Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • א טומעל איבער ספרי עוז והדר.

קאווע שטיבל • א טומעל איבער ספרי עוז והדר.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6697
מאנטאג יוני 30, 2014 10:29 am#208608
א טומעל איבער ספרי עוז והדר.
לעצטענס טוט זיך א טומלעריי איבער די ספרי עוז והדר און איר תרגום, עס האט זיך שוין דערגרייכט ביז א דין תורה צווישען די בעלי בתים פון עוז והדר און די מעוררים, האט איינער עפעס דאקומענטן קונטרסים ספרים דעריבער? ביטע לייגט עס ארויף פאר'ן רבים.

איינער האט מיר געשיקט צוויי לינק'ס איבער די נושא אויף עפעס א קרעטשמע פארום און אויף אייוועלט.
מאנטאג יוני 30, 2014 10:45 am#208615
א שטורעם אין א גלעזל וואסער. א המשך צו די עקסטרעם עקסטרימיסטישע נייגונג די רעכטע כת האט לעצטנס גענומען, וואס שטעלט אין שאטן די איי עס איי עס.
דער שרייבער פון דעם לאנגען מאמר הסברה דארט זאגט אז ווען ער באקומט ווען נישט באצאלט וואלט ער זיך געשעמט צו שרייבן אזעלכע שטותים.
אלנפאלס, די נישט משנה זיין סינדראם איז ארויס פון אלע גבולים, און א רחמנות אויף גאט א רחמנות אויף זיין פאלק.
מאנטאג יוני 30, 2014 11:04 am#208620
איינער זאגט מיר אז דער אבראהאם וועלכער שרייבט לעצטנס מוסר אין "דער איד" האט א יד אין די חרמות וקונמות אקעגן עוז והדר.
מאנטאג יוני 30, 2014 11:15 am#208626
געב עס אפאר יאר די מטורפים וועלן אונז צוריקפירן קיין מיטל אלטער, מיר וועלן לערנען אין פארמעט ספרים לאור הנר.
עני בעל עגלה עוועיליבל צו נעמען מיין טאכטער צו די באנקעס צענטער, זי האט א שיני וכרכשתא מיחוש און מוז האבן א העווי הקזת דם אימידיעטלי
מאנטאג יוני 30, 2014 8:01 pm#208816
יא ער איז עוועיליבל אבער ער נעמט נאר אן באצאלט א הויפן סמייליס.
מאנטאג יוני 30, 2014 8:48 pm#208826
העי! וואס גייט דא פאר? האט איר שוין געזען וואס הרב אבראהאם ש
העי! וואס גייט דא פאר? האט איר שוין געזען וואס הרב אבראהאם שרייבט?

קומט איינער גראדע א חכם שרייבט א קעפל כאילו מ'קומט ארויס קעגן ספרי עוז והדר און יעדער טאנץ'ט עם נאך,

שטעל זיך אפ! בארוהיג זיך דא רעדט מען סך הכל פון די תרגום על התורה וואס זיי האבן משנה געווען אנדערש ווי ביז יעצט, און ווי פארשטענדליך זאל דאס מעורר זיין א שערורי',
יעצט זיך אפיר די מאמר פון הרב אבראהאם און זעה וואס ער האט צוזאגן גראדע קוקט אויס ער רעדט צום זאך ער ברענגט פון כמה ספרי קדמונים אז זיי האבן נישט געהאט די תרגום וואס זיי דרוקען, די איינציגסטע מעלה איז אז עס מער מדוקדוק, און עוז והדר חוץ וואס זיי מאכן זיכער אז דאס זאל נישט פארקויפט ווערן און די געשעפטן האבן זיי עס נישט אפגעפרעגט!

קאם אן פיעפל, מיט חכמה פליז נישט מיט קטנות, גייט געט א בליק און איי וועלט וויאזוי די זאך דארף באהאנדלט ווערן, איך מיין נישט די מסקנות פון דארט נאר די אויפן מיט דעת,
האסט נישט קיין געדולט עס דורך צו ליינען האלט דיין הענט ביי דיר. בתקווה להבנה.
מאנטאג יוני 30, 2014 9:39 pm#208833
משפחת אבראהאם זענען עקסטרימיסטישע מענטשן וכבר איתמחי גברא וקמיע מיט זייערע אזוי גערופענע ביאורים.
די מחלוקת איז נישט קיין נייע און איז שוין אויסגעדראשן געווארן אין יעדער קובץ תורני. געווענליך קומט א תלמיד חכם וואס איז באהאוונט אין דער נושא און שרייבט אז דער תרגום איז ביטערליך גרייזיג און דעריבער דארף מען עפעס טון, און עס איז דא וואס צו טון, און א צווייטער וואס ווייסט נישט בחייכון וויינט ווי א ביבער אז חדש אסור מן התורה.
איך פערזענליך האב אביסל געטון דערין, און די טענות פון די משמאילים זענען קינדעריש געמישט יוצרות און גענוצט ציטאטן שלא מן הענין.
עס פארשטייט יעדער אז עוז והדר האט געהאט איין אינטערעסע, אהערצושטעלן דאס מערסט פראפעסיאנאלן און ריינע חומש, קומען די משוגעים אז ווי קען מען מוציא לעז זיין אויפן תרגום וואס דער רבי זי'ע האט גענוצט וכו נאך אזעלכע שטותים.
כאילו איין גדול אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר איז בכלל געווען באהאוונט אין תרגום.
מאנטאג יוני 30, 2014 9:45 pm#208834
און די אקט פון ר' יחזקאל גאלד ארויס צושטעלן אלע ספרי עוז והדר איז שרייט עד לב השמים, אומסטאבילע מענטשן זענען אונזערע מנהיגים.
כהאב שוין נישט קיין כוח.
מאנטאג יוני 30, 2014 10:19 pm#208839
איך שטעל זיך צו צו עמעזאן מיט א בקשה אז דו וואס זענען באהאוונט אין דעם ענין זאלן אונז צואוויסן טון פון זייערע ידיעות (נישט בלויז מיט זייערע מסקנות, דאס קען איך אליין מאכן), און די וואס נישט זאלן ביטע אוועקלייגן זייערע אזהרות וחרמות אויף די קומענדיגע עצרת.
מאנטאג יוני 30, 2014 10:59 pm#208844
און דער וואס ליידט פון עגאאיזם זאל אנפירקלען צוועלף אשכולות אויפאמאל מיט אזעלכע שפיפון תגובות, און אפציען ביז צום קומענדיגן באזוך.
מאנטאג יוני 30, 2014 11:43 pm#208852
העי, כוכב טעיק איט איזי :)
מאנטאג יוני 30, 2014 11:46 pm#208853
כוכב האט געשריבן:אומסטאבילע מענטשן זענען אונזערע מנהיגים.
כהאב שוין נישט קיין כוח.


פליז כוכב געב נישט אויף! װי ניד יאו! קיפ אפ דאה גוד פײט! :lol:
דינסטאג יולי 01, 2014 12:20 am#208856
@כוכב ס'טוט מיר זייער ליידט אז איר זענט געווארן ווילד איך האב דיר פשוט געוואלט אנווייזען אווי איר זענט נאכגעשלעפט געווארן, קומט א פותח האשכול מיט ווילדע גוזמאות כאילו מ'פירט א מלחמה מיט כל ספרי עוז והדר א מלחמת לאוב צימערמאן.., און ס'גלונגט עם אריין צו כאפן מאריות שבחבורה ס'טוט וויי,

יעצט צו דיינע טענות
משפחת אבראהאם זענען עקסטרימיסטישע מענטשן וכבר איתמחי גברא וקמיע מיט זייערע אזוי גערופענע ביאורים.

יא ביזט גערעכט! סאו וואט? ער איז געגאנגען אויף כיכר ראדני שרייען פוי? ער שרייבט דאך א בירור, האסט גענומען די מיה צו קוקען? סאו פארוואס פארפירסטו? די האסט נישט ליב די סארט מענטשען? איך אויך נישט! סאו וואט? ער זאגט דאך עפעס סוי פרעג עם אפ,
וואס איז די מהלך פון שרייען פוי? מיט וואס ביזטו אנדערש פון יואלי צימערמאן? דו האסט נישט וואס צו זאגן שווייג.
גראדע הער איך זאגן אז ער שרייבט דברים של טעם, ס'קען נישט זיין! פארוואס? ווייל ער וואונט אין מאנרא און טראגט שווארצע ברילען, הער אויף וועק זיך אויף פון דיין צמצום ווען איינער שרייבט א בירור און דו האסט עס נישט ליב פרעג עם אפ.

און די אקט פון ר' יחזקאל גאלד ארויס צושטעלן אלע ספרי עוז והדר איז שרייט עד לב השמים, אומסטאבילע מענטשן זענען אונזערע מנהיגים.
כהאב שוין נישט קיין כוח.

יוא פליז איך שעם זיך פאר דיר :oops: :oops: , אפשר צייגסטו מיר אן א מנין יודען וואס ר' יחזקאל איז זייער מנהיג, וואט א דזאוק!

לגבי נייע געפונסען איז ידוע דעת החזו''א והרב מבריסק אז זיי האבן נישט געהאלטן פון עס.

איך בעט דיר הער אויף איך שעם זיך פשוט פון מיין פרומע אייוועלט פרענד! וואס ענטפער איך עם? דארט טוט מען עס אזוי שיין אדורך צוויי צדדים א מחי'.
@יאיר אדרבה גיי אהין כאפ א בליק,
דינסטאג יולי 01, 2014 1:09 am#208863
מיין זיידע א תלמוד חכם, האט מיר אמאל געוויזן זיין חתן ש"ס וואס ער האט באקומען פרק ארום פופציג יאר צוריק, אין מסכת שבת דף ב עמוד א, ווייזט ער מיר ווי גרייזיג עס איז, אז ער האט דארט אליין פאראכטן פילע גראבע טעותים, למשל אין תוס' איז געשטאנען המבעיר אנשטאט המעביר.

אריינקוקענדיג שפעטער אין ביהמ"ד אין אן אנדערע גמרא, אויך פון די אלטע ווילנא דרוק, בין איך ערשטוינט געווארן נישט צו טרעפן דעם טעות, נאר עס שטייט דארט געהעריג המעביר.

פאר מיר איז עס געווען א מורא'דיגע חידוש, אז ביז עוז והדר איז ארויסגעקומען, האבן מדפיסים געהעריג פאראכטן טעותי הדפוס אין די גמרא, אן אפילו אנמערקן אז זיי האבן עפעס משנה געווען, עוז והדר זיך אויס איז שוין אנגעקומען צו שפעט אינעם אכשר'דיגן דרא אז זיי האבן זיך מער נישט דערוואגט צו פארעכטן אינם גמרא אפילו אפענע טעותים, נאר אנשטאט געמאכט דעם הגהות וציונים, אזאך וואס גייט אויף די נערוון, ווייל יעדע מינדעסטע טעות צייכענען זיי אן, למשל היא אנשטאט הוא, און עס שטרענגט אן אינמיטן לערנען צו שפרינגן ידע מאל צו די הגהות, צו זען וואסערע וויכטיגע טעות ער מערקט אן.

לעצם הענין דא ביי די שטארקע מחלוקת פון הרב אבראהאם מיט הרב לייפער, איבערן נוסח התרגום, האב שוין ניטאמאל קיין געדולט אריינצוקיקן אין זיינע גרעפעצערייען, און איך פארשטיי נישט פארוואס יאיר'ן אינטרעסירט עס יא. אפילו לו יצייר אז לייפער מאכט דא א טעות און באמת איז דא א קראנטערע תרגום, זענען אבראהאם מיט פילאפף און טענענבוים מיט גאלד, די לעצטע מענטשן וואס זאלן מכריע זיין דעם אמת.

ווי איך האב געהערט, איז די פרטי הדין תורה, אז עוז והדר האט מזמין געווען יואל אבראהאם ביי התאחדות, ווי ער האט פארשטייט זיך אפגעזאגט צו גיין, ווייל ער איז ח''ו נישט אזא שגץ ווי איצעלע גליק, למעשה איז די איינציגסטע בי''ד ווי ער האט מסכים געווען זיך צו שטעלן איז ביי ר' חיים פלאר. ווען עס איז געקומען צו שטרי בירורין האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן נאר אויב מען לייגט צו די ווערטער אז די פסק מיז זיין אויסגעהאלטן כדת של תורה, אזאך וואס מאכט די גאנצע די''ת פאר א חוכא וטלילא, ווייל ווער נאך ווי אזא צדיק ווי אבראהאם ווייסט וואס די אמת'ע תורה הייסט, און אויב וועט בי''ד פסקענען אנדערש ווי ער וויל, וועט ער תיכף ארויסגעבן א בירור אז בי''ד האט געפסקנט קעגן די תורה...
למעשה איז גארנישט געווארן מיט די די''ת און בי''ד האט ארויסגעגעבן א עיקול, אז ווילאנג ער שטעלט זיך נישט לדי''ת, טאר ער נישט ווייטער מפיץ זיין זיין ספר.
דינסטאג יולי 01, 2014 1:17 am#208864
איך האב זיך פארשאפט דעם קונטרס "שאל אביך". כאטש וואס דער עיקר נושא איז צו דער תרגום פון עוז והדר איז בעסער אדער ערגער, שפראצט ארויס ווילדע פייער קעגען עוז והדר בכלל און רב פאמאראנץ בפרט. די צרי המסכימים זענען פון די יושבי ימש-חושך, אזוי ווייט אז איינע פון זיי שרייבען אז דער קונטרס אינהאלט אין זיך מיסודי הדת..! און צוליב דעם איז ער יצא מדעתו און געבראכן זיין גדר פון נישט געבען הסכמות אויף ספרים.
וכדרכם של הקנאים, מ'טרעפט א מאמר אז תרגום איז מסיני, און ווער עס דערוואגט זיך צו זאגן אז ס'דא א בעסערע תרגום ווי די מחזורים דרוקער "עטרת" איז א ריכטיגע כופר בסיני!
זיינע טענות זענען נישט קלאר אויסגעלייגט. איין רגע שרייבט ער אז "דקדוק" איז געאסר'ט, א מינוט שפעטער האלט ער אפ לאנגע דיונים אין דקדוק, רח"ל.
נו, כבר היה לעולמים.
פארגאנגענע וואך איז מיר געקומען אין פאסט א קונטרס פון עיקולים און סירוב'ס. דאס האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים. ס'הייסט, א אינגערמאן, אפגעזעהן צו ער איז גערעכט צו נישט, באקומט אן עיקול אז ער טאר נישט מפיץ זיין זיין לאקשען, פארוואס? ווייל ס'שאט פאר עוז והדר'ס ביזנעס. דאס איז שוין פרעצעדענטלאז! אפשר זאל מען אסר'ן די געשעפטן פון פארקויפן מהדרין אייז קרים ווייל ס'קלאפט אראפ די סעיל'ס פון קליין'ס!
איך פארשטיי נישט וויאזוי רבנים שרייבן אונטער אזוינע עיקולים בשאט נפש. דאס מערסטע געפעלט מיר אז זיי סטראשען צו גיין לפני ערכאות של עכו"ם! נו, זאל דער שופט וואס איז שוין ליידער פיין באקאנט מיט די שיטה הקדושה און די ריכטיגע מסורה, פסקענען און קלאר מאכן איינמאל פאר אלעמאל וועלעכע תרגום איז די אמת'ע מסיני בלי שנוי זיז כלשהו.
דינסטאג יולי 01, 2014 1:29 am#208866
איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט. וואס דען זאל א בי''ד טוהן פאר א מסרב לדין?
פארוואס טאר זי נישט ארויסגעבן א עיקול ווילאנג ער שטעלט זיך צו די''ת.
איך זאג נישט, עוז והדר זענען גרויסע בעיביס פארן זיך וויסענדיג מאכן, און פארן טראכטן אז מען קען אים אזוי געווינען, אבער פארוואס האסטו טענות אופן בי''ד?
דינסטאג יולי 01, 2014 1:40 am#208867
אוודאי מעג מען, און מ'דארף ארויסגעבן א סירוב קעגען די וואס שטעלן זיך נישט פאר א בית דין נאכן רופן דריי מאל. אבער מיט וועלכע רעכט רופט אים בית דין?
דינסטאג יולי 01, 2014 7:16 am#208881
What
אז די פסק מיז זיין אויסגעהאלטן כדת של תורה, אזאך וואס מאכט די גאנצע די''ת פאר א חוכא וטלילא
דינסטאג יולי 01, 2014 9:21 am#208897
עמעזאן האט געשריבן:העי! וואס גייט דא פאר? האט איר שוין געזען וואס הרב אבראהאם שרייבט?

קומט איינער גראדע א חכם שרייבט א קעפל כאילו מ'קומט ארויס קעגן ספרי עוז והדר און יעדער טאנץ'ט עם נאך,

שטעל זיך אפ! בארוהיג זיך דא רעדט מען סך הכל פון די תרגום על התורה וואס זיי האבן משנה געווען אנדערש ווי ביז יעצט, און ווי פארשטענדליך זאל דאס מעורר זיין א שערורי',
יעצט זיך אפיר די מאמר פון הרב אבראהאם און זעה וואס ער האט צוזאגן גראדע קוקט אויס ער רעדט צום זאך ער ברענגט פון כמה ספרי קדמונים אז זיי האבן נישט געהאט די תרגום וואס זיי דרוקען, די איינציגסטע מעלה איז אז עס מער מדוקדוק, און עוז והדר חוץ וואס זיי מאכן זיכער אז דאס זאל נישט פארקויפט ווערן און די געשעפטן האבן זיי עס נישט אפגעפרעגט!

קאם אן פיעפל, מיט חכמה פליז נישט מיט קטנות, גייט געט א בליק און איי וועלט וויאזוי די זאך דארף באהאנדלט ווערן, איך מיין נישט די מסקנות פון דארט נאר די אויפן מיט דעת,
האסט נישט קיין געדולט עס דורך צו ליינען האלט דיין הענט ביי דיר. בתקווה להבנה.


הרב עמעזאן וויפיל איך האב געזעהן פון די טענות אויפען תרגום, זעהט אויס ווי ס'א כלליות'דיגער איבערפאל אויף די מערכת פון עוז והדר, גראדע האבען זיי געטראפען ווי צו רייטען אויף א טאלקינג פוינט.
דינסטאג יולי 01, 2014 9:23 am#208898
עס אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג אויב עפעס אן אחרון האט געשריבן אז תרגום איז יא אדער נישט מסיני, אדער אויב דער חזון איש האט יא אדער נישט געהאלטן פון כתבי יד, אדער אויב מען מעג יא אדער נישט משנה זיין א זוז כל שהיא פון רבותינו וצדיקינו בגנזי מרומים, וואס כידוע איז ביי אונזערע רבי'ס, בפרט פון דער אונגארישער און גאליציאנער חדר, געווען פון די יסודי הדת אוועקצושטעלן די ריכטיגע נוסח פון תרגום אונקלוס. שו"ת דברי חיים און שואל ומשיב זענען דאך אנגעפילט מיט תשובות איבער דעם.
וואס איך וויל וויסן איז, איבער וואספארא שינויים גענוי רעדט מען דא? און וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן אז די שינויים פון עוז והדר זענען ריכטיג פון א גראמאטישן און היסטארישער שטאנדפונקט אדער נישט? אפשר קען איינער א טובה טון און ארויפברענגען די מאמרים פון הרב אבראהאם און די תגובות פון עוז והדר כדי מען זאל קענען זען איבער וואס איז דער מדובר.
דינסטאג יולי 01, 2014 1:34 pm#209008
דינסטאג יולי 01, 2014 1:51 pm#209010
אט דער דאקומענט זאגט אונז אלעס וואס מיר ווילן וויסן איבער דער געשיכטע. מ'רעדט דא פון גיין צו א בי"ד וואס אבראהאם האט אויסגעקליבן (הרב חיים פלאר), אבער אויף די שטרי בירורין וויל אבראהאם נישט מסכים זיין צו פאלגן דעם פסק אין פאל עס איז אנדערש ווי ער פארשטייט די דעת תורה!
דינסטאג יולי 01, 2014 11:27 pm#209101
וואס איז פשט אז די פלאהר בית דין באשטייט פון פלאהר, קויפמאן און גאלד. אבער אויף די סירוב פון זיי יצא גאלד ונכנס סאממער תחתיו?
מיטוואך יולי 02, 2014 11:55 am#209187
איך האב נארוואס דורכגעבליקט די אשכולות איבער די סכסוך

עס איז אינטערסאנט צו זעהן א חילוק צווישען ק''ש אייוועלט און די ביצה שנולדה (קרעטשמע) וויאזוי מען באציט זיך צום טומלעריי.
מיטוואך יולי 02, 2014 12:18 pm#209193
געבנדיג א בליק אין דער אשכול אין אייוועלט בין איך נתפעל געווארן פון די פארצווייגטע שקלא וטריא ארום דעם נושא. דער וואס האט יענע תגובות געשריבן, (דארט אדער אין אן אנדער ארט און ס'איז פשוט געקאפיעט געווארן) האט בלי ספק אסאך צייט און קאפ אוועקגעגעבן דערויף. און אויף וואס? איבער א מחלוקת בנוגע די לעגיטימאציע פון קליינע שינוים אין עפעס אן ארקעאיק תרגום. מ'שעלט און מבאשימפט מענטשן דערוועגן. מ'ווארפט ארויס ספרים פון שוהלן און מ'הארגעט זיך אין בי"ד פאר יארן. איך קען מיך נישט איינהאלטן פון עס מדמה זיין, נישט צו צוויי מענטשן וואס קריגן זיך וויאזוי איבערצוטייטשן אן אלטער פאפיירוס נאר ביסודו של המחלוקת - צו צוויי מענטשן וואס אמפערן זיך וויאזוי צו פאררעכטן א צעבראכענעם [פערד] און וואגן.
מיטוואך יולי 02, 2014 12:24 pm#209196
פארוואס דארף מען אלס דא אזוי אראפרייסען א זאך וואס איז מסתבר פאר א נארמאלער באזעסענער מענטש, עוז והדר וויל ראטעווען זייער שאדען פון די וואס באשמיצען זיי וואס איז ראנג אז זיי שלאגען זיך פאר זייערע רעכטן
מיטוואך יולי 02, 2014 12:27 pm#209198
פארשטיי מיך נישט שלעכט. איך בין אויף עוז והדר'ס זייט. אויב מ'מעג נעמען א זייט אָן האבן אדורכגעטוהן די נושא ענטייערלי.
מיטוואך יולי 02, 2014 12:30 pm#209200
אה סארי איך האב געמיינט די מאכסט אוועק זייערע תירוצים.

נעמען א צד אהן דורכטון די פאקט'ן איז נישט פאסענד, ובפרט פאר א תושב דא.
מיטוואך יולי 02, 2014 5:07 pm#209251
וויזוי קען רב גאלד זיין א דיין און דן זיין איבער דעם, אויב האט ער שוין גענומען א צד אין די מחלוקה אן אויסהערן ביידע צדדים, און ארויסגעווארפן כל ספרי עוז והדר פון זיין ביהמ"ד????
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:43 pm#221786
יין שרף האט געשריבן:וויזוי קען רב גאלד זיין א דיין און דן זיין איבער דעם, אויב האט ער שוין גענומען א צד אין די מחלוקה אן אויסהערן ביידע צדדים, און ארויסגעווארפן כל ספרי עוז והדר פון זיין ביהמ"ד????

אפשר אום יולי 2 איז דאס נאכנישט געוועזען אקסעפטעד, אבער אצינד נאך די באבובער די"ת איז דאס שוין געווארען נארמאלע פרעקטיס
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:46 pm#221787
דער אויסוואל פונעם בי"ד האט אבראהאם געקליבן, און עוז והדר האט מסכים געוען דערצו, און דערנאך קומט אבראהאם און זאגט אז ער וויל נישט אונטערשרייבן שטרי בירורין נאר אויב דער בי"ד וועט פסק'ענען אזוי ווי ער וויל. ליצי ליצנות.. און ער שרייט נאך ווי א קאזאק הנגזל..
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:21 pm#221833
נישט אבראהאם האט צוגעשריבן יענע רייד
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:27 am#229525
די עטרת גנבים שעמען זיך נישט.....
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:49 am#229532
מ"ע"ריכן לו.... טאקע מדוקדק.

#נישטאווערזאללאכן
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 1:14 pm#229560
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מ"ע"ריכן לו.... טאקע מדוקדק.

#נישטאווערזאללאכן


און וואס איז מיט בוסחא הישנה
דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:06 pm#229582
צ"ל "ולא בחומשים החדשים שהתרגום...."
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:36 am#229807
ווי אזוי קען זיין אזוי פיל טעותים אין איין קליינע עד?
ספעציעל א עד וואס גרויסט זיך איבער זייערע אלטע מדקדוק'ע נסחאות.
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:42 pm#233934
בר דעת האט געשריבן:געב עס אפאר יאר די מטורפים וועלן אונז צוריקפירן קיין מיטל אלטער, מיר וועלן לערנען אין פארמעט ספרים לאור הנר.
עני בעל עגלה עוועיליבל צו נעמען מיין טאכטער צו די באנקעס צענטער, זי האט א שיני וכרכשתא מיחוש און מוז האבן א העווי הקזת דם אימידיעטלי

איך בין א בעל עגלה און איך בין א דאקטער אויך. ס'איז דא צו באקומען אין פארמאסי א שמיראכץ וואס הייסט "פרעפערעישן-עיטש". ס'דא אין פעדס אויכעט. חוץ דעים קענט איר רופן מארגן (מאנטיג) אינדערפריה נאך ניין א זייגער אין מיין אפיס צו סקעדזשול'ן א טשעק-אפ און מעגליך סוירדזשערי. יא. איך נעם מעדיקעיד...!
נאר אלס טאטע בין איך אייך מחויב מוכיח צו זיין. פארוואס האט איר צוגעלאזט דער מצב מיט אייער טאכטער זאל ווערן אזוי ערנסט. נאר אפשר איז די טאכטער שוין א בת ששים לאוי"ט און זי האט שוין גרויסע אייניקלעך וועלכע גייען חתונה האבן בקרוב...מ'מוז זעהן אז די באבע זאל זיין געזינט און שטארק און אין א מצב צו קענען טאנצן ביי די אייניקל'סז חתונה...!
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:06 pm#233937
שמערל: דעיס איז דער בראך מיט די אלע אזוי-גערופענע "פרומע" מעירים. קודם מאכן זיי יענעם פאר א שגץ. און זיי זענען אויף די זייט פון די תורה און פון באשעפער. אזוי איז געוועין מיט שטיינזאלץ. איך גיי יעצט נישט אריין אין דעים צו שטיינזאלץ'ס גמרות און אנדערע ספרים זענען געמאכט פאר א היימישן וויליאמסבורגער איד. לכאורה נישט. ווייל ער שרייבט בפירוש אין די הקדמה צו איינס פון די גמרות, אז זיין מטרה (צוועק, אויף אינגעריש.) איז צו צוברענגען דעם לשון התלמוד פאר די דוברי עברית. נאכמער. די אינגערישע אידעלעך וועלכע קענען נישט קיין מאדערנע עברית, וועלן גארנישט פארשטיין פון די שטיינזאלץ גמרות. די באטשי'ס וועלכע האבן זיך איינגעהאנדלט אט די גמרות האבן עס נאר געטוען ווייל יענער האט עס געטון. ס'איז געוועין אין סטייל....איז מען ארויסגעקומען מיט איסורים קונמות וחרמות. פלוצלינג, פון איין טאג אויפ'ן צווייטן איז שטיינזאלץ פסול געווארן... כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני ובשלישי. נאכדעים איז געקומען די ראיה אויף ארט-סקראל. און יעצט איז עוז והדר אויפ'ן צימבל. וואו ס'איז דא עפעס א גוטע זאך וואס קען אפשר צו העלפן פאר א שוואכערן זיך צו דערנענטערן צו די הבנת ולימוד התורה, קומען די "פרומע" , די וועלכע טוען אלעס נאר בלתי לה' לבדו און הרג'ענען אלעס אוועק...!
זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:13 pm#233938
עפל סיידער האט געשריבן:פארוואס דארף מען אלס דא אזוי אראפרייסען א זאך וואס איז מסתבר פאר א נארמאלער באזעסענער מענטש, עוז והדר וויל ראטעווען זייער שאדען פון די וואס באשמיצען זיי וואס איז ראנג אז זיי שלאגען זיך פאר זייערע רעכטן

און אז עוז והדר שלאגט זיך למען האמת און גערעכטיגקייט איז שלעכט?!....!
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:30 am#234006
לעשות כרצון איש ואיש.
דינסטאג יוני 16, 2015 3:46 pm#283055
Re: א טומעל איבער ספרי עוז והדר.
מצאתיו
דינסטאג יוני 16, 2015 4:37 pm#283063
Re: א טומעל איבער ספרי עוז והדר.
ווען שבתי פרענקעל איז ארויסגעקומען מיט די נייע רמב"ם האבן אלע ליטווישע ראש ישיבה געאסרט ווייל האלב פון זייערע חקירות זענען פארשווינדען געווארען מהאט שוין נישט געטראפען סתירות הרמבם ספשוט געוועהן טעות הדפוס דער אבראהאם האט דעם זעלבען פראבלעם מוועט פארעכטכען דעם תרגם האלב פון סאקמאר רב תורות וועלען פלוצלינג צובלאזט ווערען

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
דינסטאג יוני 16, 2015 11:06 pm#283169
Re: א טומעל איבער ספרי עוז והדר.
הרב ווייסע פרעזידענט כ’מיין אז די האסט געשריבן סתם לשם שרייבן ווייל לפי ידיעתי כ’בין אביסל באקאנט אין די נושא(אזוי רעדט איך מיך עכ״פ איין) איז עס א געהעריגע שאלה ס’איז דא געהעריגע צוויי צדדים ס’איז אמת אז דעי פאבי וואס סאטמאר האט קעגען טוישן ממה המקובל לנו מדור דור האט געשפילט א ראלע אבער זיי האבן רעכטע טענות ובלא זה כ’מיין איינער וואס שרייבט אזוי האט קיין דברי יואל נאך נישט גע’עפנט ווייל ער שטעלט זיך כמעט נישט אויף א לשון התרגום אנטקעגן אסאך חסידישע ספרים וואס זענען פיל דערמיט ודי בזה
זונטאג יולי 10, 2016 12:45 am#341161
Re: א טומעל איבער ספרי עוז והדר.
רמב"ן די וואך קרח ברענגט א ראי' פון אונקלוס אז די קטורת וואס מעו האט געניצט איז נישט געווען די געווענליכע קטורת וויבאלד ער טייטשט קטורת סתם און נישט בוסמין ווי איבעראל. די פלא איז אז ביי אונזער תרגום שטייט יא איבעראל בוסמין. וואסי פשט?