Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » מ'קען "קיינמאל" נישט וויסן גאט'ס חשבונות

מ'קען "קיינמאל" נישט וויסן גאט'ס חשבונות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 35 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6850
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:26 pm#213468
מ'קען "קיינמאל" נישט וויסן גאט'ס חשבונות
"מ'ווייסט" פארוואס גאט האט איר געשטראפט...

מאנכע טענה'ן אז איה"נ רוב מאהל קעןמען נישט וויסן גאט'ס חשבונות, אבער ווען מ'זעהט ווי איינער וואס האט געזינדיגט גייט דורך יסורים קען מען יא אננעמען אז דאס איז א עונש פון גאט אויף די מענטש'ס מעשים. און מ'קען כאטש ארויסנעמען א מוסר השכל.

טעות!!

עס איז א טעות פאר צוויי סיבות: א מחשבה'דיגע סיבה און א פראקטישע סיבה. די מחשבה'דיגע סיבה איז אז אויב אונז זעען א צרה ביי א מענטש וואס דארף עס לכאורה נישט באקומען. למשל די אינגע פרוי אין וויליאמסבורג וואס איז נעכטען נפטר געווארן פון קענסער. זאגן מיר אז אונז פארשטייען נישט גאט'ס חשבונות. מיט דעם זענען אונז מחדש אז ס'איז דא נישט פארשטייענדיגע חשבונות מיט וואס מענטשען באקומען צרות.

לאמיר זאגן אזוי. עס איז דא פיר מיני סיבות פאר זאכן וואס געשעען צו מענטשן.

סיבה A – א גוטע מענטש וואס באקומט גוטס
סיבה B – א שלעכטע מענטש וואס באקומט שלעכטס
סיבה C – א גוטע מענטש וואס באקומט שלעכטס
סיבה D – א שלעכטע מענטש וואס באקומט גוטס

סיבה A און B פארשטייען מיר די סיבות. ס'מאכט סענס פאר אונז. אבער איינמאל אונז זענען מחדש אז ס'איז דא אויך סיבה C און D קענען אונז שוין קיינמאהל נישט וויסן וואסערע סיבה גאט ניצט אין יעדע פאל.

לאמיר זאגן אז ס'איז דא א מענטש לאמיר אים רופן מעכל וואס איז א גרויסע רשע. אונז ווייסן אז אסאך מאהל ביי רשעים איז דא סיבה D וואס מאכט אז ער זאל נישט באקומען קיין שלעכטס. יעצט אז מעכל האט באקומען א שרעקליכע צרה מוז דאך נישט זיין אז דאס איז צוליב סיבה B (די סיבה וואס אונז פארשטייען) נאר ס'קען זיין בעצם איז ביי אים גילטיג סיבה D, און ער וואלט נישט באקומען קיין שלעכטס, נאר גראדע איז אויך גילטיג ביי אים סיבה C און "דערפאר" באקומט ער שלעכטס. קומט אויס אז די סיבה פארוואס ער באקומט שלעכטס איז נישט ווייל ער איז א רשע, נאר די סיבה איז די זעלבע פארוואס גוטע מענטשען באקומען אמאל שלעכטס.

כ'האף אז כ'האב געניג קלאר ארויסגעברענגט מיין פוינט, און אויב נישט, האפנטליך איז די קומענדיגע פראקטישע פוינט קלארער.

שטעלטס ענק פאר אז ס'איז דא א קעניג וואס הרג'עט מענטשען רענדאמלי. אדער אויף א אופן וואס קוקט אויס רענדאמלי. יעדען טאג שיקט די קעניג כאפן א פאר מענטשן און מ'הענגט זיי אויף אויף א תליה. יעדן טאג ווערן גע'הרג'עט גוטע מענטשען, שלעכטע מענטשען, בינונים וכו', עס איז נישט דא קיין שום אנדייטונג אז די ratio פון שלעכטע הרוגים זאל זיין גרעסער ווי גוטע הרוגים.

איין טאג איז איינע פון די הרוגים א גרויסע באקאנטע רשע וואס האט שוין געטוהן אהן א שיעור רשעות. וועט קומען איינער און זאגן, פשיהא!! קוק נאר אהן, און דעי מדינה איז געפערליך אויב מ'איז שלעכט, מ'זעהט דאך בחוש אז דער גרויסע רשע איז היינט גע'הרג'עט געווארן דורך דעם קעניג!! דער קעניג בלייבט נישט שולדיג!! ער שטראפט די רשעים!

איינער וואס האט א טראפ שכל און קאפ וועט אים זאגן ווי פאלגענד: די נער איינער. די האסט א מושג פארוואס די קעניג הרג'עט די מענשטען? נעכטן האט ער גע'הרג'עט דער גרעסטע צדיק פון שטאט, און אייער נעכטען א מאמע פון 5 אינגע קינדער!! אונז גלייב מיר טאקע אז דער קעניג האט זיך זיינע חשבונות וועם ער הרג'עט אבער דאס איז קלאר אז איך און די ווייסן נישט וואס די חשבונות זענען, איז וואס דרייסטו א קאפ אז פליצלינג היינט איז דער גרויסע רשע גע'הרג'עט געווארן דורך דעם קעניג צוליב א חשבון וואס די פארשטייטס?! און ווי לעכערליך איז צו זאגן אז פון דעם קען מען ארויסלערנען א "מוסר השכל" צו קוקן וואס געשעהט אויב מ'איז א רשע.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:50 pm#213481
המלוכה והממשלה האט געשריבן:יעצט אז מעכל האט באקומען א שרעקליכע צרה מוז דאך נישט זיין אז דאס איז צוליב סיבה B (די סיבה וואס אונז פארשטייען) נאר ס'קען זיין בעצם איז ביי אים גילטיג סיבה D, און ער וואלט נישט באקומען קיין שלעכטס, נאר גראדע איז אויך גילטיג ביי אים סיבה C און "דערפאר" באקומט ער שלעכטס.

סיידן אז מ'זעהט בחוש אז ער זינדיגט. אויסער אויב דו וועסט זאגן אז די זינד אליינס איז בספק צו ס'איז טאקע זינד. אמת טאקע אז די זעלבע פראבלעם איז דא מיט'ן צדיק, נעמליך אז מ'זעהט דאך קלאר ער איז א צדיק. אבער דער יתרון פון דער רשע איז אז געווענליך צדיק ורשע דא, ווערט געמאסטן אויף בין אדם למקום ביי וואו די עבירה-עוולה איז אפטמאל נישט פארשטענדליך לפי לאגיק און מצד שני די צדקות גייט אפט קעגן שכל, און אין ערגסטן פאל פשוט נאטור אדער אומשטענדן.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:53 pm#213483
טאמבל, איינמאל מיר באשליסן אז ס'איז דא א מיסטעריעזע סיבה פארוואס אפילו צדיקים באקומען שלעכטס, קען דאך שוין זיין אז דער רשע באקומט אויך שלעכטס צוליב די אומבאקאנטע סיבה, מהיכי תיתי ער באקומט עס צוליב זיין רשעות.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:55 pm#213484
הרואה יסורין באין עליו יפשפש במעשיו.
ברכות ה' א'
אויף זיכער קען מען קיינמאל נישט וויסן אבער אן ערליכער איד איז אלעמאל חושש אז א שטראף קומט צוליב זינד.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 1:59 pm#213489
דאס מיינט אז ווער אימער עס באקומט א שטראף וועסטו אייביג זאגן אז עס קומט צוליב זינד. איז דאס ווייטער נישט קיין שום ראיה.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:00 pm#213491
כוכב האט געשריבן:הרואה יסורין באין עליו יפשפש במעשיו.
ברכות ה' א'
אויף זיכער קען מען קיינמאל נישט וויסן אבער אן ערליכער איד איז אלעמאל חושש אז א שטראף קומט צוליב זינד.


דאס איז געזאגט געווארן פאר א מענטש בינו לבין עצמו. נישט צו פירן חשבונות פון הימל לגבי די גאנצע וועלט.
ממילא טאמער א טייערער אינגערמאן אדער מאמע ווערט נפטר, און מען האלט דרשות אז מיר זענען גאר שולדיג צוליב אונזערע עבירות קוקט דאס אויס אבי געהאקט אין קאפ אריין, כמו שהארכתי כמ"פ בשטיבל.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:01 pm#213492
שמעקעדיג, דו מיינסט צו זאגן אז א מענטש בינו לבין עצמו מעג מאכן אומלאגישע חשבונות? (גראדע איך האלט אזוי).
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:04 pm#213494
איך טיפה סרוחה קריג נישט מיט חז"ל חס מלהזכיר. זיי האבן געוואוסט וואס טוט זיך אין הימל.
קען זיין זיי מיינען נישט צו זאגן אז די יסורין קומען צוליב די עבירות, נאר מ'זאל זיך צוגרייטן צו עוה"ב, הגם עס איז משמע ווייטער 'יתלה בביטול תורה' אז די יסורין קומען יא צוליב א עונש אויף חטאים, עכ"פ מי חשיד קוב"ה דעביד דינא בלא דינא וכו', אבער ווען עס קומט כלפי א צווייטן, יענער איז נפטר געווארן אדער האט יסורין, איז עס יענעמ'ס פערזענליכן חשבון מיט גאט ואין לי עסק בנסתרות, ממילא קום נישט וויינען אויף יעדע צרה אויף דער וועלט אז אלעס בין איך און נאכאמאל איך שולדיג, כאילו דו ווייסט וואס טוט זיך אין הימל.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:08 pm#213498
איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס פאר דער מאן דהוא וואס ליידט נעבעך צרות איז נישט גילטיג דער אין לנו עסק בנסתרות.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:09 pm#213500
ווייל די נסתרות זענען געווען נגלה פאר חז"ל
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:10 pm#213501
שמעקעדיג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:הרואה יסורין באין עליו יפשפש במעשיו.
ברכות ה' א'
אויף זיכער קען מען קיינמאל נישט וויסן אבער אן ערליכער איד איז אלעמאל חושש אז א שטראף קומט צוליב זינד.


דאס איז געזאגט געווארן פאר א מענטש בינו לבין עצמו. נישט צו פירן חשבונות פון הימל לגבי די גאנצע וועלט.
ממילא טאמער א טייערער אינגערמאן אדער מאמע ווערט נפטר, און מען האלט דרשות אז מיר זענען גאר שולדיג צוליב אונזערע עבירות קוקט דאס אויס אבי געהאקט אין קאפ אריין, כמו שהארכתי כמ"פ בשטיבל.



אבער החי יתן אל לבו און אויב עמיצער זעט א זינדיגער ווערט געשטראפט זאל ער בינו לבין קונו נעמען א מוסר השכל אז השי"ת איז נישט קיין וותרן און שטראפט אויף יעדער איינציגער זינד.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:11 pm#213502
איך בין פערטיג מיט די דיסקוסיע, ס'איז אלעמאל די זעלבע, די לינקע זענען אלעמאל לינק און די רעכטע זענען אלעמאל רעכט (אויסער איך...).
עפעס א קי ליגט באהאלטן אונטער די היי.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:13 pm#213504
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל די נסתרות זענען געווען נגלה פאר חז"ל

דעמאלט קענען מיר אויך מפשפש זיין אין א צווייטנס מעשים.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:17 pm#213506
שבתי וראיתי, היות מיר ווייסן נישט גאט'ס חשבונות, ווייסן מיר דאך אויך נישט גאט'ס חשבון פארוואס מיר דארפן אמאל יא מאכן חשבונות און אמאל נישט. ובזה עולה הכל כמין חומר כפתור ופרח.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:34 pm#213514
פאר די אלע וואס ווילן דוקא מאכן א חשבון הנפש, עס ברענט זיי אינעם טיפעניש פון זייער הארץ צו האבן עפעס אויף וואס תולה צו זיין דער טראגעדיע ווייל זיי ווילן פשוט תשובה טון און זיך מקבל זיין קבלות טובות, קען מען מאכן א "רבי אביגדור מילער חשבון הנפש". די מעשה גייט אזוי. א יונגערמאן איז טראגיש פריצייטיג אומגעקומען אין א קאר עקסידענט. ביי די לויה איז כנהוג געווען עטליכע מספידים וואס האבן ערקלערט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב צניעות, רעדן ביים דאווענען וכדומה. דערנאך ווען עס איז געקומען די רייע פאר רבי אביגדור מספיד צו זיין, האט ער אנגעהויבן בבכיה. די עולם וויל וויסן פארוואס אזא זאך איז געשעהן. פארוואס איז א פיינע יונגערמאן אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן? פארוואס זענען נעבעך דא א יונגע אלמה און פינף יונגע יתומימ'לעך? די ענטפער איז אבער קלאר פאר אונזער אויגן. דער שרעקליכע טראגעדיע איז געשעהן ווייל מען דרייווט נישט פארזיכטיג! מען שטעלט זיך נישט אפ ביי סטאפ סיינס! פארדעם איז דאס געשעהן. די עולם מוז זיך מקבל זיין זיך צו פירן ביים דרייוון ווי די געזעץ פארלאנגט, טראגן סיטבעלטס און זיך אפשטעלן גענצליך ביי סטאפ סיינס! ע"כ. (@שיטה מקובצת)

אין דער קאר זענען (לפי השמועה) געווען פיר פאסאזשירן. ברענדא, מאסטער, מאסטער'ס חבר'טע (זי ראנגלט זיך מיט איר לעבן) און די דרייווער. די דרייווער איז די איינציגסטע וואס איז ארויס אן קיין שום שעדעגונג ווייל ער האט געטראגן א סיטבעלט. דא האבן מיר די מעסעדזש קלאר לעיני כל! יעצט ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טון. מיר מוזן זיך אונטער נעמען פון היינט און ווייטער אלעמאל צו האבן די סיטבעלט אפילו ווען מען זוצט אין די אונטערשטע זיץ.


.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:36 pm#213515
לאמיר א מינוט זען די פראבעביליטי חלק. וואס זענען די שאנסן אז עמיצער וואס טרונקט, נעמט חשיש, פארט אסאך ארום און ספידט, טרעפט זיך און שלאפט מיט אלע סארטן מענטשן, האט נישט קיין ספעציעלע גאול אין לייף, איז נישט באזארגט אויפ'ן מארגן און לעבט נישט פאר אנדערע -- וועט כאפן אן עקסידענט ערגעצווען און וועט ארויסגיין געשעדיגט וויבאלד ער האט נישט געהאט קיין סיבעלט און יעדער וועט דערפון שמועסן ווייל דער איז שוין פון לאנג א פובליק פיגור?

און מצד שני וויפיהל שאנסן זענען דא אז עמיצער וואס לעבט א פארדאגה'טע סטרעספול לעבן, איז איבערוואגיק און פרעסט א באנטש קוגל, מאכט קיינמאל עקסערסייז, איז אינברעד חמש פעמים חמש, גייט רערליך צו א דאקטער, רייכערט און טרונקט ווי א רוס, ארבעטן אין די נעכט אריין מיט שטוב ארבעט, ליגט אויסגעלייגט אויפ'ן זון אפאר חדשים אין קאנטרי, האט די BRCA1 און BRCA2 דזשין, -- וועלן באקומען קענסער ערגעצוואו און יעדער וועט דערפון שמועסן ווייל אלע דארפן זאגן תהילים, יעדער לעבט אין יעדעמ'ס נאז אריין און קול מבשר וועט באריכטן ביי די ברוך דיין האמת אפטיילונג?

@פארוואס?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 2:43 pm#213520
מַה גָּדְלוּ מַעֲשֶׂיךָ ה' מְאֹד עָמְקוּ מַחְשְׁבֹתֶיךָ. אִישׁ בַּעַר לֹא יֵדָע וּכְסִיל לֹא יָבִין אֶת זֹאת
דאס זאגן מיר אלע צוזאמען כסדר יעדע פרייטוג צונאכטס (דא וואס זאגן עס מער מאל אויך)
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:07 pm#213528
יאיר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל די נסתרות זענען געווען נגלה פאר חז"ל

דעמאלט קענען מיר אויך מפשפש זיין אין א צווייטנס מעשים.

וואס עפעס? דו ווייסט יענעמ'ס מצוות און עבירות? באין עליו מיינט אויף אים אליין. נישט אויף קיין צווייטן.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:21 pm#213538
אין א אנדערע אשכול האב איך געפרעגט

ערשט איז מיר שווער ווען א אינגע מענטש גייט פון די וועלט אויב איז ער א באקאנטער ערליכע איד שרייבט מען איבראהל מיט לויב "אשרי מי שחתמו ימיו מהרה" און נאך זעלכע סארט מאמרים. אבער ווען א קרעשטמע זיצער גייט אוועק פון די וועלט אינג און אויבן אויף איז ער באקאנט פאר נישט זיין אזוי אי איי איי, ברימט זיך יעדער אינטער "נו ס'נישט הפקר וועלט דער באשעפער פיהרט זיין וועלטעל, מען קען נישט טון וואס מ'וויל"........

איי אפשר איז יענער געווען א ל"ו צדיק אויף ווען מ'קען פינקט אזוי זאגן דעם אשרי מי שחתמו? ווער מאכט אפ וויזוי צו זאגן וואס ווען? איז דאס בכלל ריכטיג?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 3:59 pm#213553
אינטרעסאנט אז דער זעלבער ר' אביגדור האט אזוי גוט פארשטאנען פארוואס גאט האט אויסגעמארדעט זעקס מיליאן מענטשן פון זיין פאלק, ער האט זעט אויס יא געהאט די לייסענס צו וויסן ווען שטראפן קומען פאר עבירות.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:11 pm#213556
געהערט אמאל ביי א הספד פון א מאדערנע רב, האט ער געזאגט, קיינער ווייסט נישט היינט פארוואס פונקטליך די צרה איז געקומען, אבער יעדער ווייסט אויף וואס 'ער' דארף תשובה טון, לא נתנה תורה למלאכי השרות, ווען די רבוש''ע וויל ווען איין זאך וואלט ער געשיקט אזעלכע גדולים ווי אמאל מודע צו זיין, אבער אזוי, וויל ער נישט דווקא איין זאך נאר יעדע 'לב יודע מרת נפשו' און אויף דעם זאל מען תשובה טון.

ומסתברה שהוא סברה אמיתית.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:33 pm#213563
הוגה האט געשריבן:
פאר די אלע וואס ווילן דוקא מאכן א חשבון הנפש, עס ברענט זיי אינעם טיפעניש פון זייער הארץ צו האבן עפעס אויף וואס תולה צו זיין דער טראגעדיע ווייל זיי ווילן פשוט תשובה טון און זיך מקבל זיין קבלות טובות, קען מען מאכן א "רבי אביגדור מילער חשבון הנפש". די מעשה גייט אזוי. א יונגערמאן איז טראגיש פריצייטיג אומגעקומען אין א קאר עקסידענט. ביי די לויה איז כנהוג געווען עטליכע מספידים וואס האבן ערקלערט אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב צניעות, רעדן ביים דאווענען וכדומה. דערנאך ווען עס איז געקומען די רייע פאר רבי אביגדור מספיד צו זיין, האט ער אנגעהויבן בבכיה. די עולם וויל וויסן פארוואס אזא זאך איז געשעהן. פארוואס איז א פיינע יונגערמאן אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן? פארוואס זענען נעבעך דא א יונגע אלמה און פינף יונגע יתומימ'לעך? די ענטפער איז אבער קלאר פאר אונזער אויגן. דער שרעקליכע טראגעדיע איז געשעהן ווייל מען דרייווט נישט פארזיכטיג! מען שטעלט זיך נישט אפ ביי סטאפ סיינס! פארדעם איז דאס געשעהן. די עולם מוז זיך מקבל זיין זיך צו פירן ביים דרייוון ווי די געזעץ פארלאנגט, טראגן סיטבעלטס און זיך אפשטעלן גענצליך ביי סטאפ סיינס! ע"כ. (@שיטה מקובצת)

אין דער קאר זענען (לפי השמועה) געווען פיר פאסאזשירן. ברענדא, מאסטער, מאסטער'ס חבר'טע (זי ראנגלט זיך מיט איר לעבן) און די דרייווער. די דרייווער איז די איינציגסטע וואס איז ארויס אן קיין שום שעדעגונג ווייל ער האט געטראגן א סיטבעלט. דא האבן מיר די מעסעדזש קלאר לעיני כל! יעצט ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טון. מיר מוזן זיך אונטער נעמען פון היינט און ווייטער אלעמאל צו האבן די סיטבעלט אפילו ווען מען זוצט אין די אונטערשטע זיץ.

איך האב געשריבן וועגן די ענינים במשנת מו"ר זצ"ל אין די פאלגענדע צוויי אשכולות:
הגה"ק ר' אביגדור מילער זצוק"ל ווי א מורה דרך
על מה עשה ה' ככה? פארוואס איז סענדי געשעהן?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:39 pm#213565
outspoken האט געשריבן:געהערט אמאל ביי א הספד פון א מאדערנע רב, האט ער געזאגט, קיינער ווייסט נישט היינט פארוואס פונקטליך די צרה איז געקומען, אבער יעדער ווייסט אויף וואס 'ער' דארף תשובה טון, לא נתנה תורה למלאכי השרות, ווען די רבוש''ע וויל ווען איין זאך וואלט ער געשיקט אזעלכע גדולים ווי אמאל מודע צו זיין, אבער אזוי, וויל ער נישט דווקא איין זאך נאר יעדע 'לב יודע מרת נפשו' און אויף דעם זאל מען תשובה טון.

ומסתברה שהוא סברה אמיתית.

א הספד אויף וועמען? אויף א פריוואטע מענטש???
ס'טייטש, איך זינדיג, און וועגן מיינע עבירות האט ער אוועקגענומען יענעמ'ס נשמה?
ווען יענער געווינט א לאטערי איז עס וועגן מיינע מצוות?
איך כאפ נישט. עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין.
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:42 pm#213566
יאיר האט געשריבן:טאמבל, איינמאל מיר באשליסן אז ס'איז דא א מיסטעריעזע סיבה פארוואס אפילו צדיקים באקומען שלעכטס, קען דאך שוין זיין אז דער רשע באקומט אויך שלעכטס צוליב די אומבאקאנטע סיבה, מהיכי תיתי ער באקומט עס צוליב זיין רשעות.

אז די פארשטייסט אז ביים צדיק דארף זיין עפעס א מיסטעריעזע סיבה אז ער זאל באקומען שלעכטס, מיינט עס נישט, אז דיין השקפה ראשונה איז אז דער צדיק קומט זיך נישט קיין שלעכטס, און פארקערט די זעלבע אז פאר דעם רשע קומט זיך יא?
דאנערשטאג יולי 24, 2014 4:50 pm#213569
קענער האט געשריבן:מַה גָּדְלוּ מַעֲשֶׂיךָ ה' מְאֹד עָמְקוּ מַחְשְׁבֹתֶיךָ. אִישׁ בַּעַר לֹא יֵדָע וּכְסִיל לֹא יָבִין אֶת זֹאת
דאס זאגן מיר אלע צוזאמען כסדר יעדע פרייטוג צונאכטס (דא וואס זאגן עס מער מאל אויך)

אוטש, שריי נישט אזוי הויך.
מער צום פוינט, דער פסוק זאגט דארט ווייטער: איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת - נו וואס? - בפרוח רשעים כמו עשב ויציצו כל פועלי און, טאקע דאס פארשטייען נישט די כסילים וויאזוי די רשעים לעבן א גוטן טאג (C בלשונו פון המלוכה והממשלה)

אגב, דערמאנט עס מיר א תורה, דוכט זיך מיר פון תפארת שלמה. זאגט ער אזוי, מה גדלו מעשיך ה' מאד עמקו מחשבתיך! דיינע מעשים זענען טיף און גרויס, אזוי טיף און גרויס אז איש בער לא ידע וכסיל לא יבין את זאת, א איש בער און א כסיל פארשטייט נישט דערצו, ער כאפט נישט אז דעם רבוש"ע'ס מעשים זענען עמקו און גדלו. שוין. שוין מקיים געווען מצוות לימוד התורה פאר היינט אויך.