Under maintenance
הויפט זייט » אהרע'לע סאמעט צושלאגן!

אהרע'לע סאמעט צושלאגן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6940
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:09 pm#216191
אהרע'לע סאמעט צושלאגן!
פרישע קלעפ האבן נארוואס דעגרייכט זייער ציל מיט געציילטע שעות צוריק, נאכדעם וואס די אלעמען באקאנטע זינגער אהרע'לע סאמעט האט זיך געדרייעט אין א שטארק סיקריקי'שע געגנט אין בית שמש, ווי מ'איז עם באפאלן און באזונגען מיט נידריגע לאויזונגען, ווי שגץ, חרד"ק, צא טמא, וכו' וכו', דאס קומט נאכדעם וואס ס'האט זיך געדרייעט בילדער פון עם אנגעטוהן מיט בגדי צה"ל אויפן פראנט, צוזאמען מיט חיילים, וואס דאס האט ארויפגעברענגט די בלוט אין קאפ פאר א טייל סיקריקים, עס בלייבט נאר איבער צו טראכטן צו די מצב איז אזוי אנגעצויגען אז אפילו צווישן יודן מיט קאפלעך איז שוין אויך מסוכן זיך צו דרייען.
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:12 pm#216192
צווישען אנדערע איז דאס אויסשפייען און באזינגען חרדקי''ם אויך אנגעקומען אין די שפאלטענעס פינעם יתד בלאט ווען אין א עדיטאריעל פארגאנגענע דאנערשטאג שרייבט דער עורך אז מען דארף מער זיך אפטיילען פון די סאלדאטען און פון די וואס שלעפן אריין אין מיליטער
עס איז א חידוש אז די זאכען וואס איז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט געווען א נחלת בית שמש איז שוין היינט א עדיטאריעל אין יתד נאמן
זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:15 pm#216193
אכשר דרא
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:11 am#216211
שלאגן איז אסור, עס געהער פאר גוים, אבער אהר'עלע סאמעט איז א פערד פארן זיך אנטון אזוי און זיך לאזן פיקטשערן אין אזא לבוש.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:19 am#216218
הדד בן בדד האט געשריבן:שלאגן איז אסור, עס געהער פאר גוים, אבער אהר'עלע סאמעט איז א פערד פארן זיך אנטון אזוי און זיך לאזן פיקטשערן אין אזא לבוש.

הדד בן בדד האט געשריבן:
שלאגן איז אסור, עס געהער פאר גוים, אבער אהר'עלע סאמעט איז א פערד פארן זיך אנטון אזוי און זיך לאזן פיקטשערן אין אזא לבוש.
1000% גערעכט ״שלאגען איז אסור עס געהער פאר גויים״ די וואס האבן עם געשלאגען זענען טאקע נישט ווייניגער וי גויים אין ידיהם ידי עשיו וואס חוץ טיילען פעטש אין שרייבען פאשקוילען אין זיי ווארפען קענען זיי גארנישט
ער איז א פערד פונקט וי אלע קנאים וואס האבן א קלער צו האקען א שוואויל טאג אין הנאה האבן פון ביידע וועלטען
אין נאך א גרעסערע פערד אז ער מאכט נאך דער שוטה ליפא שמעלצער וואס האט זיך געפיקטשערט מיט די לבוש אויפן פראנט
עס קומט זיך עם ביושר פונקט וי אלע קנאים אפאר געזונטע קלעפ
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:10 am#216220
בחדרי טענה'ט אז די בילדער זענען photoshopped, גיי ווייס.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:46 am#216228
דאס איז די אריגינעלע בילד
IMG-20140803-WA0046.jpg
IMG-20140803-WA0046.jpg (63.68 KiB) געזען געווארן 1749 מאל


דאס איז די פאטאשאפ בילד, שלעכטע פאטאשאפ ביידיוועי
IMG-20140803-WA0047.jpg
IMG-20140803-WA0047.jpg (51.47 KiB) געזען געווארן 1749 מאל
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:19 pm#216288
הדד בן בדד האט געשריבן:שלאגן איז אסור, עס געהער פאר גוים, אבער אהר'עלע סאמעט איז א פערד פארן זיך אנטון אזוי און זיך לאזן פיקטשערן אין אזא לבוש.

ניין, פעטש באלאנגט נישט פאר גוים, פונקט ווי ס׳געהערט נישט צו אידן. ס׳באלאנגט פאר ראדיקאלע און משוגעים -- כאראקטארן וועלכע טרעפן זיך אפט ביי דעם מענטשליכן מין, אפגעזען פון וועלכער ראסע אדער רעליגיע.

א פערד פארוואס? ווייל ער האט געוויסט מיט וועלכע בהמות ער פאשעט אין איין שטאל? האסט א שפיץ.
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:07 pm#216340
איך פארשטיי נישט די איידיע פון שלאגן, לייגען הענט אויף יענעם? ס'עפעס אן'אומערצויגענקייט, ווילסט מוחה זיין, עפען דיין מויל גרויס און שריי דיר אויס די גאל, וואס איז דאס שלאגען? אן ארצ'ישראלדיקער האט'ס מיר אמאל מסביר געוועזען, ער זאגט דו אלץ אמעריקאנע עסט'ס קיינמאל נישט פארשטיין, ס'דא מענטשען דא וואס ווערען פשוט משוגע מיט די צייט, נישטא קיין ארבעט, און נישט יעדער האט געדולד צו לערנען אגאנצען טאג, און ווען איינער האט נאך א קנאישע נשמהלע, און ווער רעדט נאך ווען ער איז אפיציעל אביסעל בארירט [וואס פון דעם פעלט נישט דארט] קומט ארויס אזעלעכע זאכען
:twisted:
מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:09 pm#216341
עס איז אויפגעבלאזן דעי חלק פון געשלעג, עס איז סך הכל געווען אביסאלע קולות
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 8:02 pm#217501
קאפקעיק האט געשריבן: די אלעמען באקאנטע זינגער אהרע'לע סאמעט האט זיך געדרייעט אין א שטארק סיקריקי'שע געגנט אין בית שמש

לידיעתך, אהרע'לע סאמעט וואוינט אין די "שטארק סיקריקי'שע געגנט" פון בית שמש, און ער דאוונט אינדערוואכן אין שערי רמ"א.
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:47 pm#217515
די שטארק סיקריקי'שע געגנט האב איך געמיינט די קריה, און ער וואוינט און ער דאווענט אין קרית הרמ"א, אויב דו קענסט דיך אויס.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:28 am#217560
כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז דא אזוינע וואס זענען בכלל מטיל ספק צו ס'איז פאטאשאפפד.