Under maintenance
הויפט זייט » ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן

ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6630
דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:12 am#206876
ארטיסטן דרייען איבער זשורי אורטיילן
אין די ניו יארק פאסט איז געווען אן ארטיקל, אז די נייע בעסערע איינוואוינער אין ברוקלין, די ארטיסטן ווי מיר ריפן זיי, האבן אן שטייגנדן עפעקט אויפן קאורט סיסטעם.

לויט זיי איז געשען א טויש אז פריער פלעגן זיין אזויפיל ווי אכטציג פראצענט זשוריס, "פיפל אוו קאלאר", דאס פלעגט גורם זיין אין שוואכערע באשילדיגונגס אורטיילן אויף קרימינאלן, צוליב זייער אומגינסטע בליק, און אומציטרוי אין די פאליציי, און שווערע באשולדיגונגס אורטיילן ביי ציווילע קלאגעס, ווי זיי פלעגן קענען ארויסגעבן הארבע שטראפן פון שווערע מיליאנען ביי לאוסוטס אויף קאמפעניס.

מיט די לעצטע שטייג פון בעסערע הויעך שטודירטע עלעמענטן אינעם זשורי סיסטעם, טוען זיך זאכן איבערדרייען. זיי זענען מער גענויגט צו גלייבן די אפיציעלע פאליציי ווערסיע, און באשולדיגן ענדערשער די קרימינאלן. ווידערום זיי זענען מער נישט גענויגט צו אורטיילן הארבע שטראפן ביי לאוסוטס סתם אזוי ווייל איינער האט זיך אפגעבריעט פון א קאווע.

נאכמער, זייער עפעקט איז שטערקער ווי זייער אמת'ע פראצענט. וויבאלד זיי האבן א העכערע עדיוקעישאן, האבן זיי אויטאמטיש א העכערען רעספעקט ביי די אנדערע זשורי מעמבערס, און צומאל קענען זיי מכריע זיין א גאנצע זשורי פון זעקס אנדערע מענטשן, צו האלטן ווי זיי.

כמיין אז פאר אונז, היימישע אידען, דארף דאס צו זיין גאר גינסטיגע נייעס. מיר האבן ב"ה נישט קיין קריים, און בדרך כלל ווערן היימישע אידען אנגעקלאגט נאר אויף ווייט קאלער קריים. אזעלכע זאכן וואס ארימע שווארצע האבן א שטארקערע שאנס, זיך נישט צו קימערען און ענדערשער באשולדיגן דעם רייכן יידישען גנב, וואס האט באגנבעט די רעגירונג אויף זיין חשבון, ווי א ווייסער געלערנטער ליבעראלער וואס פארשטייט אז פאר אזא פארברעכן קומט זיך נאכנישט קיין הינדערט יאר תפיסה.

ביי מאלעסטער קעיסעס האלט איך אז זיי וועלן האבן א גרעסערן רעספעקט ביים עולם. אויב וועלן זיי באשולדיגן איינעם, וועט מען נישט קענען זאגן אז סתם אפאר בהמות האבן אזוי אפגעמאכט און דער סיסטעם איז קאראפט, ווי מען האט געשריגן ביי די וועבערמאן פרשה, און אויב זאל זיך טאקע מאכן אז איינער זאל באמת זיין אומשולדיג, איז דא א גרעסערע שאנס אז זיי זאלן איינזען זיין אומשילד און אים באפרייען.

וואס האלט איר?
דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:23 am#206878
צופיל צוטרוי אין דער פאליצייאישער ווערסיע איז נישט גוט פאר קיינעם.
דאנערשטאג יוני 19, 2014 11:28 am#206879
אכטונג: חשש ראסיזם!
ברענג עס ביטע אנדערש ארויס: די שווארצע קאמיוניטי האט אסאך געליטן פון די פאליציי און מען האט אומיושר'דיג אומגליקליך געמאכט משפחות צו אפט צוליב דראגס פארברעכן און צוליב שווערע מצבים אין צובראכענע שטובער, אנשטאט אויפבויען די שטובער האט מען אריינגעווארפן יעדן אין תפיסה.
אבער אליבא דאמת, ווער איז ערגער א הונגעריגער שחור וואס איז נעבעך חרוב ונחרב, צעמישט און משוגע און גנבעט דעריבער געלט ערגעצוואו פאר זיין משפחה, אדער א געלט גייציגער ביליאנער וואס איז גרייט צו לייגן די גאנצע עקאנאמיע אין דער ערד כדי צו האבן 2 ביליאן דאלאר אנשטאט איינס א האלב און טוט דעריבער צווייפלהאפטיגע געשעפטן?
בעיני איז דער צווייטער טויזנט מאל ערגער
דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:47 pm#206891
להוי ידוע כ'בין אן ארטיסט.....
דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:52 pm#206916
בר דעת האט געשריבן:אכטונג: חשש ראסיזם!
ברענג עס ביטע אנדערש ארויס: די שווארצע קאמיוניטי האט אסאך געליטן פון די פאליציי און מען האט אומיושר'דיג אומגליקליך געמאכט משפחות צו אפט צוליב דראגס פארברעכן און צוליב שווערע מצבים אין צובראכענע שטובער, אנשטאט אויפבויען די שטובער האט מען אריינגעווארפן יעדן אין תפיסה.
אבער אליבא דאמת, ווער איז ערגער א הונגעריגער שחור וואס איז נעבעך חרוב ונחרב, צעמישט און משוגע און גנבעט דעריבער געלט ערגעצוואו פאר זיין משפחה, אדער א געלט גייציגער ביליאנער וואס איז גרייט צו לייגן די גאנצע עקאנאמיע אין דער ערד כדי צו האבן 2 ביליאן דאלאר אנשטאט איינס א האלב און טוט דעריבער צווייפלהאפטיגע געשעפטן?
בעיני איז דער צווייטער טויזנט מאל ערגער

דיינע ווערטער מאכן סענס, אבער מ׳קען דאס אנדערש פראזן. והאמת איז, אז ס׳איז נישט פארהאן כללים. הכל לפי גודל המזיק והניזק.

ס׳ווענד זיך וואס דער הונגעריגער שחור טוט, צו לייזן זיין שטיקל ברויט, אדער ערפילן זיין דראג עדיקשען. (איך רעד לאו דוקא שחורים, נאר ביליגע סארט פארברעכן. איך באציה מיך צו דיין סענעריאו.)

אויב גייט ער לכבוד דעם לעכערן קעפ מיט קוילן, און שטיין אין שפיץ פון אנטוויקלען גענגס, דאן איז ער בעיני ערגער ווי עפעס א רייכן שווינדלער, וואס וועט בסך הכל מאכן דעם אזוי אויך קוראפטירטע רעגירונג עטוואס ארימער. איבער די פאליטישע קארידארן ווערן יערליך נעלם שווערע מיליאנען צו ביליאנען דאלארן.

איך זאג נישט דאס איז בעסער, און פון רחמנות אויס וועט מיין הארץ צעגיין אויפ׳ן נפש פון דעם פאר׳ארימטער שחור. למעשה ברויך מען דן זיין בכובד ראש יעדן קעיס באזונדער. אבער אין אלגעמיין וואלט איך יא געזאגט אז ווייט-קאלער קריים, זאל גע׳משפט ווערן אסאך לייכטער ווי שווארצע.

איך בין אבער קעגן דעם גאנצן יוסטיץ סיסטעם, קעגן לאנגע תפיסה טערמינען, און קעגן די אומשטענדן אפילו די גרעסטע פארברעכער ווערן געהאלטן דא אין דעם פארקאקטן אמעריקע.
פרייטאג יוני 20, 2014 2:26 am#207066
20 לייקס פאר דיינע דברים של טעם!