה האקט
דינסטאג מאי 27, 2014 12:42 am#202758
איינער שרייבט מיר: געווען א שוחט אין אוקרייאינה אין יענע יארן וואס האט געהייסן אבהרם פר"מ שו"ב וואס פלעגט יעדעס יאר פורים זיך פארשטעלן ווי א רבי, און דער מעלער פון שטאט איז געווען זיין שכן
דינסטאג מאי 27, 2014 9:15 am#202805
דינסטאג מאי 27, 2014 9:35 am#202809
אזוי ווי יעדער איינער וואס איז א מעמבער אין א וואצעפ גרופ האב איך אויך זוכה געווען צובאקומען דעם בילד נעכטן נאכט פון אפאר גרופעס, ס'איז מיר געווען זייער אויפפאלנד ווי אזוי איז פלוצלינג נולד געווארן אזא היסטארישן בילד, איך האב א חבר וואס האלט זיך פאר א שטיקל ידען/היסטאריקער, האב איך אים גע'אי-מעילט דעם בילד זאגט ער מיר אזוי: ראשית כל די פעינטינג דעיט איז 1840 וואס אין די צייט איז דער הייליגער ריזשינער געזעסן אין תפיסה און ס'איז נישט פארשטענדליך אז מ'האט אריינגעשיקט א מעלער אין תפיסה אים אפצומאלן, אפילו אויב יא האט דאך דער ריזשינער זיכער נישט אנגעהאט זיינע שמונה בגדים אין תפיסה (עכ"פ דעם קאלפיק זיכער נישט), שנית אין 1840 איז דער הייליגער ריזשענער געווען 43 יאר אלט, א געווענליכער 43'גער האט נאך נישט אזא ווייסע בארד ווי אויפ'ן בילד, והשלישית ווערט פארציילט דורך די קינדער, אייניקלעך און חסידים פונעם ריזשינער אז ער האט כמעט נישט געהאט קיין בארד!! ממש געציילטע הארלעך.
דינסטאג מאי 27, 2014 9:39 am#202810
דיין קשיא איז אויפן ווייסע בארד?
א רויטע רוזשעווילקע איז ער יא געגאנגען?
דינסטאג מאי 27, 2014 9:41 am#202812
רויטע מלבושים איז מלכות'דיג, די אמאליגע קעניגן פלעגן אזוי גיין
דינסטאג מאי 27, 2014 9:48 am#202816
ס׳בארד אויפ׳ן בילד קוקט נישט אויס אזוי איי איי איי; די וואנצעס הפנים האט ער ווי ס׳קוקט מיך אויס יא חושד געוועזן אויף בשר וחלב. #הועוועראיטאיז
דינסטאג מאי 27, 2014 6:27 pm#202991
געמאכט פאר א HD פעינטיג:

1) m https://copy.com/dETQgvdSNqIG m

2) m https://copy.com/E066HOzfleqk m