מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:25 pm#9
קריטיק!
אלס איד, און זייענדיג אין א קאווע שטיבל, מוז איך די ערשטע זאך אנהייבן מיט קריטיק. איך וויל קלאר אויסדרוקן א שארפע מחאה אז די צוויי ראבאטן אויפ'ן בילד טרינקען ביידע מיט די לינקע האנט... היתכן? 😉
דבילהנאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
יידלדבילהנאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
וואס פאלט דיר גאר איין אז זיי זענען נשים? די איינציגסטע אינדעקאציע וואס קען אפשר צייגן אויף נשים איז די שטענדיגע רעדע וואס גייט פאר צווישן די צוויי פיגורן.
דערמאנסט מיר די באקאנט ווערטל מיט די מענטשן וואס זען אין יעדע פרוי א בוים און די וואס זען אין יעדע בוים א פרוי, וד"ל.

משה זוכמעךאיך זע נאר מענער. צוויי אירע זיצן איינער קעגן צווייטן שעות, מאכן הווית מיט די האנט, טרינקן קאווע, אבער אפי' איין ווארט הער איך נישט!
מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
Starbucksביי מיין רבי איז די קאפל טאקע צומאל געפלויגן ווען ער האט גענוצט זיין סטיק
שרגאמ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
קאוועשרגאמ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
ווילסט בלייבן גערעכט? נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער, פונקט לעצטענס געווען ביי א שמחה, איך זאג דיר ס'איז א פחד ווי סאך פרויען רעדן.
שרגאאייגנטליך, באמערק איך יעצט, האט ער דאך אויך נישט קיין קאפל, פיאות, ציצית, גארטל, נו, אויב אזוי מעג דער ראבאט אפשר אויך טרינקען מיט די לינקע האנט...

געפילטע פישקען נישט זײן קיין הײמישע בעשױ, די טיש מוז דאך זיין לכה"פ 6 פיס ברייט, זעסט נישט ווי די פיס טאטשען זיך?
נולד מאוחרס'קוקט אויס ווי א ביימישע בעשוי אביסעל אויפגעקלערט איינער טרינקט פין די אנגעגרייטע סעלטזער.
יאירנולד מאוחרס'קוקט אויס ווי א ביימישע בעשוי אביסעל אויפגעקלערט איינער טרינקט פין די אנגעגרייטע סעלטזער.
רחמנא ליצלן, דאס איז דאך צוויי מענער! כ'האב געוואוסט אז ק"ש וועט אראפפירן אידישע קינדער פון וועג, אבער אויף אזוי ווייט האב איך מיך נישט געראכטן. הוי, כשיורדין... (ביטע פילט אריין א טיפע געמאכטע קרעכץ).
