Under maintenance
הויפט זייט » אומבאנוצטע ניקס זענען דעאקטיוויזירט געווארן

אומבאנוצטע ניקס זענען דעאקטיוויזירט געווארן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6677
מיטוואך יוני 25, 2014 10:22 am#207981
אומבאנוצטע ניקס זענען דעאקטיוויזירט געווארן
מיר האבן שוין געמאלדן אין דעם אשכול, אבער פון די פילע אימעילס וואס מיר באקומען ווייזט אויס אז טייל האבן נישט באמערקט, וועלן מיר באזונדער מעלדן.

ניקס וועלכע זענען עלטער פון דריי חדשים און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן, זענען דעאקטיוויזירט געווארן. חוץ אין אויסנאם פאלן, וועלן מיר נישט צוריק אקטיוויזירן די אלע ניקס, נאר מ'דארף פריש רעגיסטרירן א נייעם ניק.
מיטוואך יוני 25, 2014 4:06 pm#208071
וואס וועל איך יעצט טוהן וועגן מיינע צוויי און דרייסיג אנדערע ניקס? מיט וועם וועל איך זיך שמועסען אין אישי? לפחוות וואלט מען געדארפט מעלדען פריער.
מיטוואך יוני 25, 2014 10:11 pm#208120
זארג נישט לעיקוואד, דיין ניק יהודי שפוי ארבעט נאך. :D
מיטוואך יוני 25, 2014 10:41 pm#208124
איך פיל מיר זייער באעהרט אז איך זעה אז די ברענגסט מיר אין דיין חתימה.

אבער כ'מיין אז איך קען אויסרעכענען ווער די ביסט, ווייל קיין גרויסע משא מתן האבען מיר נישט געהאט, און אז די האסט אויף געמאכט א ניק, און די טוסט מיר קוואטען, מוז זיין אז מיר האבען געהאט א שטארקע שייכות פין פריער.

סא לאמיר זעהן, אפשר .............???

אקעי כ'וועל בעסער נישט שרייבען מפני הכבוד.
מיטוואך יוני 25, 2014 10:52 pm#208125
שאד, איך שוין מער נישט לייקן יואב צוויי מאל.
דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:54 am#208144
דיין חתימה ציטיר איך צוליב די ריזיגע חידוש שבדבר וואס איז מיר שטארק געפאלן, ועיין כאן.
נניח אז איך בין פאר הדור אדער קרני צבי, איז וואס?