Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » דרייווערלאזע קארס

דרייווערלאזע קארס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6755
מאנטאג יולי 07, 2014 9:59 am#210451
דרייווערלאזע קארס
יעדער ווייסט אז גאגעל ארבייט אויף קארס וואס פארן אליינס, און אזוי אויך זענען דא אנדערע קאמפעני'ס וואס ארבייטן אויף דעם. לויט די ריפארטס האלטען שוין די קארס זייער ווייט, און מ'האט עס שוין געטעסט פאר הונדרעטער טויזענטער מייל אהן קיין מיכשול.

יעצט ווי אזוי ארבייט אזא קאר? איך קען נישט קיין טעכנילאגיע , אבער אויף וויפיל איך האב געליינט ארבייט עס אז עס האט אסאך קעמרעס וואס זעהט אלעס וואס טוהט זיך און שאצן אפ וואס צו טוהן נעקסט. ווען עס וועלן זיין אסאך אזעלעכע קארס אויף די ראוד'ס וועט איין קאר קענען שמועסן מיט די אנדערע קאר און זיכער מאכן אז די טרעפיק פארט כשורה. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ וועט טרעפיק פראבלעמען זיין א פארגאנגענהייט, ווייל קארס וועלן קענען פארן שנעל נאנט איינס צום צווייטען, און נישט מאכן קיין עקסידענטס. די קארס וועלן אויך זיין געניג קליג נישט צו טוהן די טרעפיק "ביהעיוויער" וואס ברענגט טרעפיק.

דא קימט אריין וואס איך טראכט אזוי צו מיר אבער איך האב נישט געזעהן אז מ'זאל רעדן דערפון. וואס געשעהט ווען אלע קארס אויף די ראוד קענען שוין שמועסן איינס מיטן צווייטע. און א עמערזשענסי וויהיקעל וויל דורעכפארן. פארשטייט זיך אז די קאמפיאטער'ס אין אלע קארס וועלן גלייך באקימען א מעסעזש אז א עמערזשענסי ווי אדורך וויל דורכפארן און אלע קארס וועלן אטאמאטיש מאכן פלאץ פאר די הצלה. די הצלה טראק וועט זיך נישט דארפען מושטענען ביז יעדער ריקט זיך , נאר אלע ריקענישן וועלן ארבייטן אטאמאטיש אפילו נאך פאר ער קימט אהן. שוין אפאר מינוט פריער וועלן שוין אלע קארס וויסן אז א הצלה קימט, און די גאנצע טרעפיק וועט שוין קאנטראלט ווערן מיט דעם חשבון.

דאס מיינט אויך אז ס'דארף זיין זייער גרינג פאר די גאווערמענט צו שיקן א מעסעזש פאר אלע קארס נישט צו ניצן א געוויסע ראוד. אויב וויל מען אפשפארן א ראוד, וועלן אלע קארס אין א רגע אטאמאטיש וויסן אז מ'קען מער נישט ניצען יענע ראוד.

בקיצור המעשה, קארס וועלן זיך טוישען פון איינצעלנע עקסטערע זאכן, צו א גרויסע סיסטעם אזוי ווי די טרעין סיסטעם, וואס מיט א קוועטש מיט א קנעפעל קען מען קאנטראלירען.
מאנטאג יולי 07, 2014 10:38 am#210465
אינטערעסאנטע אבזערוואציע. דאס קען אויך מיינען א סוף צו אלע מאטאקאדעס, אז א וויכטיגער פאליטיקאנט וויל שנעל ערגעץ אנקומען וועט מען קאנטראלירן די טראפיק לטובתו. דאס מוז נישט מיינען אז מ'קאנטראלירט אלע קארס אויף שריט און טריט, נאר אז מ'לייגט אריין אין דעם סיסטעם אז אט דער קאר איז א פריאריטעט, און וואו עס פארט וועלן זיך אלע קארס אויטאמאטיש רוקן פאר אים.
מאנטאג יולי 07, 2014 11:03 am#210477
ראשעקאל האט געשריבן:יעדער ווייסט אז גאגעל ארבייט אויף קארס וואס פארן אליינס, און אזוי אויך זענען דא אנדערע קאמפעני'ס וואס ארבייטן אויף דעם. לויט די ריפארטס האלטען שוין די קארס זייער ווייט, און מ'האט עס שוין געטעסט פאר הונדרעטער טויזענטער מייל אהן קיין מיכשול.

יעצט ווי אזוי ארבייט אזא קאר? איך קען נישט קיין טעכנילאגיע , אבער אויף וויפיל איך האב געליינט ארבייט עס אז עס האט אסאך קעמרעס וואס זעהט אלעס וואס טוהט זיך און שאצן אפ וואס צו טוהן נעקסט. ווען עס וועלן זיין אסאך אזעלעכע קארס אויף די ראוד'ס וועט איין קאר קענען שמועסן מיט די אנדערע קאר און זיכער מאכן אז די טרעפיק פארט כשורה. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ וועט טרעפיק פראבלעמען זיין א פארגאנגענהייט, ווייל קארס וועלן קענען פארן שנעל נאנט איינס צום צווייטען, און נישט מאכן קיין עקסידענטס. די קארס וועלן אויך זיין געניג קליג נישט צו טוהן די טרעפיק "ביהעיוויער" וואס ברענגט טרעפיק.

דא קימט אריין וואס איך טראכט אזוי צו מיר אבער איך האב נישט געזעהן אז מ'זאל רעדן דערפון. וואס געשעהט ווען אלע קארס אויף די ראוד קענען שוין שמועסן איינס מיטן צווייטע. און א עמערזשענסי וויהיקעל וויל דורעכפארן. פארשטייט זיך אז די קאמפיאטער'ס אין אלע קארס וועלן גלייך באקימען א מעסעזש אז א עמערזשענסי ווי אדורך וויל דורכפארן און אלע קארס וועלן אטאמאטיש מאכן פלאץ פאר די הצלה. די הצלה טראק וועט זיך נישט דארפען מושטענען ביז יעדער ריקט זיך , נאר אלע ריקענישן וועלן ארבייטן אטאמאטיש אפילו נאך פאר ער קימט אהן. שוין אפאר מינוט פריער וועלן שוין אלע קארס וויסן אז א הצלה קימט, און די גאנצע טרעפיק וועט שוין קאנטראלט ווערן מיט דעם חשבון.

דאס מיינט אויך אז ס'דארף זיין זייער גרינג פאר די גאווערמענט צו שיקן א מעסעזש פאר אלע קארס נישט צו ניצן א געוויסע ראוד. אויב וויל מען אפשפארן א ראוד, וועלן אלע קארס אין א רגע אטאמאטיש וויסן אז מ'קען מער נישט ניצען יענע ראוד.

בקיצור המעשה, קארס וועלן זיך טוישען פון איינצעלנע עקסטערע זאכן, צו א גרויסע סיסטעם אזוי ווי די טרעין סיסטעם, וואס מיט א קוועטש מיט א קנעפעל קען מען קאנטראלירען.


און וואס האט דעס צוטוהן מיט רבי אהרן מ׳סאטמאר???? :lol: :lol:
מאנטאג יולי 07, 2014 11:52 am#210500
אז אויב וועט ער נוצן די ריכטיגע פארטעקציע וועלן מיר זיך אלע דארפן רוקן ווען זיין מאטארקאדע פארט אריבער
מאנטאג יולי 07, 2014 3:41 pm#210575
און ווען א פאליציאנט וועט וועלן אפשטעלן א קאר, וועט ער דאס קענען אזוי אריינלייגען אין סיסטעם....?
און אן אינשורענס וועט די קאר נישט קענען אנהייבן פארן...
ס'וועט זיך נאר פארקען ליגעל, און ח"ו נישט ספידן.

לוינט זיך דען פאר די שטאטראט צו פארלירן די גרויסע אינקאם, פון די פילע טיקעטס...?
מאנטאג יולי 07, 2014 3:50 pm#210579
עס איז וויכטיג אנצומערקן אז ביז ווען די דרייווערלאז קארס וועלן ווערן אויפגעכאפט ביי רוב המון עם, וועט מען זיך נישט באנוצן אזויפיל מיט קארן בכלל. טעלעקאמיוטין ארבייט ווערט מער און מער אויפגעכאפט. עס איז א שאד די גאז, טאללס און צייט ווען מען קען די זעלבע אויפטון פון דער היים. 3D פרינטערס וועט מאכן אז מ'זאל נישט דארפן גיין שאפינג. די פאר משוגעים וואס וועלן זיך וועלן דרייען אויפן גאס וועלן שוין פארן מיט זייערע פליעדיגע קארן. ממילא, די רביס מיט זייערע עסקארטס האבן זיך נישט וואס צו זארגן, ס'וועט זיין גענוג פלאץ אויף די שאסייען.


.
מאנטאג יולי 07, 2014 3:57 pm#210581
רביס וועלן שוין לאנג נישט פארן מיט קיין עסקארטס.
סידור קידושין וועט זיין מיט google chat, און ביקור גומלין'ס מיט skype.
די שיריים טרויבן וועט מען נאכשיקן מיט אמעזאן פריים עיר...
חסידים וועט מען האבן אויף טוויטער, און קוויטלעך אויף ספר הפנים.
פדיון וועט מען נאכשיקן מיט פעיפאל...
דינסטאג יולי 08, 2014 5:04 pm#210875
יין שרף האט געשריבן:לוינט זיך דען פאר די שטאטראט צו פארלירן די גרויסע אינקאם, פון די פילע טיקעטס...?

אז די פאליציי וועלן נישט דארפן באוואכן די קארס פאר ווילד דרייוון און ספידן, און עס וועט נישט פאסירן קיין פאליציי טשעיסעס, און זיי וועלן נישט דארפן טעגליך קעהר נעמען פון טויזענטער עקסידענטן, דאן פארלירן זיי נישט צופיל פון די טיקעטס, ס'רוב טיקעט שטראפן גייט דאך אויסצוהאלטן די פאליציי.
דינסטאג יולי 08, 2014 6:38 pm#210894
טרעפיק פאליציי איז (אפיציעל) קוים א פראצענט פון זייער אקטיוויטעטן.
זיי דארפן אכטונג געבן אויף אלע סארט פארברעכענס, ווי רויבערייען, מערדערייען, האלטן אין ארגענונג גרויסע מעמדים וכדו'.
מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:42 pm#322957
צום ערשטען מאל: א גוגל דרייווער-לאזע קאר איז כאטש-האלבוועגס שולדיג פאר אן עקסידענט.
גוגל קאר.jpg
גוגל קאר
דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 7:24 am#347186
מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער. עס ווערט באריכטעט אז אובער גייט אריינברענגען א פלאטע פון 100 סעלף-דרייווינג קארס צו פיטסבורג.

Why Uber is going to test its new self-driving cars in Pittsburgh
m http://wapo.st/2bhvprF m

גוגל האט אויך נעכטן געמאלדן אז ביז 5 יאר וועלן שוין זיין כמעט פולקאמע סעלף-דרייווינג קארס אויף דער מארקעט.
מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 8:07 pm#350472
Lyft האט נעכטען געזאגט אז זיי עקספעקטען אז רוב פון זייערע קארס וועלן ביז 5 יאהר זיין סעלף דרייווינג.

די אמעריקאנע גאווערמענט איז היינט ארויסגענומען מיט א אפישעל סטעיטמענט צו אינדארסן סעלף דרייווינג קארס.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:10 am#350515
Re: דרייווערלאזע קארס
ליפט האט אויך געסאגט אז אלע זייערע קארן גייען זיין ביז 2021 דרייווערלאז.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:25 am#350516
Re: דרייווערלאזע קארס
סהאף אין די נאנטע טעג צי מאכן אן ארטיקל אויף דרייווערלאזע קארן און וויאזוי סארבעט... אבער איין זאך וויל איך זאגן פאר תושבי ווילי און בארא פארק אז פארקינג פראבלעם איז געענדיגט... ווען מען קומט אן ערגעץ וועט מען אוועקשיקן די קאר זיך פארקן... ווי אימער סטרעפט א פלאץ. און valet parking ביזנעס איז אויך פארטיג אויפן מזבח פון טעכנעלאגיע....
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:17 am#350530
מקען צולייגן נאך אפאר טוצער פון ביזנעסער וואס וועלן ארויסגיין פון ביזנעס..
ווי קאר סערוויס דרייווערס, און נאך ,במהרה דידן.
ATUB @טרויבן88 ATUB אונז קוקן מיר ארויס אויף דיין ארטיקעל
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:48 am#350535
Re: דרייווערלאזע קארס
טרויבן88 האט געשריבן:סהאף אין די נאנטע טעג צי מאכן אן ארטיקל אויף דרייווערלאזע קארן און וויאזוי סארבעט... אבער איין זאך וויל איך זאגן פאר תושבי ווילי און בארא פארק אז פארקינג פראבלעם איז געענדיגט... ווען מען קומט אן ערגעץ וועט מען אוועקשיקן די קאר זיך פארקן... ווי אימער סטרעפט א פלאץ. און valet parking ביזנעס איז אויך פארטיג אויפן מזבח פון טעכנעלאגיע....

די קארן וועלן מן הסתם קענען קאמיוניקעיטן צווישן זיך, ס'הייסט, אז א קאר וואס זוכט פארקינג וועט אוטומאטיש זעהן ווער אין די געגנט איז נארוואס ארויסגעפארן אדער ווער עס איז באשטעלט געווארן דורך זיין בעה"ב ארויסצופארן אין די נעקסטע פינעף מינוט, און עס וועט רעזערווירן דעם ספאט ווירטואליש. טרעפיק לייטס קענען קומען צו אן ענדע. טיקעטס וועט מער נישט זיין. ספיד לימיטס קען געהויבן ווערן (עכ"פ ביי די הייוועי'ס).
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:51 am#350546
פארוואס עפעס זאל דער קאר זיכן א פארקינג, מען וועט בעטן דעם קאר זאל ארום פארן סביב פאר א שעה, עס איז ביליגער ווי א פארקינג אין מאנהעטן.
דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 12:35 pm#350554
Re: דרייווערלאזע קארס
@פליקער מרעדט אז סוועט באמת זיין אז מען וועט פארקן ביינאכט אין א גאראדזש. און עס וועט זיין מער לעינס צי פארן. און די וואלאבאוט משוגעים וועלן מוזן טרעפן עפעס אנדערש צי טון
מיטוואך דעצעמבער 14, 2016 10:29 am#357023
א פרישע מיילסטאן!

א בלינדע מענטש איז ארומגעפארען מיט א גוגעל סעלף דרייווינג קאר אין אוסטין טעקסאס. די קאר האט נישט געהאט קיין סטירינג וויל און קיין ברעיקס!!

m https://www.washingtonpost.com/local/tr ... story.html m ?
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 6:04 pm#357789
Re: דרייווערלאזע קארס
איך ליין יעצט א גאר לאנגווייליגע אבער אינפארמאטיווע ארטיקל איבער דרייווערלאזע קארן, עס איז א לאנגע ארטיקל אבער מוראדיג אינפארמאטיווע דערפאר טייל איך עס מיט מיטן עולם


m http://www.driverless-future.com/?page_id=774 m
דינסטאג מאי 02, 2017 1:06 am#369667
[youtube]https://youtu.be/hpDHwfXbpfg[/youtube]
https://youtu.be/hpDHwfXbpfg
אילאן מאסק טעד טאלק. זייער אינטערסאנט פרטים איבער סעלף דרייווינג קארס. ער איז א גרעסערע חסיד פון טאנעלס אינטער דער ערד ווי די פליעדיגע קארס.
סוף פון 2017 גייט מען קענען פארן פון קאלירפארנע ביז ניו יארק אן דריקן א קנעפל די גאנצע וועג.

מקען משוגע ווערן פון זיין גראדע פנים, ער ענטפערט אויף געוויסע שאלות וואס הערט זוך ווי חלום, ווי גלייך מזאל ווען רעדן פון לעטס סעי איבער נעמען פינקי מיט א מצה בענדל.
דינסטאג מאי 02, 2017 1:07 am#369668
.
דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 12:43 pm#388563
ויבוא... די ריאליטי איז דא לינק

לינק איך דא צי מיין ארטיקל פון פינקטליך 2 יאר ציריק ווייניגער מיט פינף טעג, גאנץ אינטערעסאנט וויאזוי מען האט נאך דעמאלטס געטראכט... www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=10963