Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען

מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 19 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #6957
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:42 pm#216695
מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען
ווי באקאנט פראוועט אדמור מסקולען יעדע יאר מוצאי שבת נחמו א סעודת הודאה צו לויבן השם יתברך פאר די נסים וואס ער האט געהאט ביים געראטעוועט ווערן פון די רוסישע רשעים.
א יעדע יאר איז דאס א הערליכע מעמד ווי הונדערטער יודן פון אלע חסידות'ער און קרייזען זענען זיך צוזאמגעקומען תחת קורת גג אחת
אבער היי יאר איז דאס נישט פארגעקומען מפני סיבות שאיני יודע
וויל איך פרעגן מה נשתנה השנה הזה מכל השנים ווייסט איינער די תירוץ? (חוץ עבדים היינו)
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:45 pm#216716
איז ער נאך ביי די כוחות? כקען טראגען מיין בחור תפילין לייגען?
מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:16 pm#216730
אויב איז עס װעגן פאליטיק דעמאלסט שפײ עס אויס און אז נישט פארװאס אין צימעס?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:50 am#216771
א. עס איז שוין נישט דא אין איחוד קיין גרויסע מלוה מלכה, ממילא פעלט עס נישט אויס.

ב. סקולען באקומט שוין זייער דאסעדזש פון עטענשאן פון די אינטערנעט אסיפות לאסיפותיהם, איז עס אן איבריגע זאך. פארוואס זאל מען ספענדן אייגענע געלט פאר אטענשאן, ווען מען קען בעטן איינטריט געלט און באקומען מער אטענשאן?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:41 am#216781
וואס האקט מען דא א טשייניק

m http://www.jdn.co.il/news/379954 m
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 2:08 pm#216821
אקעי פופציג יאר צוריק איז הרב פאטריגאל געזעצן אין א תפיסה אינטער דער מלכות הקאמיוניסט, אין דער נאך האט מען איהם ארויס געלאזט, נו, מה רעש?

(אוי אנטשולדיק כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה אדונינו מורינו ורבינו, וכו' וכו' בן בנו של וכו', רבי ישראל אברהם מסקולען שליט"א)

די סקולענער זוכט ווי אימער זיי קענען נאר מאכען אביסל גערודער, יום הצלה, זיך מיט געכאפט אויף א המצאה, ער איז ארויס פון דזשעיל. אקעי ווילאנג איז דער שיעור צו טראמפייטערן אז ער איז געזעצן אין חד גדיא?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 5:18 pm#216855
אזוי הארצלאז און נאריש ביסטו?
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:54 pm#216878
וואס איז ער שולדיג אז ער איז נישט געווען ביי די דייטשן ימ"ש און זיך ארויסגעראטעוועט פון דארט?

עס איז היינט א סטייל אז יעדער דארף א יום הצלה, צוליב סאטמאר. ווען סאטמאר יום הצלה זאל ווען נישט זיין קאמבינירט מיטן יערליכן דינער וואלט עס שוין לאנג אונטער געגאנגען.

קרעטשניף פייערט א יום הצלה וואס אינוואלווד דעם אלטן רבי'ו ר' הערשעלע, מיט בנו היושב על כסאו בירושלים, ר' ניסעלע.

דער סיבת הנס?

א קאר עקסידענט..
זונטאג אוגוסט 17, 2014 8:42 pm#217199
פארוואס טאקע דארפן אלע היינטיגע מסיבות זיין געבויט נאר פאר פיקטשערס, ווען נישט אזוי לאנג צוריק האט זיך איעדע ערליכער איד זיך געשעמט צו לאזען פארטגראפירען, וועגען דעים האלט איך אז אלע מסיבות מיט אסיפות זענען א שטיק ליצנות, עס נאר געמאכט פאר די פיקטשערס
דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:53 am#217376
מח-החושב האט געשריבן:וואס האקט מען דא א טשייניק

http://www.jdn.co.il/news/379954

מרעדט נישט פון עפעס א קליינע לחיים וואס קוקט אויס ווי א פירות טיש!
בכל שנה ושנה איז דא א געפאקטע עולם און א גרויסע טענט. ווי איז דאס אלעס פארשווינדען געווארן
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:53 pm#217656
דולה ומשקה האט געשריבן:אקעי פופציג יאר צוריק איז הרב פאטריגאל געזעצן אין א תפיסה אינטער דער מלכות הקאמיוניסט, אין דער נאך האט מען איהם ארויס געלאזט, נו, מה רעש?

(אוי אנטשולדיק כ"ק מרן הגאון הקדוש שר התורה אדונינו מורינו ורבינו, וכו' וכו' בן בנו של וכו', רבי ישראל אברהם מסקולען שליט"א)

די סקולענער זוכט ווי אימער זיי קענען נאר מאכען אביסל גערודער, יום הצלה, זיך מיט געכאפט אויף א המצאה, ער איז ארויס פון דזשעיל. אקעי ווילאנג איז דער שיעור צו טראמפייטערן אז ער איז געזעצן אין חד גדיא?

ס׳זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס די ווארט ״סקולען״ מיינט...
אין סקולען, אויב עס איז איינמאל געווען עפעס א נס, סייעתא דשמיא, און אפילו אן חוץ לדרך הטבע׳דיגע ניסים, דאנקט מען און מען לויבט דעם אויבערשטען אהן אויפהער! מען וועט קיינמאל נישט פארגעסן דערפון!
זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:52 pm#293319
פארוואס איז עס געווען נעכטן אין בארא פארק?
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:07 pm#293326
געהערט מחמת פאליטיק משפחתי, דערמאנט מיר פון משפחת ספינקא ווען מען האט נישט געלאזט דעם טאטן ר' הערשעלע קומען אין קעמפ און עס האט זיך נישט גוט גענדיגט, צום האפן דא זאל מען הערן בעסערע בשורות
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:40 pm#293335
נישט מער ווי פאסיג צו מאכן די נעקסטע כינוס כלל ישראל אויף מוצאי שבת נחמו.

עסקנים, עטץ האטס א גאנץ יאר עס אויסצופלאנירן.
זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:59 pm#293344
דריידל האט געשריבן:נישט מער ווי פאסיג צו מאכן די נעקסטע כינוס כלל ישראל אויף מוצאי שבת נחמו.

עסקנים, עטץ האטס א גאנץ יאר עס אויסצופלאנירן.
נע, עס איז שוין א מנהג ישראל קדושים אז עס מוז זיין ר״ח סיון, אדער כאטש ערגעץ אינמיטן חודש סיון, אך און וויי פאר ווער עס טוישט ח״ו פון דרכי אבות.
(אין 30 יאר פון היינט גייט בכלל זיין אזא זאך ווי א סיון אן א כינוס? אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן דאס וויסן אלטס א חלק פון יודישקייט, פונקט ווי מנורה און לאטקעס אין חנוכה, אקדמות און מילכיגס אין שבועות וכו׳ וכו׳ און אויף קאווע שטיבל וועלן זיין אפאר אויפגעקלערטע וואס וועלן טענה׳ען אנדערש)
זונטאג אוגוסט 02, 2015 10:35 pm#293418
מי שאמר לאלף שמות שישתנה יאמר לר"ח סיון ונאמר אמן.
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 12:13 am#296670
Re: מוצאי שבת נחמו תשע"ד און סקולען
ווייסט איינער וואס די פרשה מיט'ן גבאי פריעד איז געווען? ער איז געפלויגן פון דארט בבושת פנים, כ'בין נייגעריג וואס דארט איז דעווען, ווער האט אים געווארפן? פארוואס?
מיטוואך אוגוסט 19, 2015 7:30 am#296724
כ'גלייב נישט
ער איז דאך געווען די משה גבאי דארט