Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אין אדם מוריש שקר לבניו

אין אדם מוריש שקר לבניו

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #698
מיטוואך מאי 23, 2012 8:20 pm#14637
אין אדם מוריש שקר לבניו
איך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.

איד די גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?

איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.
מיטוואך מאי 23, 2012 8:23 pm#14638
נאך א שטערקע אומפארשטענדעניש איז אז ליידער זעען מיר היינט ווי מענטשן זענען מוריש שקר לבניהם אין גרויסן.
מיטוואך מאי 23, 2012 8:27 pm#14642
יידל האט געשריבן:נאך א שטערקע אומפארשטענדעניש איז אז ליידער זעען מיר היינט ווי מענטשן זענען מוריש שקר לבניהם אין גרויסן.

איז טאקע נאך שווערער.

מענטשן בארעדן אסאך מאל די רבנים אבער מאכן זיכער אז זייערע קינדער זאלן נישט צוהערן.
מיטוואך מאי 23, 2012 8:40 pm#14647
צוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדן זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדן זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען נאר די נאנטע תלמידים מיטגעהאלטן און איינגערעדט פארן עולם און דער עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיטגעהאלטן, און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבן דערין און אויב זיי גלייבן מיינט אז זיי האבן דאס מיטגעהאלטן.

מאכט סענס?
מיטוואך מאי 23, 2012 8:45 pm#14649
איך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,

קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?

אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.

און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?
מיטוואך מאי 23, 2012 9:43 pm#14657
מיר דוכט זיך אז דער רמב"ם נוצט בכלל נישט אזא זאך פאר א ראיה. איך מיין אז אין די פריערדיגע מקורות טרעפט מען עס דערמאנט אין רמב"ן.
מיטוואך מאי 23, 2012 9:50 pm#14660
'ך האב ביי מיר זעלבסט די גרעסטע ראיה אז א מענטש איז יא מוריש שקר לבניו! 'ך האב פארציילט מיינע קינדער אז די אסיפה איז א געוואלדיגער זאך, און ביי מיר איז קיין צל ספק נישט אז דאס איז געווען א טראגישער געשעעניש וואס די נאכווייען דערפין וועלן געפילט ווערן פאר א לאנגע צייט!

'עסטו פרעגן - פארוואס טאקע? 'ך זיי פשוט צו שיצן... זיי זאלן נישט דארפן לעבן אין קאנפליקטן מיט זייערע סביבה. עכ"פ, טעכנישע, פראקטישע סיבות.

אבער דער נישט גלויביקער קען דאך פונקט אזוי האבן אנדערע (אדער די זעלבע) טעכנישע און פראקטישע סיבות צו פארקויפן זיינע קינדער אויף אמונות וואס ער איז דערצו נישט מסכים.
דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:37 am#14720
דבילה האט געשריבן:'ך האב ביי מיר זעלבסט די גרעסטע ראיה אז א מענטש איז יא מוריש שקר לבניו! 'ך האב פארציילט מיינע קינדער אז די אסיפה איז א געוואלדיגער זאך, און ביי מיר איז קיין צל ספק נישט אז דאס איז געווען א טראגישער געשעעניש וואס די נאכווייען דערפין וועלן געפילט ווערן פאר א לאנגע צייט!

'עסטו פרעגן - פארוואס טאקע? 'ך זיי פשוט צו שיצן... זיי זאלן נישט דארפן לעבן אין קאנפליקטן מיט זייערע סביבה. עכ"פ, טעכנישע, פראקטישע סיבות.

אבער דער נישט גלויביקער קען דאך פונקט אזוי האבן אנדערע (אדער די זעלבע) טעכנישע און פראקטישע סיבות צו פארקויפן זיינע קינדער אויף אמונות וואס ער איז דערצו נישט מסכים.

פארוואס מיינסטו אז סע אזוי טראגיש? און וואס וועלן זיין די נאכווייען?

איך זעה נישט א פראבלעם אז מע לייגט א פילטער, איך טראכט אליינס אפי׳ צו לייגען א פילטער.

So מאכסט אוועק די אין מוריש שקר לבניו?

אפשר מיינט די רמב״ן (ישר כח יאנקל פאר קלאר מאכן די מקור) אז נאר די ערשטע דור זענען אזוי געווען. שפעטער איז עז שוין אין די סיסטעם אזוי ווי ביי דבילה?
דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:14 am#14729
ידען האט געשריבן:

פארוואס דער אסיפה איז טראגישע געשעעניש - נישט אין דעם אשכול.

א פילטער איז טאקע א פיינע זאך, 'ך וואלט אליין ח"ו נישט צוגערירט א קאמפיוטער אן א פילטער. אבער נישט פארדעם האבן די היצקעפ צאמגעברענגט פופציג טויזענט נפשות.

די קושיא אויף "אין אדם מוריש שקר לבניו איז עומדת במקומה".

למאי נפק"מ די ערשטע דור פון די צענטער? אויב איז דער כלל "אין אדם מוריש כו'" נישט פארשטענדליך, ווייסטו שוין בכלל נישט וואס איז פארגעקומען אין די ערשטע דור.
דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:19 am#14732
די ערשטע דור האט דאך געזען מופתים וואס האט קלאר געוויזען , ממילא איז עס נישט געווען קיין שקר.

וועגןדי טראגישקייט פון כינוס האסטו געשריבן ביי די כינוס אשכול.?
דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:40 pm#14753
געפילטע פיש האט געשריבן:צוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדען זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדען זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען מאר די נאנטע תלמודים מיט געהאלטען און איינגערעדט פארן עולם און די עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיט געהאלטען און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבען דערין און אויב זיי גלייבען מיינט אז זיי האבן דאס מיט געהאלטען.

מאכט סענס?

זיכער דאס איז פשט. א טאטע וועט נישט ביודעים פארקויפן זיינע קינדער באפקעס אויסער אז ער אליין גלייבט דערין.
דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:19 pm#14762
ידען האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,

קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?

אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.

און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?

די אותות ומופתים זענען נישט דער יסוד פאר אמונה. און עס קען זייער מעגליך זיין אז יוזל האט אויך געוויזן אותות ומופתים. (מאן יימר אז נישט? די תורה ווארנט קעגן פאלשע נביאים וואס וועלן אפשר ניצן מופתים.)

כ'האב קיינמאל נישט געזען דעם "אין אדם מוריש וגו'" אינעווייניג. אן וויסן אין וועלכן קאנטעקסט דאס איז געזאגט געווארן, איז מסתבר אז עס באציט זיך אויף מעמד הר סיני, ווייל דארט, ווען מען רעדט פון עפעס וואס איז געשען (נישט עפעס אין וואס מען גלייבט), איז שייך צו רעדן וועגן א מעגליכקייט פון מוריש זיין שקר. יעדער טאטע ווייסט צו זאגן אז זיין טאטע האט אים געזאגט אז זיין טאטע האט אים געזאגט ... אז זיין טאטע האט געזען.
פרייטאג יוני 01, 2012 12:13 am#15416
ידען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.

איז דער גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?

איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.

ביטע ברענג צו די לשון קדשו פונעם רמב"ם, מ'זאל קענען מעיין זיין.
בט"וו, כ'מיין ס'איז נישט קיין רמב"ם.
פרייטאג יוני 01, 2012 9:36 am#15434
א זוך אויף בר-אילן האט מיר געוויזן אז דער לשון שטייט נאר אין מלבי"ם משלי פרק כג, פסוק כב:

שמע לאביך זה ילדך, מצוהו שישמע ויקבל חקי החכמה מאביו ואל יסתפק בקבלתו שינחיל אותו דבר שקר, אחר שזה ילדך. ואין אב מנחיל שקר לבניו, וכן בקבלך דרכי המנהגים מאמך, אל תבוז מצד שזקנה אמך, ותחשוב שהמנהגים האלה היו טובים לדור ראשון לא לדור החדש, ושהם טובים לזקנים לא לנערים שרתיחת התאוה בוער בם
פרייטאג יוני 01, 2012 11:15 am#15450
בן תמליון האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:צוויי פוינטס, איינס אז ס'שטייט אין אדם מוריש, נישט אין אדם אומר שקר לבניו, מסתם מיינט דאס אז ווען ס'קומט צו עקרי אמונה, חיים נצחיים וועט מען נישט איינרעדן די קינדער שטותים.
צווייטענס, איך געדענק נישט פונקטליך די קאנטעקסט פונעם רמב"ם, אבער קען זיין ער מיינט אז א מענטש וועט נישט ביודעים איינרעדען זיינע קינדער אמונות טפילות, אבער אויב איז דער טאטע אויך איינגערעדט וועט ער אוודאי אויך איינרעדען זיינע קינדער, ממילא, דאס אז יאשקע האט געוואקט אויף וואסער האבען מאר די נאנטע תלמודים מיט געהאלטען און איינגערעדט פארן עולם און די עולם האט געגלייבט, אבער די סיפור התנ"ך מיט די אלע אותות ומופתים האט א גאנצע פאלק מיט געהאלטען און אויב א גאנצע פאלק דערציילט דאס פאר זייערע קינדער ווייזט אז זיי גלייבען דערין און אויב זיי גלייבען מיינט אז זיי האבן דאס מיט געהאלטען.

מאכט סענס?

זיכער דאס איז פשט. א טאטע וועט נישט ביודעים פארקויפן זיינע קינדער באפקעס אויסער אז ער אליין גלייבט דערין.

דאנמאלס וואס זאגט דאס? אז דער וואס האט מיך איבערגעגעבן האט באמת געגלייבט דערין? איז וואס? דערמאנט מיך וואס ר' יענקעלע פלעגט פארציילן א מעשה און אויסרעכענען איש מפי איש פון ווען ער האט עס געהערט ביזן מקור, וועלכער -זאגט ר' יענקעלע- איז געווען א מוחזק שקרן. אבער פון דארט און ווייטער האבן אלע געגלייבט דערין.
פרייטאג יוני 01, 2012 11:20 am#15451
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מע מעג דא פרעגן ווייטער,

קען נישט זיין אז א פאר מענטשן האבן יענע צייטן ווען מענטשן האבן קוים געקענט לייענען, האבן זיי איינגערעד מענטשן אז מע האט געוויזן אותות ומופתים פאר אסאך מענטשן?

אויך ביי יאשקע דערציילט מען אסאך פון זיינע מופתים זענען געווען פאר אסאך מענטשן.

און ווייטער וויזוי איז מעגליך אז די פאר האבן פארקויפט פאר זייערע קינדער די מופתים פון יאשקע אויב סע נישט אמת?

די אותות ומופתים זענען נישט דער יסוד פאר אמונה. און עס קען זייער מעגליך זיין אז יוזל האט אויך געוויזן אותות ומופתים. (מאן יימר אז נישט? די תורה ווארנט קעגן פאלשע נביאים וואס וועלן אפשר ניצן מופתים.)

די מחזה פון הר סיני גייט נישט אריין אין כלל פון אותות ומופתים? און וואס טיט זיך מיטן מחזה יענעם קריסטליכן שבועות? האט עס ווירקליך פאסירט? איז דאס אויספאנטאזירט? ווארשיינליך יא. סאו, דאס איז זיכער אז 120 מענטשן האבן ליגענט געזאגט, אדער אז א שרייבער האט ליגענט געזאגט איבער א מחזה פון 120 מענטשן (און דריי טויזנעט מענען וועלכן האבן זיך געטויפט יענעם טאג), און היינט גלייבן דערין ביליאנען מענטשן, וועלכע האבן עס געהערט איש מפי איש מפי איש פון א מסורה פון באלד צוויי טויזענט יאר פון מענטשן וואס האבן באמת געגלייבט דערין. ווי קומט דער אין אדם מוריש שקר לבניו אריין דארט?
דינסטאג יוני 05, 2012 12:31 am#16051
כ'ווייס נישט וואס ס'מיינט. אבער איין זאך ווייס איך, ס'דא אסאך טאטעס וואס זענען מוריש שקר פאר זייערע קינדער. פארשטיי זיך פאר סיבות וואס זיי האלטן ס'איז וויכטיג.
סיי פרומע וואס ווילן זייערע קינדער זאלן נישט נתפעל ווערן פון מאדערענע, סיי אויפגעקלערטע וואס האלטן זייערע קינדער זענען נישט מוכשר צו וויסן די זייער אמת. און ס'רעדט זיך אסאך מאל פון גאנץ יסודות'דיגע ענינים.
זונטאג פעברואר 03, 2013 8:35 am#84257
כ'קלער אז מען דארף צווישנשיידן פון "מוריש\מנחיל" ביז "מספר."
אז איינער דערציילט (מספר) פאר זיינע קינדער א באבע מעשה'לע (פאר סיי וועלכע טעכנישע, פראקטישע אדער נארישע סיבה) איז דאס נאכנישט טייטש מוריש. משא"כ ווען איינער ליגט אויפ'ן קראנקען בעט און זאגט למשל: "קינד מיינס, זיי וויסן אז מיר שטאמען פון אידן, און נאר די אידישע אמונה איז דאס ריכטיגע," אדער ביים סדר נאכט ווען ער צייגט א דוגמה "אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים," וכיוצא בו, אט דאס איז טייטש מוריש.

אוודאי דארף קודם דער פאטער זעלבסט וויסן וואס דער אמת איז. ווייל ווען נישט, וועט ער שוין איינמאל מוריש זיין שקרים, און טאקע זאפטיגע!
זונטאג פעברואר 03, 2013 11:30 am#84268
שלום עליכם איציק.

דער פראבלעם איז אז אין די היינטיגע עולם השקר קענען מענטשן ליגן אויפן קראנקען בעט און זאגן פאר די קינדער שקרים וכזבים. און נאך מער, רוב פון אונזער אמונה קומט דאך נישט פון א טאט'ן אויף א קראנקען בעט, פאקטיש זענען רוב מענטשן נישט זוכה צו רעדן מיט די קינדער מינוטן פארן שטארבן, איז דאך זייער שווער פונאנדערצושיידן צווישן די שטותים וואס א טאטע רעדט איין פאר זיין קינד און די אמת'ע זאכן.

אין מיינע אויגן איז די ראיה פון אין אדם מעיד שוין נישט גילטיג, און היינטיגע צייטן האט עס שוין עקספייערט. מיר דארפן צוקומען צו די אמת'ע ראיות פון היסטאריע און וויסנשאפט וועלכע ווייזן קלאר אויף די אמת פון תורה ומצוות (כמבואר באריכות בספריו הק' של רבינו הגה"ק ר"א מיללער זצוק"ל). אויב פארלאנגט זיך אז א מענטש זאל קענען צווישנשיידן צווישן שטותים און אמתע זאכן וואס א טאטע פארקויפט איז לא שבקת חיים לכל חי. צום ביישפיל, מיין טאטע ז"ל האט פאר מיר פארקויפט חסידישע מעשיות מיט די זעלבע אייפער ווי אמונה בה'. יעצט אז איך האלט אז די חסידישע מעשיות זענען נארישקייטן איז באמת נישט דא קיין וועג אפצוטיילן אין זיינע רייד צווישן אמונה בצדיקים און אמונה בה' - פאר אים איז דאס געוועהן די זעלבע זאך...!

איז ווי איך האב געזאגט, בלייבט נאר איבער אליין עוסק זיין אין אמונה, און שווער ארבייטן עס צו דערגרייכן.
זונטאג פעברואר 03, 2013 5:37 pm#84321
אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?
זונטאג פעברואר 03, 2013 8:42 pm#84364
לעיקוואד האט געשריבן:אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?

אויב די איינציגסטע סיבה עס צו גלייבן איז ווייל דיין טאטע האט דיר עס געזאגט, דעמאלט, ניין.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:01 pm#84623
די רמב"ן געפינט זיך אין דברים ד' ט'
מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:35 pm#84636
לעיקוואד האט געשריבן:אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?

לעיקוואד איז דא מרמז אויף א פונדאמענטאלער טעות אין די פילע א.ג. "לאגישע" באהויפטונגען אז זייער קראפט קומט דווקא פון דער לאגישער שטרויכלונג באקאנט ווי "סירקולער ריזענינג", וויבאלד די הנחות קומען פון דעם מקור וואס מ'וויל אויפווייזן ווי ריכטיג. דהיינו, אונזער אמונה אין דער רבנישער אויטאריטעט ווערט איבערגעוויזן דורך דעם מאמר וואס די זעלבע אויטאריטעט האט אוועקגעשטעלט אז "אין אדם מוריש שקר לבניו". אבער אז מ'דארף איבערווייזן, איז פשט אז אונזער ערשטע הנחה קען נישט אננעמען אז אלעס וואס די דאזיגע אויטאריטעט זאגט איז אמת, איז דאך די הנחה פון "אין אדם מוריש" אויך מוטל בספק.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:49 pm#84640
יאנקל, יעצט דארפסטו זען וואס איך בין מרמז אין מיין תשובה צו לעיקוואוד, אז אין אדם מוריש שקר לבניו איז ענדערש א סברא ווי א קבלה.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 10:05 pm#84657
אויב איז עס א פשוטע סברא פארוואס זוכט מען דא אין דער אשכול דער מקור פון דעם אין ראשונים?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:59 pm#88546
יאנקל האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אז מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אין אדם מוריש שקר לבניו, זאל איך עם גלייבען?

לעיקוואד איז דא מרמז אויף א פונדאמענטאלער טעות אין די פילע א.ג. "לאגישע" באהויפטונגען אז זייער קראפט קומט דווקא פון דער לאגישער שטרויכלונג באקאנט ווי "סירקולער ריזענינג", וויבאלד די הנחות קומען פון דעם מקור וואס מ'וויל אויפווייזן ווי ריכטיג. דהיינו, אונזער אמונה אין דער רבנישער אויטאריטעט ווערט איבערגעוויזן דורך דעם מאמר וואס די זעלבע אויטאריטעט האט אוועקגעשטעלט אז "אין אדם מוריש שקר לבניו". אבער אז מ'דארף איבערווייזן, איז פשט אז אונזער ערשטע הנחה קען נישט אננעמען אז אלעס וואס די דאזיגע אויטאריטעט זאגט איז אמת, איז דאך די הנחה פון "אין אדם מוריש" אויך מוטל בספק.

דאס דערמאנט די מעשה וואס מ'דערציילט אויף יענעם מנהל הישיבה, אז ער האט איין טאג אויסגערופן אין היכל הישיבה:

"דער רבי שליט"א האט מיר געזאגט אז איך קען נאכזאגן זאכן אין זיין נאמען, אפילו אויב ער האט עס נישט געזאגט."

און די בחורים האבן פון דעם ארויסגעדרונגען, אז דער מאמר זעלבסט האט אים דער רבי אויך קיינמאל נישט געזאגט...
זונטאג אפריל 14, 2013 6:26 pm#104678
איך פארשטיי נישט דעם דילעמא, עטליכע האבן דאס שוין דא גאנץ גוט ארויסגעברענגט ואומר גם אני בלשוני.
א ודאי איז נישט פשט אז א מענטש פארציילט נישט א באבע-מעשה'לע פאר זיין קינד, די כונה איז אז א מענטש איז נישט מחנך זיין קינד אויף א לייף-סטייל וואס ער אליין גלייבט נישט דערינען, איך בין נישט מחנך מיין קינד אויף נוצרות ווייל איך גלייב נישט דערין, איך בין נישט מחנך מיין קינד אויף איסלאם ווייל איך גלייב נישט דערין, איך בין מחנך מיין קינד אויך אידישקייט ווייל איך אליין גלייב פערזענליך דערין, פארוואס? ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי מחנך געווען אין א ודאי ווייל ער אליין האט געגלייבט דערין ווייל מיין זיידע האט איהם מחנך געווען און אליין געגלייבט דערין, אין אזוי ווייטער.
יעצט מהיכי תיתי אז דאס וואס זיי האבען געגלייבט איז אמת? דזשאסט טרעיס איט בעק טא דע פירסט וואן, פארוואס האט ער געגלייבט? איז די תירוץ ווייל ער האט זיך באטייליגט ביים מעמד הר סיני און געזעהן במו עיניו ווי גאט גיבט איבער די תורה פאר כלל ישראל. גענוג סיבה צו גלייבן?
משא"כ דער נוצרי/מוסלעמענער פארוואס האט דארט דער ערשטער געגלייבט? איז דער תירוץ ווייל ישו/מוחמד האט אזוי גע'טענה'ט און דער זיידע ז"ל איז געווארן איבערגענומען און האט מחליט געווען צו גלייבן. נו, אשר על כן? ווער זאגט אז דער זיידע איז גערעכט געווען?, צ"ע!.
א ודאי מאכט זיך אן אויסנאם פאר סאציאלע סיבות, למשל אז איינער איז מחנך א קינד צו גלייבן אין א געוואוסע שיטה/חסידות/רבי כאטשיג ער אליין גלייבט נישט דערין, איז די עצה ווייטער אז דער קינד זאל זיך איטערסירן וואו האט זיך דאס אנגעהויבן כנ"ל און מחליט זיין צו דאס איז גענוג סיבה דאס אנצונעמען, ודו"ק.
לעיקוואד טענה'ט זייער גוט אז אויב דאס איז א סברא האט נישט קיין פשט צו זוכן דעם מקור, אבער קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס דער חכם שפירא אין שבת בלעטל 6 (איינער ווייסט אפשר צו ער איז אן עכטער פערזענליכקייט? איך וואלט זייער געוואלט כאפן מיט איהם א שמועס) טענה'ט אז עס איז בלויז א סברא און עס שטייט נישט אין חז"ל און די ראשונים האבן דאס ממציא געווען?, דאס איז לכאורה פארקערט ווי אויבן דערמאנט, אז טאקע ווייל ס'איז א סברא און נישט א זאך וואס מיר ברויכן גלייבן די ראשונים בלינדערהייט, הא גופא איז די שטארקייט פונעם יסוד?
(אינטרעסאנט אז שפירא פרובירט דארטן אויפציווייזן די מציאות פון העכערקייט מיט זייער קנאפע סברות, נאך מער קנאפ ווי אין אדם מוריש וכו', אינטרעסאנט אז דאס גלייבט ער יא זייער שטארק).
זונטאג אפריל 14, 2013 6:46 pm#104684
ריכטיג. בקיצור איז דאס וואס דיין טאטע פארציילט איז בכלל נישט קיין סימן אז סאיז אמת, אויב אזוי פאלט אוועק דער גאנצער מסורה. דאס וואס דא הייבט זיך עס אן מיט אפאר מענטשען און דארט מיט אסאך איז א סברא נאר אויב גלייבט מען לכתחילה אז די מעשיות זענען געווען. אבער אויב איז אין אדם מוריש נישט קיין סברא וייסען מיר נאכנישט בכלל אז עס זאל האבען בכלל עפעס געשעהן אז מיר זאלן דארפן בכלל שוקל זיין צו עס איז מער מסתבר צו גלייבען אז ישו האט געוואקט אויף וואסער אדער אז משה רבינו האט געשפאלטן די וואסער.

(אגב, איך זעה נישט דער גרויסער חסרון פון א זאך וואס האט נאר אפאר עדים און נישט דער גרויסער מעלה פון א זאך וואס האט מערערע עדים. אויב איז מסתבר עס איז געשעהן דארף מען נישט פאר דעם ששים רבוא עדים, איינס אדער אפאר זענען גענוג, און אויב איז נישט מסתבר העלפט נישט אויך ששים רבוא, אויך ששים רבוא קענען דמיונען, והאשה מפאטימה עדות לכך).
זונטאג אפריל 14, 2013 6:51 pm#104687
איך מיין אז דער עיקר סברא פון מסורה איז עפעס אנדערש. עס איז דא א סברא, וואס פיל היסטאריקער נעמען היינט אן לגבי פארשען אלטע מסורות און קולטורען, אז א זאך וואס איז אנגענומען ביי א פאלק מיט א מסורת אז אזוי איז געשעהן, איז געווענטליך דא אין דעם א קערנדל פון אמת, הגם עס כאפען זיך אריין פילע הגזמות און הוספות במשך די צייט. ממילא אויב זעהט אויס אז באופן כללי האט יידושקייט וואס צו פארקויפען, און עס קומט מיט א מסורת אז סאיז אמאל געווען מעמד הר סיני וכו', איז מסתבר אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען, ווייל אזעלכע מעשיות בדרך כלל הייבען זיך נישט אן פון די לופט.
זונטאג אפריל 14, 2013 7:04 pm#104694
"ריכטיג", לו יצויר אז ס'איז א סברא, האט זיך דאך עס ערגעץ אנגעפאנגען, און טאקע דייקא שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען צוויי רעליגיעס, און די זיידע וואס האט אליין מיטגעהאלטן דעם מעמד הר סיני האט שוין מער נישט געלעבט, צו קענען קומען זאגן "איך האב געזען".
איז פשט, אז די סברא איז געבוירן געווארן נאכדעם וואס ס'איז געווען א קריגערישע צד וואס האט געטענה'ט אז זייער רעליגיע איז אמת. דעריבער זענען געקומען געוויסע חכמים און אראפגעלייגט א הנחה פון אין אדם מוריש.

איז נאך פאר דו גייסט בכלל אריין אינעם אפטייטש פון אין אדם מוריש, דן צו זיין ווען מ'איז יא מוריש און ווען נישט, טראכט צו די סברא איז בכלל מאסגיבנד, אויב די סברא איז באשאפן געווארן הערשט נאכדעם וואס מ'האט שוין נישט געקענט אויפווייזן דעם אמת. ווייל ביים ערשטן דור (אויב האט מיטגעהאלטן דעם מעמד) האט מען נישט געדארפט דעם סברא. און דאן אויטאמאטיש, איז די רול אז א טאטע קען יא איבערגעבן א ליגנט צוליב א נגיעה. לאמיר זאגן אז ער איז געווען א גרויסע בעל דמיון אדער ער האט געהאט א תאווה צו האבן נאכפאלגער וואס גלייבן אין אים ווי א שליח פון א אפגאט להבדיל.
נאך מער, די קריסטן און די מוסלעמענער, און די בודהיסטן זאגן דאך אויך פאר זייערע קינדער דעם כלל פון אין אדם מוריש. און דארט איז דאך אויך אז די ערשטע דור האט נאך זוכה געווען צו זעהן די נסים מיט זייערע אייגענע אויגן.

יעצט קען מען שוין אריינגיין אינעם עצם קאנצעפט פון אין אדם מוריש. לאמיר זאגן א פוילישער וואס האט דורכגעלעבט ביטערע פינף יאר אינעם קריג, נאכ'ן קריג איז ער אפגעפארן ווייל ער האט פארלוירן די גאנצע משפחה, געהאט אסאך תאוות, אידישקייט איז אים צו שווער געווען, און אן טאפ האט ער געהאלטן אז די ריזן פארוואס ער האט אזויפיהל געליטן איז ווייל ער איז א איד געווען, דערפאר גייט ער דאס פארמיידן פון זיינע קינדער. און אין רעזולטאט איז ער מחליט קיינמאל נישט צו אנטדעקן זיין קינד אז ער איז א איד. סיי ווייל ער וויל נישט זיין קינד זאל אדורכגיין אמאל וואס ער איז אדורך, און סיי ווייל ער שעמט זיך פשוט צו געהערן צו א פאלק וואס זענען אלץ געווען די שלימזלים און זיך אזויפיהל אנגעליטן דוכאויס היסטאריע מיט אזויפיהל בלוטיגע קרבנות... יעצט אזא איינער, מוז נישט זיין אז ער גלייבט נישט אין גאט און אין קבלת התורה.. חלילה, גראדע בענקט ער זיך צו זיין אידישע אפשטאם אבער ער ציהט אויף זיין קינד אלס קריסט ווייל ער האלט אז די חסרונות וואס זיין רעליגיע האט אים געברענגט זענען פיהל מער ווי די מעלות... אבער דאך האלט ער אז די פארעם פון רעליגיע איז קריטיש פאר די וואוילזיין און הארמאניע צווישן מענקיינד.

און ס'נישט קיין ליגנט. אסאך האבן אזוי געטוהן. (ששש. אזוי פארציילן די מעשה ביכלעך) נו, דא האסטע א מענטש וואס איז ביודעים מוריש א שקר פאר זיינע קינדער, אים אויפציעהנדיג אויף א פאלשן רעליגעיזן לייף סטייל.
--------
לעקיוואד האקט..
זונטאג אפריל 14, 2013 7:36 pm#104707
ידען האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די פאר ווערטער וואס דע רמב״ם ניצט פאר א גרויסע ראי׳ צו די אידישע אמונה.

איד די גוי דען יא מוריש שקר פאר זיינע קינדער?

איך זוך שוין יארן מע זאל מיך עס געהעריג מסביר זיין.

אלעס פיין און וואויל א הערליכע שקלא וטריא אויף אהין און צוריק, אבער - ווי דער כוזרי שרייבט שוין - ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים, איז עס נישט וואס זיי האבן געזען אדער געהערט, סאיז נישט שייך צו זאגן אז די ערשטע פאר מענטשן זענען געווען ליגענערס אדע בעלי דמיון, ווייל מ'רעדט פון א ריזן ציפער, און ס'איז עפעס וואס איז געשען מיט זיי בעצם.
זונטאג אפריל 14, 2013 7:41 pm#104709
קאנצעפט האט געשריבן:\ ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים

קענסט אפשר אויסרעכנען איין טויזנט נעמען פון די מענטשען וועלכע זאגען אליינס?
זונטאג אפריל 14, 2013 8:03 pm#104713
לעיקוואד האט געשריבן:
קאנצעפט האט געשריבן:\ ווען זעקס הונדערט טויזנט מענטשן זאגן אז מ'האט זיי אליין ארויסגענומען פון מצרים באותות ובמופתים

קענסט אפשר אויסרעכנען איין טויזנט נעמען פון די מענטשען וועלכע זאגען אליינס?

סאו לויט דיר קען זיין אז ס'האבן זיך צאמגענומען א גרופע מענטשן און אפגעמאכט אז מ'גייט דערציילן אז מ'האט זייערע עלטערן ארויסגענומען פון מצרים, און ס'געווען מכות, און קריעת ים סוף, וכו' וכו', און ס'איז נישט אויפגעשטאנען קיין איינער זאגן אז פשי, טערעסאנט מיין זיידע האט מיר דאס קיינמאל נישט דערציילט! און מיין זיידע איז אויך געווען א אייניקל פון יעקב אבינו?

קען זיין איך פארפאר, אבער די שאלה איז רעלעוואנט סתם אזוי
זונטאג אפריל 14, 2013 8:15 pm#104718
קאנצעפט האט געשריבן:

איך האב דווקא געשריבען אז סנישט מסתבר. אבער מיין שאלה פון דיר איז אויך רעלעווענט סתם אזוי.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:31 pm#104725
ניין, איך קען נישט זאגן קיין נאמען, אבער דו האלטסט אז אזא מעשה וואלט מען ווען געברויכט געדענקען מיט די נעמען דריי טויזנט יאר שפעטער? קוים וואס איך געדענק מיין עלטער זיידעס נאמען.
זונטאג אפריל 14, 2013 8:32 pm#104726
אויב אפילו נעמען געדענקט מען נישט, וויפיל נאך פרטים זענען פארגעסן געווארען?
זונטאג אפריל 14, 2013 8:42 pm#104729
פיין, א גוטע נקודה, וויאזוי האט נאר לעיקוואוד געשריבן פריערט, ״עפעס״ איז זיכער פארגעקומען דארט. און איך וועל מוסיף נופח זיין אז אין אזא פאל סטיקט מען צו וואס מהאט געהערט ביים סדר טיש...
זונטאג אפריל 28, 2013 6:18 pm#109506
רבותי, עטץ זינגט נישט גוט דעם ניגון, דער סטעיטמעינט איז נישט בניחותא, נאר בתמיהה, אין אדם מוריש שקר לבניו??? זיכער אז יא....
זונטאג אפריל 28, 2013 6:24 pm#109510
והא ראי'
בעלז
וויזניץ
סאטמער
פאפא
סקווירא
ברסלב
בויאן
ליבאוויטש
באבוב
מוסורניקעס
ישיביש
חסידיש
סדיגורה
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא\לעלוב\נאדבורנא\קרעטשניף וכו וכו
זונטאג אפריל 28, 2013 6:43 pm#109516
טאמבל סאס האט געשריבן:יעצט קען מען שוין אריינגיין אינעם עצם קאנצעפט פון אין אדם מוריש. לאמיר זאגן א פוילישער וואס האט דורכגעלעבט ביטערע פינף יאר אינעם קריג, נאכ'ן קריג איז ער אפגעפארן ווייל ער האט פארלוירן די גאנצע משפחה, געהאט אסאך תאוות, אידישקייט איז אים צו שווער געווען, און אן טאפ האט ער געהאלטן אז די ריזן פארוואס ער האט אזויפיהל געליטן איז ווייל ער איז א איד געווען, דערפאר גייט ער דאס פארמיידן פון זיינע קינדער. און אין רעזולטאט איז ער מחליט קיינמאל נישט צו אנטדעקן זיין קינד אז ער איז א איד. סיי ווייל ער וויל נישט זיין קינד זאל אדורכגיין אמאל וואס ער איז אדורך, און סיי ווייל ער שעמט זיך פשוט צו געהערן צו א פאלק וואס זענען אלץ געווען די שלימזלים און זיך אזויפיהל אנגעליטן דוכאויס היסטאריע מיט אזויפיהל בלוטיגע קרבנות... יעצט אזא איינער, מוז נישט זיין אז ער גלייבט נישט אין גאט און אין קבלת התורה.. חלילה, גראדע בענקט ער זיך צו זיין אידישע אפשטאם אבער ער ציהט אויף זיין קינד אלס קריסט ווייל ער האלט אז די חסרונות וואס זיין רעליגיע האט אים געברענגט זענען פיהל מער ווי די מעלות... אבער דאך האלט ער אז די פארעם פון רעליגיע איז קריטיש פאר די וואוילזיין און הארמאניע צווישן מענקיינד.

און ס'נישט קיין ליגנט. אסאך האבן אזוי געטוהן. (ששש. אזוי פארציילן די מעשה ביכלעך) נו, דא האסטע א מענטש וואס איז ביודעים מוריש א שקר פאר זיינע קינדער, אים אויפציעהנדיג אויף א פאלשן רעליגעיזן לייף סטייל.
--------
לעקיוואד האקט..

smartinof האט געשריבן:והא ראי'
בעלז
וויזניץ
סאטמער
פאפא
סקווירא
ברסלב
בויאן
ליבאוויטש
באבוב
מוסורניקעס
ישיביש
חסידיש
סדיגורה
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא
ספינקא\לעלוב\נאדבורנא\קרעטשניף וכו וכו

ריכטיג האט געשריבן:א ודאי מאכט זיך אן אויסנאם פאר סאציאלע סיבות, למשל אז איינער איז מחנך א קינד צו גלייבן אין א געוואוסע שיטה/חסידות/רבי כאטשיג ער אליין גלייבט נישט דערין, איז די עצה ווייטער אז דער קינד זאל זיך איטערסירן וואו האט זיך דאס אנגעהויבן כנ"ל און מחליט זיין צו דאס איז גענוג סיבה דאס אנצונעמען, ודו"ק.
זונטאג אפריל 28, 2013 6:50 pm#109518
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין אז דער עיקר סברא פון מסורה איז עפעס אנדערש. עס איז דא א סברא, וואס פיל היסטאריקער נעמען היינט אן לגבי פארשען אלטע מסורות און קולטורען, אז א זאך וואס איז אנגענומען ביי א פאלק מיט א מסורת אז אזוי איז געשעהן, איז געווענטליך דא אין דעם א קערנדל פון אמת, הגם עס כאפען זיך אריין פילע הגזמות און הוספות במשך די צייט. ממילא אויב זעהט אויס אז באופן כללי האט יידושקייט וואס צו פארקויפען, און עס קומט מיט א מסורת אז סאיז אמאל געווען מעמד הר סיני וכו', איז מסתבר אז עפעס איז דארט פארגעגאנגען, ווייל אזעלכע מעשיות בדרך כלל הייבען זיך נישט אן פון די לופט.

איך וואלט זיך אפשר געטוויסטעט מיין מיינד און זיך באגנוגט מיט דעם, אבער איך קען נישט משלים זיין דערמיט, דערווייל גלייב איך נישט אין א גאט וואס פארלאנגט פון דער מענטשהייט איינצוהאלטן א תורה וואס די קראנטקייט דערפון איז באזירט אויף "עפעס איז דארט פארגעגאנגען".. איך גלייב אז ער וואלט מיר נישט געלאזט אזוי ארומלויפן, ער האט דאך באשאפן דער וועלט פאר א סיבה, ניין?
קען אפשר זיין אז עס כאפן זיך אריין גוזמאות מיט דער צייט, אבער אונזער אידישקייט איז צופיל מחייב אז איך זאל קענען אנעמען אז מענטשן זאלן דאס אנעמען בלינדערהייט אן צו זיין זיכער דערין.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:53 pm#438893
אינטערעסאנט צו באמערקן אז יוליוס שטרייכער ימח שמו וזכרו האט גענוצט אזא סארט ראיה אז אידן הרג'נען קריסטן, וז"ל:

"The knowledge of Jewish ritual murder is thousands of years old. It is as old as the Jews themselves. The Gentiles have passed the knowledge of it from generation to generation, and it has been passed down to us through writings. It is know of throughout the nation. Knowledge of ritual murder can be found even in the most secluded rural villages. The grandfather tells his grandchildren, who pass it on to his children, and his children's children, until we have inherited the knowledge today.

It is also befalling other nations. The accusation is immediately raised loudly, anywhere in the world, where a body is found which bears the marks of ritual murder. Historically, the accusation is raised only against the Jews. Hundreds and hundreds of other races, tribes, and nations live on this earth, but no one has ever attempted to accuse them of the planned murder of children for religious purposes. All nations have hurled this accusation against the Jews, and many great men have confirmed the accusation.
מוצ"ש פעברואר 08, 2020 10:26 pm#442712
אין אדם מוריש שקר לבניו
IMG_6544.jpg

התניא בחינוך קטן.

ער ענטפערט נישט אז דאס איז כדי צו מחזק זיין די אמונות אמיתיות, און דאס איז די מעליותא אז עס זאל בלייבן (איך פארשטיי אז ער וויל נאר ארויסברענגען א פונקט בנוגע חסידות).

‏(ווי אויך איז מערקווידיג צו באמערקן אז וואו די רמב״ם רעדט פון אמונות הכרחיות, מו״נ ח״ג פכ״ח, איז עס אינ׳ם קאנטעקסט פון מחזק זיין די מפורסמות [Apparent Truths] ווי איידער די מושכלות [Necessary Truths] (עיין לעיל שם בח״א פ״ב).)