Under maintenance
הויפט זייט » בערי וועבער - בן מלך

בערי וועבער - בן מלך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7009
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:37 am#218059
בערי וועבער - בן מלך
מיט טופענדע פיס פלאכן שטייט די עולם הנגינה און ווארט מיט עקסטאז אויף דעם נייעם רייכן אלבום "בן מלך" וואס וועט פרעזענטירט ווערן דורך דעם אלעם באקאנטן נפתלי משה שניצלער.

דער דיסק ווערט געזינגען דורכן בארימטן היימישן פאפ שטערן ר' בערי וועבער, און די דיסק וועט זיין זיין דריטע אלבום וואס קומט ארויס לאור עולם, נאכן זיין ארום זעקס יאר אין די ליין פון נגינה.

לויט די ארבעט וואס ווערט דערין אריינגעלייגט איז צו ערווארטן הייסע סחורה אין דעם בעפארשטייענדן סידי, און אידיש מוזיק ליבהאבער וועלן האבן מיט וואס צו זיין פארנומען פאר א וויילע.

אט איז די קאווער דיזיין פון די אלבום:
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:38 am#218061
איך האף אז דער אלבום וועט זיין פילפאכיג רייכער און מער קאלירפול ווי דער דעקל....
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:43 am#218062
בערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:51 am#218065
כל ישראל בני מלכים הן.. מאכסטעך ווי דו וייסט נישט?
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:53 am#218066
קאווע טרינקער האט געשריבן:בערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.

און אלי הערצליך איז נישט קיין חתן
און בעני איז נישט קיין בן היכל
דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:30 pm#219676
אט אט - בן מלך..
בעזרת השם יתברך מיט א גרויסן טענק יו השם, גרייטן מיר זיך צו מאכן פלאץ אויף די פאליצעס טאקע שוין אנהייב דעם אנדערן וואך פאר די דריטע אלבום פונעם פאפולארער ברייט נאכגעפאלגטער זינגער און פערפארמער בערי וועבער.

ווען מען רעדט פון א פרישן אידישן מוזיק אלבום איז א שמחה פאר זיך, אבער ווען מ'רעדט פון א שטערן ווי בערי וועלכע איז עולה ומתעלה מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, איז אזא בשורה גארנישט קיין געווענליכער.

ר' בערי איז א ברסלב'ער חסיד, א לעבעדיגער און סטיילישער יונגערמאן, דעליווערט וואס מיר דארפן האבן, און פארדעם רינט די שפייעכץ ווען מ'רעדט פון א שווער באארבעטן דיסק ווי בן מלך און דורך בערי.

בערי האט זיך ארויסגעשטעלט לעיטלי צו האבן אויך א שטארקן כח פון קאמפאזאציע, און ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן עטליכע מאל אין די פארגאנגנהייט, און ווי ער געבט אן פלאנט ער אונז נישט צו אנטוישן, און ארויס פון 11 טרעקס זענען פינף וואס ער האט אליינס מלחין געווען!

בערי וועבער פערזענליך גלייכט שטארק די ניגון וועלכע רופט זיך אינעם דיסק "איך בין א בן מלך", עס איז נישט גענצליך קיין ניגון מיט אידישע גראמען, אייגנטליך איז נישטא אינעם גאנצן דיסק קיין איין פולע ליד אין בלויז אידיש, אבער עטליכע וועלכע זענען א מיקס פון אידיש און עברית, און דאס איז ככל הנראה איינס פון די לידער, און די מוזיק אינעם ליד איז ארעינדזשד דורך רולי אזרחי.

מען האט פארשטייט זיך נישט אויסגעלאזט פינקי ביים וועלן ניגונים, און עס ווארט אונז האבן א הערליכן ושמרו לידל, איך מיין די רעדע איז פון א דיסקא.

אונזער אלעם באליבטן עירמאנטער רב האט אונז אויך נישט פארלאזט נאך מענדי סענדי קענדי, און ער האט אונז ערלעדיגט א שיר אזאנס וואס רופט זיך "וואשן" (?), פון די פאן סטייל ווי בערי רופט עס.

הער אויס אבער, איך קען דאך נישט אראפשרייבן די נאטן אויך, עפעס מוז מען לאזן פאר דעם רונדיגן דיסק אליין ער זאל אונז איבערראשן, נו... עמיר זיך נישט קריגן מיט עם, און מ'עמיר ווארטן מיט (אומ) געדולד אויף אנהייב וואך.

אוי!! ווי האב איך דא אויסגעלאזט נפתלי משה?? אקעי יעדער פארשטייט אז אן אים גייט גארנישט, סאו.. וואס זאל איך צולייגן?

איך קען נישט ווארטן, עס קומט א שטארקס!
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 8:35 am#219792
ATUB @סאשי פיש ATUB ביסט יא דא? לאדעך הערן
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 9:52 am#219798
לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:02 am#219812
ראשעקאל האט געשריבן:לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?

ה' מלך אויף די אלבום פון שימי ענגעל האסטו נאכנישט געהערט? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב שוין געהערט נאך אבער איך קעמעך נישט דערמאנען יעצט.
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:31 pm#219965
שרייטס מיר נישט אן.. באט די ניגון ואפילו בהסתרה איז איינע פון די ניגונים אויף בערי'ס מארגנדיגע אלבום!

קען זיין מיר וועלן אלע באקומען א נייעם טעם אינעם זמר.
מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:46 pm#220002
לאליפאפ האט געשריבן:שרייטס מיר נישט אן...

כמו שאמרו, דאונט שאט די מעסענדזשער.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:26 am#220021
לאליפאפ האט געשריבן:@סאשי פיש ביסט יא דא? לאדעך הערן

נאך אזעלכע באריכטען האב איך נישט וואס מוסף צו זיין!!!!!!!
זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:30 am#220022
איך עס סאשי פיש מיט א לאליפאפ, פרעג נישט פארוואס, איך האב עס ליב אזוי.
זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:00 pm#220164
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:00 am#220392
דער בערי איז קיל..
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:52 pm#220453
איינע פון די ניגונים וואס בערי האט שוין קאמפאוזט איז "אהיים" א גאר ווארעמער שיינער ניגון אויף זיין ערשטע אלבום "בעזרת השם יתברך
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:39 pm#220474
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

בערי מעלדט אז די סידי וועט ערשט זיין אין די סטארס דאנערשטאג...
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:53 pm#220486
וואס איז דער ענין פון אנרייצן דעם עולם אזוי? מיינסט ער האט נישט געוויסט? מיין גאנצע וואך סקעזשול האב איך אויסגעשטעלט ארום דעם נייען טעיפ, יעצט ווייסיך נישט וואס צו טאן.
איז עס חאטש אויף דאנערשטאג קונפורמט פאר זיכער?
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:55 pm#220487
איך בין מיט ATUB @בשבילי! ATUB אויף איין זייט, א ווארט איז א ווארט, מארגן וויל איך עס קענען קויפן, א מין חוצפה דאס. דאנערשטאג איז אוועקגעלייגט פאר א שבת'דיגע אלבום
מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:40 pm#220548
דאונלאעד לינק - יחד!
אויב נישט דעם אלבום היינט האב מיר אונז כאטש א קליינעם ניחום מיטן ריליעס פונעם היט ניגון יחד וועלכע איז ערווארטעט צו זיין די קנאק ניגון ביי חתונות אין די נאנטע צוקונפט..
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:08 pm#221089
עוועילעבל אין גאגעל'ס סטאר
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:35 pm#221098
ראשעקאל האט געשריבן:לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?

לכו נרננה אויף מיכאל'ס סידי די חתונה פון די יונגסטען
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:19 pm#221178
שוין אויך עוועילעבל אויף עמעזאן פאר $8.99
בערי וועבער - בן מלך
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 2:38 pm#221613
כ'מיין דאס איז די בעסטע אלבום פון בערי!!!
מורא'דיג מאדערן, ווארים, חסידיש, ארטיסטיש. (א פאראדאקס, אבער דאס איז די פאקט...)
פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:13 pm#221646
די סידי איז עפעס נישט סתם.
סיז געווארען מיין בעסטע סידי by far.

סע לוינט זיך צו קויפען.