נישט אלעמאל איז עס יידישקייט דוקא, נאר אז מ'איז מחנך מיידלעך פון קינדווייז אן אז מענער זענען סעקסואלע חיות וואס קענען זיך נישט באהערשן ווען זיי זעען א אינטש פונעם קני שטעקט זיך ארויס אדער א בגד וואס איז א מעין דמעין פון א בגד וואס איז דומה צו עפעס וואס מ'טראגט אין שלאף צימער. וויאזוי קענסטו עקספעקטן אזא פרוי זאל געטרויען איר מאן אז ער גייט נישט מיט אנדערע? אבער ווי הוגה און אנדערע זאגן, אז אויב איז נישט דא די טראסט און אנאטאמיע צווישן מאן און ווייב איז נישט די לייענען טעקסט מעסעדזשעס די פראבלעם, ס'איז נאר די סימפטאם.
דאס וואס כוכב שרייבט אויוון אז זיין ווייב זאגט "אז מעריזש איז אלל עבאוט טראסט און פרובירן זאל איך עפעס באהאלטן" איז ממש אן אקסימאראן, אויב איז עס עבאוט טראסט מיינט אז מ'מעג האבן פריוואטע זאכן איינער פון צווייטן און מ'טראסט איינער דעם צווייטן אז מ'באהאלט נישט קיין זאכן, אבער טראסט מיינט נישט אז איך קען לייגען א טרעקער אויף דיין פאון און קעמרעס אין בית הכסא, פונקט פארקערט. וואס פעלט אבער אסאך מאל איז מער ווי טראסט, אז ס'עקזעסטירט נישט קיין אנאטאמיע, אז א מענטש זאל זיין בארעכטיגט צו זיינע שיטות, זיינע חסרונות, זיינע שוואכקייטן, און יא, אפילו זיינע עבירות. מ'קען זאגן אז דאס קומט פונעם חרדישן "סיסטעם" ווי יעדער שפירט זיך גאט'ס פארזארגער, יעדער גייט אנגעטוהן די זעלבע, האבן די זעלבע שאיפות, דאס מאכט אז דער יחיד ווערט נישט ריספעקטירט לכשעצמו נאר אלס א חלק פונעם קאלעקטיווע נחת מאשין, אבער א גרויס חלק האט עס אויך מיט דאס אז מ'באקט אריין אין די מיידלעך אז זייער פליכט אויף דעם וועלט איז די "ונטרין לגברייהו עד דאתו מבי רבנן", דאס אז זיי פילן אז זיי זענען די וואס "היטן די קדושה אין שטוב", (ליין: זיי זענען זרע דיפאסיט באקסעס און פת בסלו תאוה ערפילערס), דאס איז זייער חיזוק, זייער לעבן, און חוץ פון מאכן קינדער און די מאנ'ס רוחניות האבן זיי נישט קיין סיפוק אין לעבן.