Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » רבנישע ענטערטעינמענט

רבנישע ענטערטעינמענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 48 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6649
זונטאג יוני 22, 2014 6:35 am#207351
רבנישע ענטערטעינמענט
שוין יארן (אקעי נישט ממש) וואס איך בעט מיך ביי מיין כוכב'טע יעדע חאלאמויד, קום זיסקייט, לאמיר ארויסגיין אביסל פארברענגען, סדא אזויפיל שיינע אטראקציע פלעצער לעטס גאו אוט עי ליטל ביט, כעל קויפן א מעטרא קארד, מעט איינפאקן אביסל מצה מיט וועקאדא, און ויסעו מוויליאמסוברג ויחנו בדותן.

בת קול: הכלל כוכי, וואו ווילסטו גיין זאג מיר פונקטליך. קום לאמיר גיין צו די ניין עלעווען מעמאריעל מוזעאם.

איך פערזענליך האב א שטארקע געפיל צו די ניין עלעווען מעמאריעל מוזעאום. אויסער מיין פייערדיגן פאטריאטיזם פאר'ן לאנד און אירע געפאלענע, דריי איך מיך ארום מיט א גילט, אזא סודותפולע געוויסנביסן, ווארום כוואוין מיך אזוי באקוועם צען מינוט אוועק פון די טווין טאוערס און נישט אמאל איין מאל איז מיר איינגעפאלן דאס צו גיין באזוכן. פון די גאנצע וועלט קומט מען קוקן אויף דעם וואונדער און מיך אימטערעסירט עס אפילו נישט, און יעצט וויין איך, פריער האב איך געזאלט וויינען. איז אלזא יעצט ווען סאיז נצחו ארעאלים וויל איך כאטשיג גיין באזוכן איר אנדענק.

ווי יעדער שטעלט זיך אליין פאר בין איך אבער יעדע חול המועד ווייטער אנגעקומען אין סע חי, מינעס ישראל, הופער, ראדני, וואו כהאב ערליך זיך גענומען צום אמנות אבותיו פון צעברעקלען א האט קאפ און ממלא זיין דעם גלעזל מחוליתה, אלעס צום פארדאנקען דעם צויבער ווארט: ספאסט נישט.

און זי איז נאך גערעכט אויך. וואס האט א חשובע כולל יונגערמאן זיך צו דרייען אין מאנהעטנער גאסן חאלאמויד.

אבער, לא אלמן ישראל, לעצטנס יאוועט זיך א נייע אינדוסטרי פון רבני'שע אינטערטענמענט. די נקודה איז אין איין ווארט, מעגסט קומען מעגסט גיין, טו עס נאר מיט שכל, מיט די ריכטיגע פעקעזשינג, אזוי סזאל נישט שאטן פאר די ביזנעס.

ווילסט גיין צו א מיזואעם, נאו פראבלעם, זע נאר אז יאנקי מאייער זאל צו גרייטן קאלעי וואסער און בילדער מאכער, און פארגעס נישט פארצוזינגען א קל מלא רחמים. ווילסט מאכן א גרילל נאו פראבלעם, ברענג א שוחט וואס זאל שחט'ן א שעפסל פאר די חבורת יורה דעה אין כולל, זאל זיין גרויסע בילדער וואו די זוכסט א סירחא אויפן לינג, און נאכהער, יאכלו ענווים וישבעו! גענאר אכט זיך נישט צו צעשניידן פון די חלף ביים בודק זיין.
כהנה כהנה, מ'קען גיין צו די תורה מיזואעם, אבער אויך נאר מיט די חברי הכולל צו זען פונקטליכ וואס איז סנפיר און וואס איז קשקשת.
דארט וועט אייך ווארעם אפווארטן דער לאזאניע רבי מיט זיין חלום חלמתי היימישע געבעקסן פון יאנקעב אבינוס לייטער און אלעקסייס פערד.
נאך איידיעס: אנשטאט א קארניוול קען מען מאכן א מעמד פטר חמור, מ'קען פארן מיט א טשערי פיקער בודק זיין די עירוב, קיין אריזאנע שניידן ווייץ, אלץ בעסער ווי ליידיג גיין...

טייערער רבנים, מיר טון פארשטעלן עפארדעבל רבנישע ענטערטעינמענט, סמוז שוין נישט זיין ראדאשיץ און ווילעדניק, איר קענט עס האבן פאר פיל ביליגער,
ביז היינט האט א שיינע איד וואס האט געדארפט אן אוטינג זיך געמוזט באגנונגן מיט ניחום אבלימ'ס, היינט קען א רב אויך ארויסגיין פארברענגען, און עס זאל אים בכלל נישט שאטן פאר די ביזנעס.

ווער סהאט נאך איידיעס זאל זיך ביטע אנרופן, עסקנים העלין ארומגיין מיט רעסיט בוקס, אלע דאנעישאנס זענען טעקס דידאקטעבל.
זונטאג יוני 22, 2014 10:01 am#207367
כוכב, הערליך, ביסט אייזן!

אבער וויצן אין א זייט, דו מיינסט די רבנים זענען עפעס נישט קיין בשר ודם? זיי דארפן דען נישט א טשענט"ש א"ף סינער"י יעדע שטיק צייט? פונקט ווי מיר אלע פּייגערן צו זיצן חול המועד פיר פינף שעה ביי א מייעמי קאנצערט, אדער ביי א SPAF / אונטערן שפיל. און מיר קענען ליידער נישט ווייל סעעעפאסט נישט, און מיר מוזן זיך באגענוגן צו נעמען די קינדער צו פראספעקט פארק זאָ און פטור א עסק, אזוי ווילן זיי אויך, זענען זיי דען נישט בארעכטיגט?

נאר וואס דען? מיר לויפן אויך וואו נאר מ'קען אריין כאפּן עפעס קאשע"ר אינטערטעימענ"ט, א שטייגער ווי א געפּאקטע זאל ווען פינקי זינגט מיט זיין זון ביי בוני עולם, אדער ווען א"ן טיי"ם סטודיאוי"ס שטעלט פאר א דרעמאטישע ווידעאוי פאר הצלה, אדער פרייליך מיט די ווערדיגערס ביי RCCS. עכ"פ דער עולם איז אויסגעהונגערט נאך אביסעל אינטערטעימענ"ט, נאר עס איז דאך דא די שרעקליכע לאו פון "לא לעשות דבר שפּאַסט נישט" ממילא כאפט מען זיך אן אין די פּאר וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס וואס שטעלן דאס צו בחינם אויף א תורהדיגע פארנעם, דארט וואו דער אויבער דערמאנטע לאו איז נישט אקטועל.

עכ"פ מיר דארפן זיך זארגן פאר די גאנצע כלל, נישט נאר פאר די רבנים, און מען דארף זען צוצושטעלן מער אפט אזאלעכע קאָשע"ר אינטערטעימענ"ט פאר די היימישע #פאסטנישט סטראטעגיע. אפשר דארף מען זיך פארבינדן מיט קלאַר ודעמיה, אז ביי די פראטעסטן זאל מען מאכן א שפיל ארויס צו ברענגען די הרבקייט פון ציונות, אדער פארפאסן א נייע ניגון לאור די שרעקליכע גזרות גיות וכו' וכו'
"ובשם השם נעשה ונצליח"
זונטאג יוני 22, 2014 12:12 pm#207400
עס קען מעגליך אויסזען, פון איין זייט, ווי סיי גייען סתם פאר אן אויספלוג. איך בין זייער נאנט מיט מיין רב, ה'ה הרה'צ ר' יהושע רובין שליט'א אבד'ק באבוב.
איך האב גערעדט מיט עם איבער דער נושא, און לויט ווי איך האב פארשטאנען, האבן עטליכע רבנים עם געבעטן מיטצוקומען.

מיר אלע ווייסן אז מיין רב זאל לעבן איז היינט א גרויסע פוסק, און מערערע גדולי ישראל קומען מיט זייערע שווערע שאלות צו עם.

ממילא, האלט איך אז עס איז זייער נישט בכבודיג, דער אשכול.
מאנטאג יוני 23, 2014 10:44 am#207552
סערעט רבי פארט ארויף און אראפ א טשעיר-לופט
רבנים גייען צום מאוזיאום פון ליאזנע רבי
אנדערע גייען צום 911 מואוזיאום
אנדערע מאכן די שלאכט הויז פאר א אוטינג
עטליכע גייען קוקן ווי אזוי האט-קאפס ווערן פרודעצירט
גרויסע געלטער פאר ןוויקאציעס און ביטשעס
עטליכע האבן ליב יעדע צווייטע יומא דפגרא אנצוטהן מיט א נייע קאסטיום (געפארבטע טיש בעקעטשיס)
אנדערע לייגען זיך אריין ראשו ורובו אויף די ביין אונטער די האלדז בשעת אנדערע גייען פאר פרויעישע פוס
אנדערע האבן ליב צו באטראטען דער פארום פון דער פרוי
יעדער מיט זיין תאוה דער פאר שמירעכטס אויפן פנים, יענער איבער די לענג פונעם שייטעל
פריוואטע פליגערס צו קענען דאווענען ביי א קבר
דער מערסטע לוקסוס'דיגע קאר אבער מיט א שטענדער אריין געבויט

וכהנה וכהנה רשימה אריכתא הוא,
הצד השוה יעדער איז איינגעזונקען אין זייערע פרעזענטליכע תאות גדולות [עי' ערך פרץ הורוויץ בן ר' יעקב ר"י בית מאיר],
אבער אלעס מיט א מסוה דקדושה, כאילו מ'מיינט דער רבונו של עולם.
מאנטאג יוני 23, 2014 10:50 am#207553
הרב האראוויץ איז אן ערליכע יונגערמאן און ביטע פארמעקן.

--
נ.ב. שכויעח גבאי
מאנטאג יוני 23, 2014 11:54 am#207566
האסט פארגעסן פון די רבנים וואס ציפן אראפ פון זייער טייער צייט צו גיין באזוכן דעם צוקונפטיגן מחותן'ס נייע מקוה? וואו מ'באווייזט זיך מיט די נייעסטע סאפיסטיקירסטע חומרות, די שיינע סערעמיק טיילס, (ס'זאל נישט זיין זוחלים חלילה).
מאנטאג יוני 23, 2014 12:29 pm#207574
כוכב האט געשריבן:הרב האראוויץ איז אן ערליכע יונגערמאן און ביטע פארמעקן.

--
נ.ב. שכויעח גבאי

אזוי האלטסטו, אנדערע האלטן אזוי אויף אזעלכע וואס דו האלטסט נישט אזוי

ווען מ'עפענט די קראן ווערט יעדער באגאסן
מיטוואך יולי 02, 2014 5:54 pm#209277
למעשה בין איך מסכים מיט מצטמק אז סאיז א וויכטיגע זאך, נעם אזא איד ווי ר' חזקאל ראטה, א איד וואס זיצט בד' אמות של הלכה כל ימיו, יאנקי מאייער קויפט זיך א מצוה ער נעמט אביסל ארויס צו א מעזועאם, מקדיש זיין א בית החיים קומען קוקן א פירות פירות בוים, שלוח הקן, וכו.
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:41 pm#217342
צום באוואונדערן די קריעטיוויטי ווען אין א געוויסע כולל האט מען געשחטן א שעפסל נישט מער און נישט ווייניגער נאר פאר א ראש כבש לכבוד ראש השנה.
איך זאג אייך, די רבנישע ענטערטעינמענט אינדוסטרי איז אויף אן אלל טיים היי...
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:52 pm#217346
יארן צוריק איז אמאל נישט געווען א לבנה אויף קידוש צו מאכן. די רבנים האבן דעמאלסט געהאט א היסטארישע געלעגנהייט צו גיין אויף א העליקאפטער רייד. מי יתן ימינו כקדם.
מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:46 pm#217366
רויטע וואנצעס האט געשריבן:יארן צוריק איז אמאל נישט געווען א לבנה אויף קידוש צו מאכן. די רבנים האבן דעמאלסט געהאט א היסטארישע געלעגנהייט צו גיין אויף א העליקאפטער רייד. מי יתן ימינו כקדם.

ס'איז אמאל געוועין אן עת צרה ווען ס'נישט געוועין צובאקומען פיש אויף שבת קודש. די מעשה איז זיך פארלאפן בימי תלמידי תלמידי הבעש"ט הק'. האבן זיך צוזאמגענימען עטליכע חסידים ואנשי מעשה, מיט זייער רבי'ן בראשם און מ'האט אפגעדינגען א מאטאר שיפל פון א גוי'אישן פיש כאפער. אין א געוויסן דאנערשטיג נאכמיטאג ווען דער רבי מיט זיינע חסידים האבן געענדיגט צו פאסטן תענית בה"ב און זאגן קפיטלעך תהילים האבן זיי זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן שיף. און אזוי ווי זיי זענען ארויף איז דער גוי'אישער שיפ'ס קאפיטאן איינגעשלאפן און די שיף האט זיך געהויבן העכער די וואסער און געפלויגן מיט קפיצת הדרך איבער ישובים און בערג און טאללן, ביז ס'איז אנגעקומען אין דעם גרויסן אוקיינוס. דאמאלס איז די רבי ארויף אויף די דעק פון די שיף און ער האט מייחד געוועין ייחודים און מצרף געוועין צרופי שמות הקדושים. פלוצלינג האט אנגעהויבן צו קומען פישן, קליינע און גרויסע גאלדענע און זילבערנע. און אלע האבן זיך געוואלט אריינכאפן אין די נעצן פון די שיף. אזוי אז די שיף איז געוועין אין א סכנה אז ס'זאלל ח"ו איינזינקען. מיטאמאל האט דער רבי אזו ווי אויפגעוועקט פון א חלום און ער האט געגעיבן א געשריי. און די פישן האבן אויפגעהערט צו קומען. און די שיף האט זיך צוריקגעקערט צו זייער שטעיטל מיט די זעלבע קפיצת הדרך וואס זיי זענען געקומען. און ווען די שיף איז אנגעקומען בשלום האט זיך דער גוי'אישער שיפ'ס קאפיטאן אויפגעוועקט. און די גאנצע שטאט האט געהאט פיש אויף א סך שבתים מיט גרויס שפע. ויהי לפלא.
(ארויסגענימען פון דעם הייליגן ספר שבחי הצדיקים, מיט רשות פון די אייניקלעך פון דעם מחבר, זי"ע.(... :lol: :roll: :x :P :P :P :oops: ;)
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:27 am#217404
מיט דער מהלך וואלט מען געקענט כשר'ן פיש כאפען, אדוערטייזמענט בערך אזוי, מצוה בו יותר מבשלוחו, אונז נעמען אייך אויף א שיף מיט א פיש כאפער ווי איר קענט אליין כאפען פיש אויף שבת כמבואר בספרים הקדושים. כאפט אייך מיט און ברענגט מטט די בני בית.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:40 am#217598
אז מ'איז שוין אויפן שיף קען מען שוין אפשטאטן פאר א באזוך ביי מרת ליבערטי. די מעשה איז אזוי, מרת ליבערטי איז שוין יארן געשטראנדערט אינמיטן די וואסער און זי ווארט רבנים זאלן קומען דן זיין אירע פילע שאלות, ווי, איז זי א נקיבה אדער אן אנדרוגנוס, האט זי א דין פסל, איז עס א מתנה על מנת להחזיר, איז זי א פנויה אדער א זונה, אן עגונה אדער א אשת איש. און פארשטייט זיך פילע צניעות שאלות.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:16 pm#217629
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 11:45 pm#250890
זענט איר א רב און איר זענט לאנגווייליג? רופט סנדר ראפאפארט פון המשביע היינט!
ער וועט אייך אפווארטן מיט א גרויסע טאפ זופ, מיט פריש געבאקענע קיכעלעך, מיט א בילדער מאכער, איר וועט פירן א שטיקל טיש דארט, שמייכלען צו די קאמעראס איבער פריש געוואשענע טרויבן, עס וועט אייך זיין צום פארגעניגן, צופרידנהייט גאראנטירט.
פרייטאג יאנואר 30, 2015 4:12 am#250911
און אויב די זיכט דער רב אביסל גרעבערע אינטערטעימענט קען מען אריין כאפן א רקידה לפני הכלה נאה וחסידה ביים גבאי'ס ברידער'ס שכן'ס עלטער פעטערס איר אייניקעל מקיים צו זיין מנהג ישראל פון מצוה טאנץ, און ס'איז נישט נאר עפארדעבעל ער קריגט נאך א טיפ פונעם מחותן פארן טאנצען מיט זיין טאכטער.
אויב ס'איז ספירה קען מען מאכן א אונטערנעט אסיפה פאר די עזרת נשים,
פרייטאג יאנואר 30, 2015 5:48 am#250912
כוכב האט געשריבן:
דארט וועט אייך ווארעם אפווארטן דער לאזאניע רבי מיט זיין חלום חלמתי היימישע געבעקסן פון יאנקעב אבינוס לייטער און אלעקסייס פערד.

.


גראדע האב איך יעצט געהערט אז ער איז געוועהן אין מצרים און האט אפגעקויפט אפאר ביינער פון דו קוה וואס פרעה האט געחלום'ט.
פרייטאג יאנואר 30, 2015 9:32 am#250914
עס איז שוין דא א אשכול איבער זיין מוזיאום, לאמיר ציען די שמועס דארטען ווייטער.
l viewtopic.php?f=4&t=4814 l
פרייטאג יאנואר 30, 2015 11:35 am#250925
זייער נישט קיין שיינע זאך @כוכב מאכט א שיינע אשכול און די שלעפסט אוועק דעם עולם
פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:06 pm#250943
עזריאל האט געשריבן:זייער נישט קיין שיינע זאך @כוכב מאכט א שיינע אשכול און די שלעפסט אוועק דעם עולם



This thread is about sheine yiden with kosher entertainment. Mr.Sushifish was saying that the discussion about The Living Torah museum doesn't belong here.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 12:46 am#358643
פרישע אויסוואל פאר ענטערטעינמענט צוגעקומען, דאסמאל גיין אין מוזעאום.
דער בארימטער קדוש וטהור שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין א לאקאלן מוזעאום.
אינטערעסאנט ווי איך האב נישט קיין צייט צו פארן אינמיטן ווינטער פון איין לאנד צום צווייטן באזוכן מוזעאומס.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 12:48 pm#358675
און וואס איז מיט די רעבנים וועלעכע לויפ'ן און שפרינגען ארום ווי א פארסם'טע מויז און מאכען יאמערליכע קולות ווי אן עגלה ערופה?
דינסטאג יאנואר 03, 2017 1:40 pm#358680
אה, זיי קען מען נישט בלעימען, מסתמא טאנצן זיי נאכן @שמעקן שארפע @ציבעלע קוגל.
אבער דא רעדט מען פון ענטערטעינמענט, נישט פון הוויות און מנהגים.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:29 pm#358691
איך קען נישט גלייבן אז מען פארגעסט דא פון שפילן מיט פייער ענטערטעינמענט.

ל"ג בעומר
שריפת פתילות חנוכה
שריפת סמארט פאונס

קיפ טאאנד עסקנים ארבעטן אויף נאך זאכן....
אויב האט איר איידיעס רופט שוין rabbis-entertain-800.
אלע קאלס בלייבן אנאנימוס.
דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:52 pm#358749
כוכב האט געשריבן:פרישע אויסוואל פאר ענטערטעינמענט צוגעקומען, דאסמאל גיין אין מוזעאום.
דער בארימטער קדוש וטהור שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין א לאקאלן מוזעאום.
אינטערעסאנט ווי איך האב נישט קיין צייט צו פארן אינמיטן ווינטער פון איין לאנד צום צווייטן באזוכן מוזעאומס.


די קדושים וטהורים זיעועכי"א פון אמאל פלעגען באזוכען אונ'ם גרויסען טורגארטען אין ווינע יע"א
דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:16 pm#358762
שמעקעדיג האט געשריבן:אה, זיי קען מען נישט בלעימען, מסתמא טאנצן זיי נאכן @שמעקן שארפע @ציבעלע קוגל.
אבער דא רעדט מען פון ענטערטעינמענט, נישט פון הוויות און מנהגים.


דאס איז אויך ענטערטעינמענט, צו זעהן ווי אן ערוואקסענע( מען קאן נישט זאגען מענטש) פירט זיך אויף ווי א....
דינסטאג יאנואר 03, 2017 11:32 pm#358765
מדי דברי: איך הער זאגן אז דער ליאזנא'ער רבי שליט"א, וועלכער איז אן אוסף בחסד עליון, האט לעצטנס אפגעקויפט די הערנער פון פרעה'ס קיען (סיי די פעטע און סיי די מאגערע.) פון עפעס אן אפגאניסטאנער פאסטוך, וועלכער וואוינט אין טארא בארא (תורה בורא.).

דרך אגב: דער הייליגער ליאזנא'ער שליט"א האט אויפגעוויזן באותות ובמפותים אז דער באקאנטער בילד פונ'ם חפץ , וועלכער שיינט ארויס איידלקייט און יראת שמים, איז גאר אן איינרעדעניש. אונז אלע טוען פארהייליגן דעם בילד פון דעם בוטשער פונ'ם שטעטעלע ראדין.

ואני אומר. אז אויב דער בוטשער פון שטעטל ראדין האט געהאט אזא איידעלע און הייליגע צורה, איז דאך בן בנו של קל וחומר אז דער חפץ חיים אליינס האט געהאט נאכמער א הייליגע צורה...!
מיטוואך יאנואר 04, 2017 7:55 am#358803
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אה, זיי קען מען נישט בלעימען, מסתמא טאנצן זיי נאכן @שמעקן שארפע @ציבעלע קוגל.
אבער דא רעדט מען פון ענטערטעינמענט, נישט פון הוויות און מנהגים.


דאס איז אויך ענטערטעינמענט, צו זעהן ווי אן ערוואקסענע( מען קאן נישט זאגען מענטש) פירט זיך אויף ווי א....

קען זיין ס'איז אינטערטעינמענט פאר די חסידים; אבער דא רעדט מען פון די רבי'שע אינטערטעינמענט.
מיטוואך יאנואר 04, 2017 3:21 pm#358876
איך געדענק אלס אינגעל ווען יעדער אויבער-חכם האט געוואלט אפפרעגען דער בילד פון דער חפץ חיים, אז זיין טאכטער האט עס געלייקענט וכו'. ביז דער לעצטיגע ווידיאו וואס איז ארויסגעקומען. דער ערשטע זאך וואס איך האב באמערקט פון דער ווידיאו אז מ'זעט אז דער בילד קען יא זיין קראנט.

נישט אז ס'מאכט עפעס אן ערנסטע נ"מ, נאר להוציא מלבן פון זעלבסט באקרוינטע אויבער חכמים
פרייטאג יאנואר 13, 2017 2:42 pm#359707
כוכב האט געשריבן:פרישע אויסוואל פאר ענטערטעינמענט צוגעקומען, דאסמאל גיין אין מוזעאום.
דער בארימטער קדוש וטהור שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין א לאקאלן מוזעאום.
אינטערעסאנט ווי איך האב נישט קיין צייט צו פארן אינמיטן ווינטער פון איין לאנד צום צווייטן באזוכן מוזעאומס.


אביסעל ענטערטעינמענט פאר'ן רבי'ן אפשר יא, אבער ס'גארנישט אפגעפרעגט. סך הכל איז ער מנהיג וואס איז געגאנגען באזוכן אן אינסטיטושען וואס טוט פאראייביגן די קדושים הי"ד פונ'ם צווייטען וועלט קריג ע"פ תורה ובפרט פון די ארטאדארסישער שטאנדפונקט וואס ווערט נישט ריכטיג געדעקט און די אלגעמיינע וועלט. ער האט געזאגט דארט דברי חיזוק און ארויסגעבריינגט די וויכטיגקייט פון די זאך.
פרייטאג יאנואר 13, 2017 3:18 pm#359708
וואלווי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:פרישע אויסוואל פאר ענטערטעינמענט צוגעקומען, דאסמאל גיין אין מוזעאום.
דער בארימטער קדוש וטהור שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין א לאקאלן מוזעאום.
אינטערעסאנט ווי איך האב נישט קיין צייט צו פארן אינמיטן ווינטער פון איין לאנד צום צווייטן באזוכן מוזעאומס.


די קדושים וטהורים זיעועכי"א פון אמאל פלעגען באזוכען אונ'ם גרויסען טורגארטען אין ווינע יע"א


און ווי יעדער ווייסט דאך פירט זיך דאך די אדמור ר׳ מענדלע מ׳דעש-וויזניץ אויף אקאורט ווי די די קדושים וטהורים און צדיקים פון אמאל...
פרייטאג יאנואר 13, 2017 3:20 pm#359709
Re: רבנישע ענטערטעינמענט
נו אויף דעם האט דאך שוין רבי מאטעלע געזאגט אז ער הייבט אהן ביי די גרינגע זאכען
זונטאג יאנואר 15, 2017 12:50 am#359743
שבת אחים האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:פרישע אויסוואל פאר ענטערטעינמענט צוגעקומען, דאסמאל גיין אין מוזעאום.
דער בארימטער קדוש וטהור שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין א לאקאלן מוזעאום.
אינטערעסאנט ווי איך האב נישט קיין צייט צו פארן אינמיטן ווינטער פון איין לאנד צום צווייטן באזוכן מוזעאומס.


די קדושים וטהורים זיעועכי"א פון אמאל פלעגען באזוכען אונ'ם גרויסען טורגארטען אין ווינע יע"א


און ווי יעדער ווייסט דאך פירט זיך דאך די אדמור ר׳ מענדלע מ׳דעש-וויזניץ אויף אקאורט ווי די די קדושים וטהורים און צדיקים פון אמאל...


און ערגעץ אנדערשט שווערט זיך שבת אחים אז ער איז שוין לאנג ארויס פון מקוה.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 8:46 pm#423117
לויפן שנעל באזוכן די נייע בינגא, שפאצירן איבער די פרעכטיגע איילס און טרונקען שנאפס און עסן געטרונקענטע פרוכטן לכבוד חאמעשאסער.
דינסטאג יאנואר 22, 2019 10:31 pm#423120
כוכב: דו האסט זייער גוט געזאגט. דער חילוק איז אז אמאל ווען איינער האט אויפגעמאכט א ביזנעס האט ער אראפגעברענגט זיין רב. און דער רב האט אנגעקלאפט א מזוזה. מ'האט געמאכט א פיקטשער. און ביי דעם האטציך עס געענדיגט. אין א זעלטענעם פאלל האטציך דער רב אראפגעזעצט צו מאכן א לחיים. און אנווינטשן פאר די נייע געשעפט אז ס'זאלל מצליח זיין.

היינטיגע צייטן קומען אן די רבנים. (מערסטנס אדמורי"ם) מיט א גאנצע סוויטע פון מענטשן. גבאים, שמשים און הויז בחורים. און סתם נייגעריגע מענטשן וועלכע האבן נישט עפעס בעסער צו טון אינמיטן טאג. ווי למשל די מתפללי עם שחר (של בין הערביים). אן מ'מאכט א גאנצן מצב. און ס'פליען פיקטשערס אין די אלע רעבישע מאגאזינען...!
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 10:58 am#423219
גיין באקוקן לולבים ביימער און עס באטאפן מיטן זילבערנעם שטעקן
דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 3:23 pm#423237
איסר האיטלקי: ב"ה. ווייל לעבן שומרי שבת שטייען די יונגעלייט (א סאך פון זיי בעלי תשובה. אשר לא ידעו בין ימינם ושמאלם). און באקוקן אויכעט לולבים. נאר נישט מיט די זילבערנע שטעקענעס...!
זונטאג יאנואר 27, 2019 9:09 am#423354
מיט א ערך פון 200 יאר צוריק האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע מחדש געווען דעם דרך החסידות, וואס איז א מהלך אין עבודת ה' נענטער צו ברענגען אידישע קינדער לאביהן שבשמים. און איינע פון די עיקר יסודות אין חסידות איז, צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, וואס זאל מדריך זיין דעם חסיד זיך צו פירן בדרכי ה', און ארויף ברענגען דעם חסיד אויף א העכערע מדריגה, און משפיע זיין שפע ברכה והצלחה ברוחניות ובגשמיות אויף די המתתופפפים בצילו, און משפיע זיין רחמים וחסדים אויף די וועלט, און עוסק צו זיין אין יחידים מקרב צו זיין די גאולה שלימה, וואס דאן וועט דאך זיין דער תיקון השלם, און עס וועט זיין אך טוב לישראל כל הימים.

דער אמאליגער צדיק

דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטן געהאט מיט וואס שבת צו מאכן, ער איז אופגעשטאנען חצות, און געלאפן צום טייך ברעכען די אייז, און זיך געטויבעלט ש"י טבילות אין די אייז-קאלטע וואסער, דערנאך האט ער געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נוראות, ער האט געוויינט אויף צער גלות השכינה, דערנאך האט ער געלערענט זוהר מיט די תיקונים ביזן נץ החמה, און ביים נץ האט ער זיך געשטעלט דאווענען פארן הייליגען באשעפער מיט א דביקות עילאה, און מיט א פלאם פייער, און נאכן דאווענען איז ער געזיצן איינגעהילט מיטן טלית און די ר"ת תפילין א היפש פאר שעה און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, ביז ער איז אהיים געקומען קרוב לחצות היום עפעס צו פארבייסן וואס בדרך כלל איז גארנישט געווען אינדערהיים. דאס פארבייסן איז באשטאנען פון א שטיקל שווארץ ברויט מיט די עק פון א הערינג, דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד"ג, און אויסגעהערט צובראכענע הערצער און זיי מחזק געווען און געגעבן עצות ווי צו קענען זיך ווייטער ספאראווען מיט די טאג-טעגליכע מיטמאכענישן, דערנאך האט ער געדאווענט מנחה מעריב, און געגעסן א ארימע וועטעשערע, וואס איז באשטאנען פון א פשוטער טעלער קאשע מיט א גלעזל שווארץ קאווע, און זיך געגאנגען לייגן אויף א פאר שעה ביז חצות...
אזוי בערך האבן אויסגעזעהן די אמאליגע צדיקים, וואס האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער צדקות און קדושה וטהרה, און זענען געבליבן פארהייליגט ביים כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג, און טויזענטער אידן לערנען אין זייערע הייליגע ספרים ווי זיי טרעפן התחזקות און ווארעמקייט צו אידישקייט.


דער היינטיגער צדיק:

דער היינטיגער צדיק איז על פי רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגע קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במדה גדושה, ער איז ערליך מקיים דער מכניס ואינו מוציא, אפילו ווען איינער פון זיינע חסידים שטארבן פון הינגער...ער האט א באנק אקאנט וואס דארט נעמט ער נישט מיט זיינע משמשים, ער גיבט טאקע גאר ווארימע ברכות און אומפראקטישע עצות... אבער א רויטער גרייצער גייט נישט ארויס פון די הייליגע קאסע, וואס איז מיוחד פארן צדיק ובניו... ער פארמאגט א שאפע מיט בעקיטשעס פאר יעדען טאג באזונדער, מיט סטראקעס און אן סטראקעס..... זילבערווארג האט ער מער ווי באראן ראטשילד, פארט ארום מיטא גאנצע מאטארקאדע, און מיט א פריוואטן פליגער, און שפאצירט אראפ אויף א רויטער טעפיך ווי קייזער פראנץ יאזעף זעלבסט.

דער סדר היום מען שטייט אויף צום דאווענען, מען דאווענט אפ און דערנאך טרינקט מען א לחיים מיט א שטיקל קיכען גבוה שבעה קומות, מען עסט א פרישטאג פון א געשמאקע ראנטאטאש מיט געדינצטע צוויבעל, מיט הייסע פענעץ געשמירט מיט צולאזטע פוטער, מיט א פלאכע טעלער געזאלצענע פארמאדארן, לא להנאת גופי ח"ו, דערנאך איז מען עוסק אין געשעפטען און אין פאליטקא ביזן צאת הכוכבים... דערנאך פארט מען ארום מיט די באגלייטונג פון די גבאים, זיך פיקטעשערן ביי אלע צוזאמקומפטן און מסיבות, און דערנאך גייט מען פאפן.

און ביי שלש סעודות וויינט מען היתכן אידישקייט איז אין דער ערד... דער אינגווארג פאלט אוועק... אינטערנעט.... און נאך שטותים מיט הייסע בארשט...


צדיקים... עטס זענטס משוגע?.. אדער איר האלט די מענטשהייט אלס משוגעים?...עטס זענטס שולדיג אין די ירידת הדורות...... אז דער צדיק איז אזא באם... וואס זאל שוין דער חסיד זיין?
זונטאג יאנואר 27, 2019 9:26 am#423356
דא האט שוין עמיצער געשריבן עפעס ענדליך צו דעם...

l viewtopic.php?f=4&t=8048&start=0 l
זונטאג יאנואר 27, 2019 1:44 pm#423373
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:מיט א ערך פון 200 יאר צוריק האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע מחדש געווען דעם דרך החסידות, וואס איז א מהלך אין עבודת ה' נענטער צו ברענגען אידישע קינדער לאביהן שבשמים. און איינע פון די עיקר יסודות אין חסידות איז, צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, וואס זאל מדריך זיין דעם חסיד זיך צו פירן בדרכי ה', און ארויף ברענגען דעם חסיד אויף א העכערע מדריגה, און משפיע זיין שפע ברכה והצלחה ברוחניות ובגשמיות אויף די המתתופפפים בצילו, און משפיע זיין רחמים וחסדים אויף די וועלט, און עוסק צו זיין אין יחידים מקרב צו זיין די גאולה שלימה, וואס דאן וועט דאך זיין דער תיקון השלם, און עס וועט זיין אך טוב לישראל כל הימים.

דער אמאליגער צדיק

דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטן געהאט מיט וואס שבת צו מאכן, ער איז אופגעשטאנען חצות, און געלאפן צום טייך ברעכען די אייז, און זיך געטויבעלט ש"י טבילות אין די אייז-קאלטע וואסער, דערנאך האט ער געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נוראות, ער האט געוויינט אויף צער גלות השכינה, דערנאך האט ער געלערענט זוהר מיט די תיקונים ביזן נץ החמה, און ביים נץ האט ער זיך געשטעלט דאווענען פארן הייליגען באשעפער מיט א דביקות עילאה, און מיט א פלאם פייער, און נאכן דאווענען איז ער געזיצן איינגעהילט מיטן טלית און די ר"ת תפילין א היפש פאר שעה און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, ביז ער איז אהיים געקומען קרוב לחצות היום עפעס צו פארבייסן וואס בדרך כלל איז גארנישט געווען אינדערהיים. דאס פארבייסן איז באשטאנען פון א שטיקל שווארץ ברויט מיט די עק פון א הערינג, דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד"ג, און אויסגעהערט צובראכענע הערצער און זיי מחזק געווען און געגעבן עצות ווי צו קענען זיך ווייטער ספאראווען מיט די טאג-טעגליכע מיטמאכענישן, דערנאך האט ער געדאווענט מנחה מעריב, און געגעסן א ארימע וועטעשערע, וואס איז באשטאנען פון א פשוטער טעלער קאשע מיט א גלעזל שווארץ קאווע, און זיך געגאנגען לייגן אויף א פאר שעה ביז חצות...
אזוי בערך האבן אויסגעזעהן די אמאליגע צדיקים, וואס האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער צדקות און קדושה וטהרה, און זענען געבליבן פארהייליגט ביים כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג, און טויזענטער אידן לערנען אין זייערע הייליגע ספרים ווי זיי טרעפן התחזקות און ווארעמקייט צו אידישקייט.


דער היינטיגער צדיק:

דער היינטיגער צדיק איז על פי רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגע קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במדה גדושה, ער איז ערליך מקיים דער מכניס ואינו מוציא, אפילו ווען איינער פון זיינע חסידים שטארבן פון הינגער...ער האט א באנק אקאנט וואס דארט נעמט ער נישט מיט זיינע משמשים, ער גיבט טאקע גאר ווארימע ברכות און אומפראקטישע עצות... אבער א רויטער גרייצער גייט נישט ארויס פון די הייליגע קאסע, וואס איז מיוחד פארן צדיק ובניו... ער פארמאגט א שאפע מיט בעקיטשעס פאר יעדען טאג באזונדער, מיט סטראקעס און אן סטראקעס..... זילבערווארג האט ער מער ווי באראן ראטשילד, פארט ארום מיטא גאנצע מאטארקאדע, און מיט א פריוואטן פליגער, און שפאצירט אראפ אויף א רויטער טעפיך ווי קייזער פראנץ יאזעף זעלבסט.

דער סדר היום מען שטייט אויף צום דאווענען, מען דאווענט אפ און דערנאך טרינקט מען א לחיים מיט א שטיקל קיכען גבוה שבעה קומות, מען עסט א פרישטאג פון א געשמאקע ראנטאטאש מיט געדינצטע צוויבעל, מיט הייסע פענעץ געשמירט מיט צולאזטע פוטער, מיט א פלאכע טעלער געזאלצענע פארמאדארן, לא להנאת גופי ח"ו, דערנאך איז מען עוסק אין געשעפטען און אין פאליטקא ביזן צאת הכוכבים... דערנאך פארט מען ארום מיט די באגלייטונג פון די גבאים, זיך פיקטעשערן ביי אלע צוזאמקומפטן און מסיבות, און דערנאך גייט מען פאפן.

און ביי שלש סעודות וויינט מען היתכן אידישקייט איז אין דער ערד... דער אינגווארג פאלט אוועק... אינטערנעט.... און נאך שטותים מיט הייסע בארשט...


צדיקים... עטס זענטס משוגע?.. אדער איר האלט די מענטשהייט אלס משוגעים?...עטס זענטס שולדיג אין די ירידת הדורות...... אז דער צדיק איז אזא באם... וואס זאל שוין דער חסיד זיין?


@אדמו"ר מקרייניץ: אבער "שלום עליכם זינגען" קענען נאר די היינטיגע!!!
זונטאג יאנואר 27, 2019 4:56 pm#423387
איך בין פין די אמאליגע
זונטאג יאנואר 27, 2019 5:35 pm#423389
כ'ווייס נישט וואס דער שרייבער מיינט אמאל, אבער אט די ווערטער האבן די מתנגדים און משכילים אויך געשריבן דעמאלטס, און אמאל איז געווען עכטע און פאלשע רבי'ס און היינט זענען דא עכטע און פאלשע. והכל על מקומו יבוא בשלום, ואין כל חדש תחת השמש.
זונטאג יאנואר 27, 2019 8:56 pm#423403
קוקי האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דער שרייבער מיינט אמאל, אבער אט די ווערטער האבן די מתנגדים און משכילים אויך געשריבן דעמאלטס, און אמאל איז געווען עכטע און פאלשע רבי'ס און היינט זענען דא עכטע און פאלשע. והכל על מקומו יבוא בשלום, ואין כל חדש תחת השמש.



אזוי פיל האט ער יא אויפגעטוהן אז טאמער ס'האט זיך דיר געדאכט אז אמאל איז דאס נאר געווען א בלבול פון משכילים זעהסטו אז נישט נאר די היינטיגע זענען רובן ליידיגע שטרוי זאק נאר ס'קען גאר זיין די אמאליגע זענען אפשר אויך געווען.

איי די ערליכע מעשה ביכלעך זאגען אנדערש? לא קשיא, די קומענדיגע מעשה ביכלעך וועלען אויך זאגן אנדערש, קמ"ל.
זונטאג יאנואר 27, 2019 9:54 pm#423408
וואלווי: נאך א נקודה. ס'איז דאמאלס (200 יאר צוריק) נישט געווען קיין אינטערנעט אדער יו. טיוב. ווייל אויב יא. וואלטן א סאך לעגענדעס איבער גרויסע רעבעס געפאללן...!
מיטוואך פעברואר 26, 2020 3:19 pm#443424
צוויי נייע סטאנציעס זענען צוגעקומען צו די רבנישע ענטערטעינמענט גייד 2020

לאקאציע איינס איז דער ים סוף, אויסשפרייטן א לאנגע קארפעט, זינגען וועי וועי וועי און די קעלבער וועלן טיילן געלט.
לאקאציע צוויי איז די קאך הידוע (יש גורסים ב' קאכן, עס (י"א אומרים פרעס) לרבות רבי ישעי'לעס הויז ורבי ישעילעס גאסט הויז) וואו מ'קען גיין מישן אין טאפ (ליטערלי) והמדקדקים טוען עס מלובש בטו"ת לקיים מה שנאמר יאכלו ענווים וישבעו לשובע ולא לרזון.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 4:37 pm#443429
Re: רבנישע ענטערטעינמענט
קוקי האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס דער שרייבער מיינט אמאל, אבער אט די ווערטער האבן די מתנגדים און משכילים אויך געשריבן דעמאלטס, און אמאל איז געווען עכטע און פאלשע רבי'ס און היינט זענען נאר דא פאלשע. והכל על מקומו יבוא בשלום, ואין כל חדש תחת השמש.

FTFY
פרייטאג פעברואר 28, 2020 2:42 pm#443490
כוכב האט געשריבן:לאקאציע צוויי איז די קאך הידוע (יש גורסים ב' קאכן, עס (י"א אומרים פרעס) לרבות רבי ישעי'לעס הויז ורבי ישעילעס גאסט הויז) וואו מ'קען גיין מישן אין טאפ (ליטערלי) והמדקדקים טוען עס מלובש בטו"ת לקיים מה שנאמר יאכלו ענווים וישבעו לשובע ולא לרזון.


זינט דער רבי האט געמישט דעם טאפ קען מען אנהייבן בעסער פארשטיין דעם זיידנ'ס ספר שלחן הטהור.

זאגט מיר איינער, אז נאך בעסער וועט מען פארשטיין דעם ספר מיט'ן עסן די מאכלים. :lol: