Under maintenance
הויפט זייט » דער ניו יארק טיימס איבער 'פרידא וויזעל' און 'וויזיט חסידים'

דער ניו יארק טיימס איבער 'פרידא וויזעל' און 'וויזיט חסידים'

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6788
זונטאג יולי 13, 2014 4:30 pm#211549
דער ניו יארק טיימס איבער 'פרידא וויזעל' און 'וויזיט חסידים'
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג האט דער ניו יארק טיימס געלאזט לויפן אן ארטיקל איבער פרידא וויזעל, און איר פראפעסיע אלס א טור גייד איבער די וויליאמסבורגער גאסן, פאר אנטיילנעמער מיט קענטיגער אינטערעסע אין חסידים און זייער לעבנסשטייגער.

פרידא וויזעל זעלבסט האט אן אינטערעסאנטע געשיכטע אונטער זיך, אלס א געוועזענע ארטאדאקסישע פרוי, אן אפשטאמיגער פון קרית יואל, וועלכע איז היינט א פירערין און באקאנטע שטימע פאר די או. טי. די. געזעלשאפט.

די דאן פארהייראטע מרת וויזעל האט אין יאר 06' למספרם געגרינדעט א בלאג מיטן תמימותדיגן ציל: צו פארטיידיגן איר קאמיוניטי. ווי זי שילדערט אליין : 'נאכן זיך באקענען מיט די דרויסנדיגע וועלט בין איך געווארן פון א פארפליכטעטע חסידישע מאמע, צו א משכיל'שע אויסוואורף' .

עווענטועל האט זי אויפגעגעבן איר ארטאדאקסישע לעבן, זיך געשיידט פון איר מאן, פארלאזט די סאטמארער קהילה און איר בעל בית'שער פאמיליע. זי מיט איר איינציג זון האבן זיך פלאצירט איינזאם (תאוות אפיליאירט...) אין א קעלער אין א מאדערן ארטאדאקסישע קאמיוניטי.

כהיום איז זי אן אפטער גאסט אין וויליאמסבורג וואו זיי דינט אלס טאור גייד פאר 'וויזיט חסידים', וואו זי מאלט אראפ דער באדייט פון אולטרא חסידישער 'וויליאמסבורג', פאר אירע אומגעפער צוואנציג צוהערער אויף אמאל, וואס פארמירן א קרייז ארום איר. ווי פארשטענדליך טראגן די טורן אן אייגנארטיגקייט, ווען עס איז געוויס פיל אינטערעסאנטער א טור אין וויליאמסבורג דורך א געוועזענעם אונזעריגער היימישן, וואס ברענגט אן אויטענטישן אינערליכן בליק איבער חסידים, זייער קולטור און ווירדן.

דער אויבנדערמאנטער ארטיקל בארירט פארשידענע אינטערעסאנטע שטריכן: איבער מס. וויזעל זעלבסט, וויאזוי אירע טורס ווערן באגריסט אין די וויליאמסבורגער גאסן, און הויפטזעכליך, דער אויטענטישער 'בליק' אויף וויליאמסבורג זי האט די מעגליכקייט איבערצוגעבן, מיט א בלינק אריין דורכאויס די שפאלטענס פון די באשיידענע וויליאמסבורגער מויערן, דורך די קעגנזייטיגע קוק ווינקלען פון עמיצער וואס האט שוין נאכגעפאלגט אירע פוסטריט, און עווענטועל אויסגעקליבן זיי צו פארלאזן פון הונטערוויילעכטס.
מאנטאג יולי 14, 2014 11:50 am#211631
מאנטאג יולי 14, 2014 12:55 pm#211643
When chassidim were real nobody was interested in us. Now we are putting up a show, all come to watch
מאנטאג יולי 14, 2014 1:19 pm#211649
when were we real? and who is putting up a show now?
מאנטאג יולי 14, 2014 1:45 pm#211650
כוכב האט געשריבן:וויזיט חסידים

i just noticed on picture #5 on top of the website you can see 'Mnachem Shtark' standing to the left
מאנטאג יולי 14, 2014 3:53 pm#211686
איך פארשטיי נישט פארוואס האט זי געפענט אזא סארט קאמפני, עס איז דאך שוין דא אן אנדרער פון די OTD גרופע, מר' יעקב גליק, וואס טוט די זעלבע זאך ווי איר, עס קוקט אויס ווי איעדע צווייטער וואס גייט אראפ פונעם וועג גייט ווערן א טור גייד אדער א פארשטייגעבער וועגן אונזער קאמיונטי.
מאנטאג יולי 14, 2014 4:52 pm#211693
איך האב גערעדט צו אן אמישער וואס האט מיר און מיינע קינדער ארום גענומען חול המועד אין זיין שטעטל. זאגט ער אז 30% פון אמישער האבן פרנסה פון טוריזעם.

אפשר איז דער צייט מיר זאלן אנהויבען מאכן געלט פון טוריזעם?

פארוואס זאלן פרעמדע מאכן געלט אויף אונז?

אויב אונז לייד מיר די היצען שבת פון אונזערע שווערע הייסע שטריימלעך - לאמיר עס כאטש דאס קענען איינקעשען.

ווער נאך ווי אונז קען פארציילען אין ווייזען היסטארי פון וויליאמסבורג. דא האט מען פארברענט נחמן בראך'ס קאר. אויף די "פאלאץ" האט די ברך משה געזאגט "ויבן לו בית, ולמקנהו עשה סוכות". דא איז געווען פארקאש שיך סטאר ווי מען האט באקומען שיך פאר אומזיסט. דא איז "פעסטעל" - די רעד לייט דיסטריקט פון וומסב"ג. דא איז געווען גל-פז. דא איז געווען די ערשטע פיצא סטאר וואס מען האט פארברענט. דא זענען אלע הייזער וואס סאטמאר האט קלאמפיש געבויעט פאר זייער מלמדים. דא איז די פאליס בודעקע צו היטן אויף סאטמארע פרויען וואס פלעגן גייען צו א מקום סכנה צו גיין אין מקוה (אזוי ווי די מתנחלים). דא איז די גרעדזש בילדינג וואט מען האט פראטעסטירט נאר אנטקעגן די פלעטבושע שותף. דא פלעגט זיין תפארת ישראל פאר מאדערנע אידן, דא פלעגט זיין אגודת ישראל. דא איז וויזנערס וואס פארקויפט די בעסטע ר"ת גאטשעס. דא איז די הויפט קוואטיר פון התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדא - אזא קליינע פלאץ פירט אלע רבנים פון גאנץ אמעריקא פלוס גאנץ קאנאדא. דא איז געווען אן עקעסרסייז פלאץ פאר פרויען וואס מען האט אן גע'ספרעיט די סיין און פארמאכט. דא איז די באקאנטע 111 LEE וואס האט געמאכט די פרויען פאר בנות מואב. דא איז די ODA אפיסעס וואס קיינער ווייסט נישט די ראשי תיבות, וואס מען טוט אין אזוי פיל אפיסעס און ווי די געלט קומט אן. דא איז די ארמארי וואס געהערט פאר פאפא אין די ביידע סאטמארס. און צום לעצט דא קענט איר ביים שמש באקומען א שער, כאפן א שויער, א שוויץ, קאסטן א גוטן גאלע און קויפן א גוטן וויין אן צאלען טעקסעס...
מאנטאג יולי 14, 2014 4:55 pm#211694
ווי לאנג דו זאגסט 'קאסטן' אנשטאט 'טעיסטן' איז נאך דא מיט וועם צו ארבעטן
מאנטאג יולי 14, 2014 4:58 pm#211695
גנדי, :lol:
מאנטאג יולי 14, 2014 10:33 pm#211763
אגב ,דער ויבן לו בית ,ולמקנהו עשה סוכות איז פון די בעסטע ב''מ ווערטער.אבער א פרעמדער וועט עס נישט פארשטיין ווען מען ווייזט עם נאר די פאלאץ אן ווייזן די פרי-פעב סוכות.
מאנטאג יולי 14, 2014 10:43 pm#211768
ATUB @גנדי ATUB ... כ'מיין אז דו זאלסט געבן א טאור פאר פריידע...
מאנטאג יולי 14, 2014 11:02 pm#211777
איך אויך האט געשריבן:אגב ,דער ויבן לו בית ,ולמקנהו עשה סוכות איז פון די בעסטע ב''מ ווערטער.אבער א פרעמדער וועט עס נישט פארשטיין ווען מען ווייזט עם נאר די פאלאץ אן ווייזן די פרי-פעב סוכות.


אוודאי וועל מיר ווייזען אויך די סוכות אויף דעם טאר...
מאנטאג יולי 14, 2014 11:04 pm#211779
אפשר קען איינער עלאבארירן, איך בין אויך א וויליבאגי שטינקערבורגער, אבער כפארשטיי נישט קיין אות אחת דער עולם רעדט דא אויסער קוקן פון דער זייט מיט קנאה, ווי די שמאלץ רינט פון די וואנצען.
מאנטאג יולי 14, 2014 11:06 pm#211780
זאג ,פון גאטליבס האסטו שוין יא געהערט? צו דאס אויך נישט?
דינסטאג יולי 15, 2014 7:36 pm#211983
@גנדי, זעט אויס די ביסט שוין העכער 35, איי איי זכרונות....
דינסטאג יולי 15, 2014 7:41 pm#211984
green sunday האט געשריבן:@גנדי, זעט אויס די ביסט שוין העכער 35, איי איי זכרונות....


וועלעכע זאך איז שוין מער פון 35 ?
דינסטאג יולי 15, 2014 7:44 pm#211985
צי קענען געדענקען די ערשטע צווי זאכן
מיטוואך יולי 16, 2014 11:16 pm#212269
ATUB @גנדי ATUB ,

:like

האסט אויסגעלאזט: דא האט מען אריינגעגאסן קלעבאכץ אין די שלעסער פאר די געשעפטן וואס האבן זיך דערוואגט צו פארקויפן ״ניו סקווער מילך״ אדער דעם טמנ׳עם ״משפחה״ מאגאזין.
מיטוואך יולי 16, 2014 11:39 pm#212273
דעם רבין'ס הויז, קליימער ווינקעל בעדפאורד, ווערט שוין אט אט גרייט פאר טוריסטען.
ביטע איבערגעבן פאר מרס וויזל.
מיטוואך יולי 16, 2014 11:53 pm#212274
אפשר טאקע נעמט מען צוזאם געלט פון אלע קהלות הנרדפים און וויקטימס צו בויען אזא 9/11 מוזעאם פאר אלע טערראר אקציעס וואס די גרופע האט געטוהן אלע יארן.

לא נשכח ולא נסלח. איך מיין די עולם וועט מנדב זיין אסאך טייערע היסטארישע זאקען פאר די מוזעאם.

כמיין סוועט זיין א גאנצע שטאק פון געלעכערטע רעדער.

א שטאק מיט פאשקעווילען ביז די קני.

וואס נאך קען מען אריינלייגען אין די מוזעאם?
מיטוואך יולי 16, 2014 11:56 pm#212276
די גלאז פון די קלויזענבורגער'ס מקוה.
דאנערשטאג יולי 17, 2014 1:48 am#212292
דא ביי דעם בוים האט מען איבער גאפארען משה ג' מיט א קאר,

דא האבען בחורים פראטעסטירט קעגען א רבי'ן

דא ביים סדר האט מען געשטעלט עפל סיידער,
דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:47 pm#430621