Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » דרכי "ראדני" אבילות מבלי באי מועד,

דרכי "ראדני" אבילות מבלי באי מועד,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6905
מאנטאג אוגוסט 04, 2014 6:38 pm#215450
דרכי "ראדני" אבילות מבלי באי מועד,
זכרנו ימים מקדם,
דאס שיינקייט פון די געסעלע ראדני צווישן בעדפארד און לי, אין די תש"מ-תש"נ יארן,
יעדע שבת וואס דער הייליגע ברך משה זי"ע איז געווען אין שטאט און געדאווענט דארט,
אידן פלעגן קומען הערן:
א נשמת
עד הנה בהשתפכות הנפש,
אור חדש על ציון תאיר מיט בכיות נוראות וואו ער האט פארגאסן טייכן אויף די גאולה העתידה,
די בכיות ביי ושבור עול הגוים ועול הגליות,
קוקן:
די לעכטיגע צורה ביים ליינען,
ווייזן פאר די קינדער א צורה פון א צדיק,

ווער רעדט נאך ביי די הייליגע טישן:
פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות,
די התעורורות ביי בני היכלא דכסיפין למחזי זיו וכו'
די "ה' מלך"

א חנוכה ליכט וויזוי ס'האט אויסגעזאגט,
וויפיל אידן זענען געקומען צוקוקן די עבודת הצדיק כשעומד ומדליק את הנרות בדחילו ורחימו,
די פלפולי דאורייתא ביי די נרות,

וויזוי האט אויסגעקוקט אזא הייליגע טאג ווי פורים, בעת משתה היין, די געהויבענע טישן
און די שושן פורים טישן,

ווער רעדט נאך ווען עס איז געקומען די ימים טובים,
וויפיל אידן האבן זיך אריין געשטיפט אין דעם ביהמ"ד א פסח ביי:
טל תן לרצות ארצך, וואס איז געזאגט געווארן מיט א השתפכות הנפש
דעם "טל ושובע מלא אסמינו"
און די דמעות וואס איז פארגאסן געווארן ביי "הכעת תחדש ימינו" אז עס זאל שוין זיין "גן רוה שימינו" בבנין ביהמ"ק במהרה בימינו

די דמעות כנחל וואס האט זיך געגאסן:
ביי "ומפני חטאינו גלינו מארצינו" ווי דער צדיק האט פארגאסן נחלי דמעות על גלות השכינה,
א שירת הים די צווייטע טעג פסח,

ועל כולם ווען עס איז געקומען "חודש תשרי"
עד היום הזה שרייט נאך ארויס פון די ווענט די קדושה פון דעם ביהמ"ד וואס איז געווארן אנגעזאפט א "חודש תשרי"
תקיעת שופר דרשה בבכיות המעורר בדברי כיבושין המעורר את הלב,
תקיעת שופר,
און די מוסף לפני התיבה,
די בכיות ביי די תפלות: ובכן תן פחדך, ובכן צדיקים וכו', ווי מ'בעט אויף לעתיד

א כל נדרי דרשה,
א כל נדרי און מעריב יום הקדוש בהשתפכות הנפש, א מוסף, נעילה, אינעם הייליגן טאג,

בעת ווען אין ר"ה און יום הקדוש, איז די ביהמ"ד געווען פול עד אפס מקום, קיין נאדל האט מען נישט געקענט אריין שטופן,
עומדים צפופים

אזא הייליגע יו"ט סוכות זמן שמחתינו,
די עבודת הנענועים, וואס זענען אפגעראכטן געווארן בקדושה וטהרה, מיט אזא שטארקע עבודה,
וואו הונדערטער אידן זענען געשטאנען זיך צוגעקוקט צו די עבודה פונעם הייליגן צדיק,

די קלימאקס, ווען עס איז געקומען די דריי הייליגע טעג, די גמר מסירת הפתקין,
הושענה רבה, שמיני עצרת שמחת תורה,
איז געווען א צוזאם קום פון אידן מארבע כנפות הארץ, מיטצוהאלטן די הייליגע עבודה,
א דאווענען הושענה רבה בנוסח ימים נוראים, א "שיר המעלות ממעמקים", א הלל, א נענועים,
ווי טויזענעטער אידן האבן זיך געשטופט צו זעהן אפס קצהו, ווי מער מ'קען אריין כאפן צוזאם געשטיפטערהייט מיט די ד' מינים אין די הענט,
א הושענה רבה דרשה,
די בכיות נוראות ביי די זיבעטע הקפה זאגענדיג די ווערטער,
הושע נא למען איתן הנזרק בלהב אש וכו' למען בן הנעקד על גבי עצים ואש וכו' למען גבור הנאבק עם שר אש וכו' למען קדושים מושלכים באש,
וויינענדיג אויף די צרות וואס אידן גייען ליידער דורך מיום שחרב ביהמ"ק און וויפיל בלוט עס זענען שוין ליידער פארגאסן געווארן על קידוש שמו יתברך,

וויפיל אידן האבן זיך אריין געשטופט אין דעם ביהמ"ד ביי די הייליגע הקפות ווי די רבי איז ארום געלאפן אין ביהמ"ד בכל תוקף ועוז זיך געפרייט בשמחת התורה,
די געהויבענע דברי תורה צווישן די הקפות, בגעגועין וכיסופין להשי"ת,
בפרט אויף די נוסח פון ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך, הדור נאה וכו' נפשי חולת אהבתך וכו',

ווער רעדט נאך פון די "זעקסטע הקפה" וואס איז געווען סכנת נפשות אריין צוקומען דעמאלט אין ביהמ"ד,
טויזענטער אידן זענען געשטאנען צוזאם געקוועטש מעוטף בטליתם זיך צוקוקענדיג צו די הייליגע נענועים מיט די הייליגע ספר תורה דורך דעם הייליגן צדיק, בעת ווען עס גיסן זיך שווייץ פון די ווענט און די דאך פון ביהמ"ד,



ועתה בעווונינו הרבים אבדה כל אלה
מי ישער ומי יספר אונזער אבידה,
די געסעלע שטייט פוסט בשבתים ובימים טובים, קעגן וואס עס איז אמאל געווען,
קיינער איז נישט אינטערסירט צו א יום יום טוב, א שבת, א ימים נוראים,
ס'שוין ליידער נישטא פארוואס אהין צו גיין,

קיינער גייט שוין היינט ליידער אהין זוכן א דרך אין עבדות ה' וכדו'
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 10:25 am#215498
מענדי ברענג טישאס פאר טאטי... סאיז גארנישט געשעהן טאטי וויינט וועגן ראדני
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:13 pm#215517
זיכער וועסטו באקומען שכר פארן שרייבן דיינע הרגשים בעצם יום תשעה באב, עס איז זיכער אז פאר דיין צדיק וקדוש, מעג מען פראווען מחלוקה׳ס בעצם תשעה באב.
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 1:22 pm#215521
גענוי אזוי האט בני יואל גאזאגט בעצם יום המר ונמהר יום פטירת רביכם הק' בעל על התמורה מסקמאר זצ"ל...
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:03 pm#215539
שלום אויש האט געשריבן:מענדי ברענג טישאס פאר טאטי... סאיז גארנישט געשעהן טאטי וויינט וועגן ראדני


שלום אויש האט געשריבן:מעכי ברענג טישאס פאר טאטי... סאיז גארנישט טאטי וויינט וועגן די גלות



היאך יתקיימו שניהם?


אז מען וועט ווייניגער וויינען איבער מח' וועט מען שנעלער אויסגעלייזט ווערן
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:18 pm#215544
וואס איז א נפק"מ ווי עס איז, אמאל איז עס געווען אויף בעדפארד ראסס, דערנאך אויף ראדני, היינט איז עס אויף הופער
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:34 pm#215550
דאס פלאץ ברענגט אויף נאסטלאגיע ווען יעדער האט אהין געצויגן,
עס איז ליידער מער נישט דא,
יעדע מאל איך דאוון דארט א תפלה, ברענגט מער עס אויף די געפיהלן פון די קדושת המקום,

עס איז ליידער היינט,
בידי גנבים, שועלים הלכו בו,
זיי פארשוועכן קדושת המקום,

עס שטייט ביים עמוד איינער וואס ווערט אין די פוסקים אנגערופן "פורץ גדר" (מחלל קידושין באתרא דמר)
א איד וואס האט כמה פעמים געזאגט אז ער ווייסט אז ער איז נישט די ברודער און אז ער ווייסט אז די טאטע וויל יעדער זאל זיך אונטער ווארפן אונטער אים,
עם כל זה איז ער בועט ובאביו וברבו, און זיצט אויף דעם מקום
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 7:14 pm#215559
שוין לאנג נישט געהאט די הנאה צו זאגן פאר אן אהרוני:
פלאצט

די גאנצע סאטמערע פאליטיק האט די פארלאפענע פאר יאר ווי אויסגעוועפט
אצינד מר ATUB @העלא ATUB האסטו מיר ממש מחיה געווען אינמיטען א לאנגע תענית
איך האב די נאר איין ווארט ציזאגן
דו קענסט פלאצן!!!!
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 7:57 pm#215565
א טאליבאנער ארוני פון תשנ״ט דער העללא.
ממש א מחי צו ליינען.
זיי ממשך העללא.
נאר נאכן זמן, איך שפיר גילטי צו האבן אזא גוט טיים בעצם יום תשעה באב.
דינסטאג אוגוסט 05, 2014 8:59 pm#215570
קענסט זאגן טאליבאנע אאדער קענסט מסביר זיין אויך?

איך האב סך הכל עפעס געזאגט, האלסט אנדערש?
פארצייל,
זאגן טאליבאנער קומט נישט אריין דא,
אנלעס אז איינער וואס זאגט זאכן וואס דיר געפעלט נישט ווערט אין עפעס א שפראך אנגערופען טאליבאנער
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:12 am#215648
גראדע די פאקט וואס העלא לייגט אראפ איז א טרוקענע מציאות, אפי' די נייע טישן אין בענק זאגען עדות
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:48 am#215650
אלה מסעי בני ישראל...... ויסעו מראדני ויחנו בהופער.
וואס איז דער פראבלעם? פארוואס קלאגסטו נישט אויפן אלטן שול אין בעדפארד ווי דער רבי זי"ע האט געזאגט שובבי"ם תורות און ר"ה דרשות?
אנשטאט קלאגן אויף ראדני, גיי זעטיג זיך ביי דיין רבי'ן און שעפ דיך אן תענוג ונחת וויפיל עס גייט....
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:04 am#215651
שמעקעדיג האט געשריבן:אלה מסעי בני ישראל...... ויסעו מראדני ויחנו בהופער.
וואס איז דער פראבלעם? פארוואס קלאגסטו נישט אויפן אלטן שול אין בעדפארד ווי דער רבי זי"ע האט געזאגט שובבי"ם תורות און ר"ה דרשות?
אנשטאט קלאגן אויף ראדני, גיי זעטיג זיך ביי דיין רבי'ן און שעפ דיך אן תענוג ונחת וויפיל עס גייט....

מסתמא געדענק ער נישט בעדפארד, וועגען דעם קלאגט ער נישט אויף בעדפארד, אבער ווער עס געדענק יא בעדפארד איז דא אזעלעכע וואס קלוגען יא, אין עס איז דא אזעלעכע וואס טרייסטען זיך מיט האפער,
מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:33 pm#215711
elter-zeide האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אלה מסעי בני ישראל...... ויסעו מראדני ויחנו בהופער.
וואס איז דער פראבלעם? פארוואס קלאגסטו נישט אויפן אלטן שול אין בעדפארד ווי דער רבי זי"ע האט געזאגט שובבי"ם תורות און ר"ה דרשות?
אנשטאט קלאגן אויף ראדני, גיי זעטיג זיך ביי דיין רבי'ן און שעפ דיך אן תענוג ונחת וויפיל עס גייט....

מסתמא געדענק ער נישט בעדפארד, וועגען דעם קלאגט ער נישט אויף בעדפארד, אבער ווער עס געדענק יא בעדפארד איז דא אזעלעכע וואס קלאגען יא, אין עס איז דא אזעלעכע וואס טרייסטען זיך מיט האפער,
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:53 am#215806
אין קראלי איז געווען געוואלדיג די כפרה שלאגן ע"יהכ!
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 11:07 am#215808
ווי ווייט ווילסטי צריק גיין? אפשר ביז קרח מיט משה? דאס געדענקט היינט קיינער נישט, אבער בעדפארד, ראדני איז דא לעבעדיגע עדות,
דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:48 pm#215891
ראדני איז א עקזיסטינג שוהל,
מ'דאווענט דארט יעדן טאג,
און בעלי בחירה האבן דאס אוועק גע'גנב'ט,
און דערפאר האט עס פארלוירן די אינטערסאנקייוט וואס האט געצויגן טויזענטער בזמנים ומועדים,
ועל דא קא בכינא,
פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:27 pm#216011
@העלא בארוהיג זיך געב עס א פאר יאהר און ראדני [אדער ווילסאן...] וועט ווייטער זיין די תל תלפיות,דאס בארד וועט עם מער ווייס ווערן, די היינטיגע בחורים וועלן פארציילען מיט נאסטלאגי' וואספארא מערכות דער האט אנגעפירט, און סוף כל סוף... אזוי ווי דיין טאטע האט דיר פארקויפט אויפן רבין די ברך,
דעמאלטס וועט שוין די שטימע ביי נשמת אויך מיטשפילן!
פארגעס נישט די חלל אין ראדני האט זיך אסאך שטערקער געשפירט אין די מ' יארען און קוק ווי שיין סהאט זיך צוריק געבויט,
זונטאג יולי 26, 2015 12:35 am#291696
מיר האבן שוין נאכאמאל געזאגט,
דרכי ציון אבילות,
און זיך דערמאנט,

ווי די גאסן פון ראדני פוסטעווען ארום א שבת און יום טוב,
זונטאג יולי 26, 2015 12:37 am#291697
פלעין יודיש האט געשריבן:שוין לאנג נישט געהאט די הנאה צו זאגן פאר אן אהרוני:
פלאצט

די גאנצע סאטמערע פאליטיק האט די פארלאפענע פאר יאר ווי אויסגעוועפט
אצינד מר @העלא האסטו מיר ממש מחיה געווען אינמיטען א לאנגע תענית
איך האב די נאר איין ווארט ציזאגן
דו קענסט פלאצן!!!!


איך פלאץ שוין גארנישט,
איך זאג דברים כהווייתן,
דו שעלסט דערווייל ווי א בין,
כ'קען נישט פפיגורן פארוואס,
זונטאג יולי 26, 2015 5:48 pm#291791
א גאנצע יאר האט דיר דאס גענומען
אתמהה
זונטאג יולי 26, 2015 8:37 pm#291839
thl chi bhay trhbdgeungi thi sh tafuk surl tuhx sh htr'
xwth btftntk ,agc ctc vtc thl nhr btftntk sgrntby
זונטאג יולי 26, 2015 8:46 pm#291842
Re: דרכי "ראדני" אבילות מבלי באי מועד,
Abcdefghijklmnopqrstuvwxyz
זונטאג יולי 26, 2015 9:34 pm#291856
דרכי "ראדני" אבילות מבלי באי מועד,
העלא האט געשריבן:thl chi bhay trhbdgeungi thi sh tafuk surl tuhx sh htr'
xwth btftntk ,agc ctc vtc thl nhr btftntk sgrntby

איבער א יאר אין אידיש אי״ה....
מאנטאג יולי 27, 2015 10:33 am#292009
לעצטענס מיגעהאלטן אן עפיזאט וואס שפילט אפ דעם אמת איבער די ארונימ'ס סלאגאן אז: אנדערש ווי זאליס וואס קוקן אייביג צוריק און זענען ביזי אז אונזער רבי האט אזוי געזאגט און אזאנס געטון, זעמיר אונז צופרידן מיט אונזער רבי און קוקן מיטאמאל אויף זייער זייט. בקיצור, פאזיטיוו.

הערטס א מעשה.

און איינע פון די קאנטרי שולן האט א בני יואלער יונגערמאן געמאכט אן אפיל פאר חמלה ואמונה. (פאר די וואס ווייסן נישט, חמלה ואמונה איז אזוי ווי שערי חמלה וואס בני יואל האט אויפגעשטעלט נאכדעם וואס זייערע רבנים האבן גע'אסר'ט שערי חמלה). ביים אפיל האט ער גארנישט גערעדט וועגן שערי חמלה נאר געזאגט אז זיי נעמען נישט קיין פראגראמען אזוי ווי UPK, אבער גארנישט וועגן "פאבליק סקול" א.ד.ג. איז געווען דארט אן ארוני, און ווי נאר ער ענדיגט די דרשה רופט זיך דער ארוני אן: דא האט איר א סעמפל פון א חמלה ואמונה תלמוד.

פארשטייט זיך אז מ'האט אים פארשריגן פאר'ן פארשעמען אן אומשילדיגע יונגערמאן און איינער האט אויסגערופן אז ער גיט הונדרעט דאללער לכבוד די קאמענט. די פאינט אבער איז אז די ארונים קענען נישט באהאלטן זייער שלעכטע מידות און נעגעטיווקייט ווייל עס קומט אטאמאטיש ארויס.
מאנטאג יולי 27, 2015 10:38 am#292012
שמעון וואלף האט געשריבן:לעצטענס מיגעהאלטן אן עפיזאט וואס שפילט אפ דעם אמת איבער די ארונימ'ס סלאגאן אז: אנדערש ווי זאליס וואס קוקן אייביג צוריק און זענען ביזי אז אונזער רבי האט אזוי געזאגט און אזאנס געטון, זעמיר אונז צופרידן מיט אונזער רבי און קוקן מיטאמאל אויף זייער זייט. בקיצור, פאזיטיוו.

הערטס א מעשה.

און איינע פון די קאנטרי שולן האט א בני יואלער יונגערמאן געמאכט אן אפיל פאר חמלה ואמונה. (פאר די וואס ווייסן נישט, חמלה ואמונה איז אזוי ווי שערי חמלה וואס בני יואל האט אויפגעשטעלט נאכדעם וואס זייערע רבנים האבן גע'אסר'ט שערי חמלה). ביים אפיל האט ער גארנישט גערעדט וועגן שערי חמלה נאר געזאגט אז זיי נעמען נישט קיין פראגראמען אזוי ווי UPK, אבער גארנישט וועגן "פאבליק סקול" א.ד.ג. איז געווען דארט אן ארוני, און ווי נאר ער ענדיגט די דרשה רופט זיך דער ארוני אן: דא האט איר א סעמפל פון א חמלה ואמונה תלמוד.

פארשטייט זיך אז מ'האט אים פארשריגן פאר'ן פארשעמען אן אומשילדיגע יונגערמאן און איינער האט אויסגערופן אז ער גיט הונדרעט דאללער לכבוד די קאמענט. די פאינט אבער איז אז די ארונים קענען נישט באהאלטן זייער שלעכטע מידות און נעגעטיווקייט ווייל עס קומט אטאמאטיש ארויס.


האסט פארגעסן אונטער צו שרייבען...

א פארווייטאגטע זאלי....
מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 9:40 pm#345572
און מיר האלטן שוין נאכאמאל דא
זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:01 am#345579
וויי געוואלד, פאטער אין הימל קוק ווי דיינע קינדער זענען נעבעך פארנומען מיט אזוינע שטותים בעצם יום המר והנמהר

נעמ'זשע אונז ארויס פון דעם גלות וועלן מיר אלע אינאיינעם, הרב שך מיט לוביוואיטש, מזרחיש מיט לב טהור, קלויזנברג מיט סאטמאר, סקווירא מיט ברסלב, מיט הארמאניע און ליבשאפט צוזאם זיצן תחת עורו של לויתן און שעפן ענדלאזע פארגעניגן לנצח נצחים