Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • נשא תורה

קאווע שטיבל • נשא תורה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6540
זונטאג יוני 01, 2014 6:25 pm#203902
נשא תורה
סיז א וואך שפעטער אבער כאב געוואלט וויסן מער וועגען די באוויסטע נשא תורה און כאב געטראפען אזא צעטעל וועגען עס
זונטאג יוני 01, 2014 6:26 pm#203903
2
זונטאג יוני 01, 2014 6:28 pm#203905
3
זונטאג יוני 01, 2014 6:33 pm#203910
דעמאלטס איז סאטמאר אריבער צו א שטארקע ליניע פון שטיין אליין קעגן די חרדישע וועלט מיט'ן נישט גיין צו א פארהייליגטע וואנט וואס גאנץ כלל ישראל האט זיך געפרייט מיט די געוואלדיגע ציוניסטישער הישג פון'ס פארכאפען פון די אראבער.

ATUB @בנימין נתניהו ATUB לאמיר הערן דיין זייט.
זונטאג יוני 01, 2014 6:47 pm#203919
עפל סיידער האט געשריבן:דעמאלטס איז סאטמאר אריבער צו א שטארקע ליניע פון שטיין אליין קעגן די חרדישע וועלט מיט'ן נישט גיין צו א פארהייליגטע וואנט וואס גאנץ כלל ישראל האט זיך געפרייט מיט די געוואלדיגע ציוניסטישער הישג פון'ס פארכאפען פון די אראבער.

@פארוואס? לאמיר הערן דיין זייט.

לאמיר זאגן אז דו פרעגסט מיר…
וואס דארפסטו נאך א זייט, יעדער איז מסכים מיט יעדן ווארט.
סאטמר איז געבליבן אין א ליניע פון שטיין אליינס קעגן די איבעריגע חלקים פון כלל ישראל. דאס איז זייער פארלוסט, און שוין.
זונטאג יוני 01, 2014 6:52 pm#203921
פארוואס? האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:דעמאלטס איז סאטמאר אריבער צו א שטארקע ליניע פון שטיין אליין קעגן די חרדישע וועלט מיט'ן נישט גיין צו א פארהייליגטע וואנט וואס גאנץ כלל ישראל האט זיך געפרייט מיט די געוואלדיגע ציוניסטישער הישג פון'ס פארכאפען פון די אראבער.

@פארוואס? לאמיר הערן דיין זייט.

לאמיר זאגן אז דו פרעגסט מיר…
וואס דארפסטו נאך א זייט, יעדער איז היינט מסכים מיט יעדן ווארט.
סאטמר איז געבליבן אין א ליניע ווי אלע זעהן היינט וואס איר מנהיג האט דעמאלטס געזעהן, אפילו די איבעריגע חלקים פון כלל ישראל. דאס איז זייער געווינס און שוין.
מאנטאג יוני 02, 2014 6:50 am#204050
פארוואס? האט געשריבן:
עפל סיידער האט געשריבן:דעמאלטס איז סאטמאר אריבער צו א שטארקע ליניע פון שטיין אליין קעגן די חרדישע וועלט מיט'ן נישט גיין צו א פארהייליגטע וואנט וואס גאנץ כלל ישראל האט זיך געפרייט מיט די געוואלדיגע ציוניסטישער הישג פון'ס פארכאפען פון די אראבער.



סאטמר איז געבליבן אין א ליניע פון שטיין אליינס קעגן די איבעריגע חלקים פון כלל ישראל. דאס איז זייער פארלוסט, און שוין.

אברהם העברי
מהו העברי שכל העולם כולו לעבר א' והוא היה לעבר א' והיה אוהב הקב"ה ועבדו לכן קוראו הקב"ה אותו עברי וזרע אברהם.
ילקוט ראובני בשם {פסיקתא רבתי דף נ"ז ע"ב}:
מאנטאג יוני 02, 2014 8:13 am#204058
און וואספארא מדרש וועסטו נוצען ווען "יעדער" וועט איינזעהן אז סאטמאר איז גערעכט?
מאנטאג יוני 02, 2014 9:43 am#204072
קאווע טרינקער האט געשריבן:און וואספארא מדרש וועסטו נוצען ווען "יעדער" וועט איינזעהן אז סאטמאר איז גערעכט?

די זעלבע ווי ביי די פאטער פון כלל ישראל אברהם אבינו
מאנטאג יוני 02, 2014 11:32 am#204110
ידען האט געשריבן:סיז א וואך שפעטער אבער כאב געוואלט וויסן מער וועגען די באוויסטע נשא תורה און כאב געטראפען אזא צעטעל וועגען עס

וויזוי הייסט דער פובליקאציע?
מאנטאג יוני 02, 2014 12:33 pm#204142
כאגעטראפן די נשא תורה, דא זאגט דער רבי עפעס א רעיון וואס דער בעלזער רבי האט לעצטנס געזאגט, און ר' זלמן לייב האט איהם ציפליקט אויף שטיקר ברבים,
נעמליך אז די וועג וויזוי זיך צו שלאגן און מבטל זיין רשעים און די טומאה איז צו מחזק זיין בתורה ומצות והם נופלים מאליהם, עפעס ענליכס האבן געוויסע ליטוואקעס געטענהט פאר די גיוס פראטעסט,
איך זאג נישט, קען זיין אז ס'נישט דומה, ווייל למעשה זענען זיי זיך מחבר מיט זיי, (לפי שיטת רבינו),
אבער ס'גוט אז מ'לערנט אלע נשא תורות, און זאל יעדער מאכן זיין אייגן דשאדשמענט
מאנטאג יוני 02, 2014 7:43 pm#204287
ATUB @גאלד ATUB די רבי ז''ל רעדט פון שילוח טמאים מחוץ למחנה.

די מח' צווישען די ר''ב פון בעלז מיט רבי ז''ל איז געווען איבער אן אנדערע נושא, כ'שטעל מיר פאר ווען נישט רבי ז''ל זאגט עס וואלסטו פארשטאנען אז ס'קומט נישט אריין דא דעי תורה.
מאנטאג יוני 02, 2014 11:50 pm#204364
עפל סיידער האט געשריבן:@גאלד די רבי ז''ל רעדט פון שילוח טמאים מחוץ למחנה.



ניין דער רבי רעדט אויסדריקליך פון עוברי עבירה רשעים, די אנהויב פון די תורה ברענגט דער רבי א מדרש, וישלחו מן המחנה כל צרוע וכל זב וכל טמא נפש, כל צרוע זו ע"ז, זב גלוי עריות, וכל טמא לנפש זו שפיכת דמים, און אויף דעם באציעט זיך דער רבי דאס וואס איך האב מעתיק געווען, ע"ש
דינסטאג יוני 03, 2014 12:05 am#204367
לימינעווע רב פארציילט אז זיין שווער, די ערשטע פאפא/סאטמער רב, פלעגט ליב האבן אויסצוהערן ר' יענקעלעס מעשהלעך און קלויזענבורגע רבי'ס חומש רש"י שיעורים אין די קאר. מאכט זיך אמאל איינער האט אריינגעשטעקט די 'נשא תורה הידועה' אין די קאסעיט שפילער פון די קאר. זאל זיין אזוי. מ'הערט עס אויס.

זאגט די לימינעווער אז אויף די דפוס ראשון האט מען געקענט הערן ווי די סאטמערע רבי ענדיגט די צעפייערטע ש"ס תורה און ער פרעגט זיין גבאי; "נו וויאזוי איז עס געלונגען"? ענטפערט די גבאי, "פ'שיהא געוואלדיג" פרעגט ער אים איבער "טאקע גוט"?

די רבי האט ג'נאשט א 'לייק' פון זיין גרויסע תלמיד חכם גבאי.

האט פאפא רב זיך צופייערט, די מוסר השכל איז; יעדער דארף די רעקעגנישען און אטענטשען, אפילו די גרויסע הייליגע רביס. פערצופעל ווייס איך נישט פארוואס ער דארף אנקומען צו ראיות פון רביס, גאט אליין לעבט אויך, כביכול, פון קאמפלימענטס. מסתם איז די רבי ז"ל די עפיטימי פון א משל ביי זיינע וויליאמסבורגע חסידים.

עד כאן המעשה.

איך וואלט זיך זייער געפרייט אויב איינער האט אן ארעגיענעלע קאסעט און ער קאן עס וועריפייען. איך וועל איך אים שטארק מכיר טובה זיין. 'בזה ובבא' ווי די סאטמערע רבי'ס גלייכען צו זאגן..
דינסטאג יוני 03, 2014 12:47 am#204369
the more he spoke about it, more people came. So the more he spoke. This went round and round. Most people like to hear talking against others
דינסטאג יוני 03, 2014 3:26 am#204384
ATUB @גאלד ATUB די רבי ז''ל זעלבסט האט זיך נוהג געווען דלא כהר' ב. פון בעלז נאר האט יא געפירט נגד די רשעים א אפענע קאמף און זיך נישט באגניגט מיט די בויך סברא פון בויען און בויען ווי די נוסח פון די מחבקים ומתחברים לרשעים.

רבי ז''ל האט זייער גיטע פוינט'ס ארויסגעברענגט נגד די קרומע מהלך, פון חנופה לרשעים, און עס טון מיט די אויסרייד פון בויען און בויען.
דיין איבערזאגען קרום א 'דברי יואל' איז א ווינדער מילא א ויואל משה נא...
די רבי ז'ל רעדט קלאר דארט איבער וויאזוי מען איז נוהג היינט צוטאגס שילוח טמאים מחוץ למחנה ווען ס'איז אין ידינו תקיפה צו בפועל ארויסשיקען ממחנה ישראל טמאים געט די רבי ז'ל א עצה פון פארשטערקערן פעלים לטובה.

אבער ווען מען איז דן צו מען זאל זיך מחבק ומתדבק זיין צו רשעים, מאן דכר שמי'.
דינסטאג יוני 03, 2014 9:25 am#204397
ביסט פאני ATUB @עפל סיידער ATUB דו זאגסט ממש די זעלבע זאך ווי מיר
אבער מחמת איזה סיבה זוכסטו דוקא צו מאכן א פשעטיל אז ביסט מחולק,
האסט מיך עפעס נישט ליב?

ליין נאכאמאל וואס איך האב געשריבן

גאלד האט געשריבן:איך זאג נישט, קען זיין אז ס'נישט דומה, ווייל למעשה זענען זיי זיך מחבר מיט זיי,
דינסטאג יוני 03, 2014 9:51 am#204407
עפל סיידער האט געשריבן:די רבי ז'ל רעדט קלאר דארט איבער וויאזוי מען איז נוהג היינט צוטאגס שילוח טמאים מחוץ למחנה ווען ס'איז אין ידינו תקיפה צו בפועל ארויסשיקען ממחנה ישראל טמאים געט די רבי ז'ל א עצה פון פארשטערקערן פעלים לטובה.




אויסדריקלעך נישט, די גאנצער תורה איז ע"פ רמז אז וישלחו מן המחנה איז מרמז אויף בעלי עבירה,

דא האסטו א שטיקל פארדעם
דינסטאג יוני 03, 2014 10:01 am#204410
אז מען לערנט שוין תורה פון די רבי ז''ל קוקט דעס אויך
2014-05-27_07-58-07_121-1_resized.jpg
2014-05-27_07-58-07_121-1_resized.jpg (35.8 KiB) געזען געווארן 1604 מאל
זונטאג יוני 08, 2014 11:22 pm#204918
איך באצוה זיך דא איבער דעם נושא:
l viewtopic.php?f=4&t=6575&p=204916#p204916 l
עיין שם ותמצא תחת