Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שמיעת הקלטה מקול זמר אשה

שמיעת הקלטה מקול זמר אשה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6993
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:20 am#217569
שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
נאכ'ן עפענען א אשכול אין די מוזיק פארום וועגן א באקאנטע זינגערטע, האט מיר איינער מעורר געוועהן אין אישי אז ס'איז נישט אויסגעהאלטען צו רעדן וועגן א פרוי זינגער. כ'האב אים געענטפערט אזוי:
געניג גדולי ישראל האלטען אז עס איז מותר צו הערן מוזיק ריקארדינגס (נישט לייוו) פון פרויען זינגער'ס. אפילו הג''ר עובדיה יוסף פלעגט הערן א באקאנטע מצרישע זינגערטע.

פארשטייט זיך אז כמה וכמה פוסקים האלטען אז מ'טאר נישט און יש מקום להחמיר, אבער לאמיר אויסשמועסן אלע צדדים.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:22 am#217570
שוין דא עפעס א לאנגע תורה ודעת אשכול דערויף.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:23 am#217576
בנוגע קול באשה איז אנגענומען דורך רוב פוסקים, אז ס'ווערט נישט פאררעכנט ווי די עצם שטימע פון א פרוי, ודי מה שאסרה תורה.
אבער געווענליך איז דא א פראבלעם פון שירי עגבים וואס זענען מביא לידי הרהור.
און ביי א ווידעא אויב איז זי נישט בצניעות קען עס אויך ברענגען לידי הרהור, און אע"פ ס'הייסט נישט הסתכלות בנשים איז עס אבער לא גרע פון בגדי צבעונים און אלע אנדערע זאכן וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט משום הרהור, והשומר נפשו ירחק מהם. אבער דאס האט שוין אסאך צו טון יעדער לויט זיין תכונת הנפש און לויט וויפיל עס איז נפרץ ביי אים, וכידוע דברי הלבוש לענין שבע ברכות בתערובות אנשים ונשים. ומי יאמר זכותה לבי.
כ'האב מיך אמאל גע'אישי'ט דערוועגן מיט ATUB @לעיקוואד ATUB האב איך פארשטאנען פון אים אז ער איז מצדד אז ס'הייסט יא קול באשה. (כ'האב אים נאכגעזאגט א בריסקער רב, אז ס'איז נישט קול באשה נאר קול ראדיא) ואע"פ וואס מעשה רב בכמה מקומות אין שטיבל זעט אויס ווי ער איז נישט מקפיד. דארף מען צואווארטן ביז ער וועט מעמיד זיין הדין אל תילה.
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:34 am#217578
כבר הסברתי באיזה מקום הנימוקים להיתר, את האישי שהזכרת איני זוכר אבל אולי היה נידון שונה אם להחשיב אותו רול. לאמיתו של דבר גם בקולה עצמה מותר לשמוע ואין כל דין שירת נשים מבוסס בתלמוד וראשונים כלל. קול באשה ערווה נאמר על דברים השייכים לערווה כפיתוי או חשק ובזה אין חילוק בין דיבור סתם לשירה, האיסור הכללי על שירת נשים שאינה ערווה אין לה שורש ויסוד. הרב דוד ביגמן כתב תשובה מפורטת ומנומקת להסביר את זהhttp://www.kolech.org.il/maamar/%d7%a2%d7%99%d7%95%d7%9f-%d7%9e%d7%97%d7%95%d7%93%d7%a9-%d7%91%d7%a7%d7%95%d7%9c-%d7%91%d7%90%d7%a9%d7%94-%d7%a2%d7%a8%d7%95%d7%94-2/
מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:16 pm#217643
דא האט מען דערמאנט דערוועגן

l viewtopic.php?p=109145#p109145 l
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 9:12 pm#230832
הג"ר עובדיה יוסף ז"ל האט זייער ליב געהאט צו הערען די מצרישע זינגער'טע אום כולתום.


m http://www.nrg.co.il/online/11/ART/846/056.html m
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:46 pm#230858
דו ברענגסט מיר א ראיה פון הרב עובדיה זצוקלה״ה (ואיכא דאמרי שר״י, ואלו ואלו דברי אלקים חיים)?
אפשר ברענגסטו מיר פון רבי יוחנן וואס איז געזעצן בשעה שהן יושבות על הטבילה.
דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:07 pm#231196
פונקט געהאט די שאלה דעם שבת זיצענדיג אויפן פאטעל, האט די שכן וואס האט נאר בנות, אראפגעלייגט א קווייער אז איך האב ממש צוגאנגען פאר מתיקות.

דאס זענען איידעלע בית רחל מיידלעך. האב איך זיך געדארפט אויפשטעלן און אוועקגיין?
מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:24 am#231321
לא מצינו חיוב אז א מענטש זאל זיך דארפן מפקיע זיין פון זיין פלאץ ווייל ער הערט פרויען זינגען. חוץ מזה תרי קלא לא משתמעי, און קול באשה ערוה מיינט חלילה נישט ווען זיי זינגען שירות ותישבחות, ס'גייט ארויף אויף שירי עגבות.
אזויווי בעלזער רב ז"ל פלעגט זאגן לגבי זיך וואשן די הענט נאכן לייגן תפילין, אז א מצוה איז נישט מטמא.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 10:44 am#232414
ווען עטליכע זינגען צוזאמען האלט ר' משה סנישט קיין פראבלעם ווייל תרי קלא לא משתמע
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:50 pm#232464
לאמיך שוין הערען עפעס א ליד פון דעם אום חולתום אין איך וועל דיר שוין זאגען אויב מ'מעג עס הערען צי יא ;)
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:29 pm#232631
מעג מען הערן שרית חדד זינגען כשהלב בוכה רק..... ?????
איך האב מיך געוואינדעט ווי אזוי די היימישע בעל מנגנים קענען דעם ניגון ;)
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:27 pm#232796
פארלייפיק פרעגט יעדער קשיות אבער אנע תירוצים....
זונטאג אפריל 28, 2019 10:01 pm#429165
Re: שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
IMG_4424.jpg


אין שו״ת בני בנים ח״ב בסופו, פון פסקים פון זיין זיידע הרב יוסף אליהו הענקין זצ״ל.

IMG_4425.jpg


אין ח״ג (אות יא). מערקטס אז ער איז מער חוכך להחמיר ווען ס׳איז live.


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג אפריל 28, 2019 10:12 pm#429166
ארבעס האט געשריבן:מעג מען הערן שרית חדד זינגען כשהלב בוכה רק..... ?????
איך האב מיך געוואינדעט ווי אזוי די היימישע בעל מנגנים קענען דעם ניגון ;)

שוין דא היינט צי הערן פון שלומי דאסקאל
זונטאג אפריל 28, 2019 10:24 pm#429167
Re: שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
m http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=135 m

ער אסר׳ט, עפ״י זיין זיידע, נאר ווען ס׳איז מכירה (ווען ס׳איז נישט live).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג אפריל 29, 2019 10:51 am#429227
מרדכי ישראל האט געשריבן:
ארבעס האט געשריבן:מעג מען הערן שרית חדד זינגען כשהלב בוכה רק..... ?????
איך האב מיך געוואינדעט ווי אזוי די היימישע בעל מנגנים קענען דעם ניגון ;)

שוין דא היינט צי הערן פון שלומי דאסקאל


שוין לאנג וואס איך טראכט אז דעם מוטי שטיינמעץ'ן מאכט נאך זייער אסאך דעם שרית'ן. דעם געשריי ערב טוב קהל נכבד ביי אנהייבן זינגן און פארשידינע תנועות בגוף ובגרון בעת השירה
מאנטאג אפריל 29, 2019 2:27 pm#429238
Re: שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
הרב יהודה הערצל הענקין שליט״א אין זיין ספר אויף צניעות רעדט ארום איבער קול באשה ערוה און די צדדים להקל (pp. 31-34).


Sent from my iPhone using Tapatalk
דינסטאג אפריל 30, 2019 11:02 am#429317
שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
דער שבט הלוי (ח״ג סימן קפא) דינגט זיך מיט הרב עובדיה יוסף זצ״ל (יביע אומר ח״א סימן ח) און זאגט אז דוקא ביי סתם שאילת שלום וכדומה איז מותר קול אשה ע״י הקלטה כשאינו מכירה אבער נישט ביי זמר ע״ש. אזוי אויך אין ח״ה סוף סימן קצז דינגט ער זיך אויף די סניפים להקל פון הרב הענקין שליט״א הנזכר לעיל [אפאר פרויען צוזאמען, צוזאמען מיט מענער וכו׳] (הגם ער באציט זיך נישט צו אים).


Sent from my iPhone using Tapatalk
פרייטאג יולי 12, 2019 2:09 pm#433093
Re: שמיעת הקלטה מקול זמר אשה
דער משנה הלכות (ח״ד סימן פו און ח״ה סימן רכד) איז אויך מתיר דורך ראדיא טאמער ס׳איז אינו מכירה (הגם ער זאגט אז ס׳איז מכוער הדבר), אבער דורך טעלעוויזיע אסר׳ט ער יא (אלס קול אשה).


Sent from my iPhone using Tapatalk