Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » קאווע שטיבל • האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, "אידישע צייטונג" און "קול מבשר"

קאווע שטיבל • האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, "אידישע צייטונג" און "קול מבשר"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 43 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7013
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:50 pm#218125
האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר, "אידישע צייטונג" און "קול מבשר"
נעכטן נאכט, ביי א סעודת הילולא צו דעם יארצייט פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל, האט האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א טיראדע קעגן דער באליבטער טעלעפאן אינפארמאציע ליניע "קול מבשר". בשייכות מיט דעם, האט דער סאטמארער רבי דערציילט איבער דער "אידישער צייטונג" וואס איז ערשינען דורכאויס איין חודש בסוף ימי חייו פונעם סאטמארער רבי'ן ז"ל:

    די צייטונג האט אנגעהאלטן א חודש צייט. דער פעטער ז"ל האט נאך געלעבט, בערך א פערציג יאר [צוריק]. און ער האט געהייסן פארמאכן דעם צייטונג, תיכף ומיד. האט ער געזאגט, א צייטונג, דארף, מעלדן, אלע נייעס; ער דארף דאס דעקן, מעלדן בהרחבה, מיט א ברייטקייט, און מסביר זיין, מיט א טעם, ווי דער דרך פון א צייטונג. עס איז נישט מעגליך, אז מ'זאל נישט נכשל ווערן אין ציוניסטישע פראפאגאנדע – אזוי האט ער געזאגט, בשגגה, נישט וועלנדיג. האט ער געהייסן פון איין טאג צום אנדערן טאג, יא, פון איין טאג צום אנדערן טאג, מ'זאל זאפארט פארשפארן.

    איך טראכט צוריק, וואס וואלט ער געזאגט היינט צו טאג צו די אידישע ראדיא, וואס וואלט ער געזאגט אויף דעם? ער'ט יעדן טאג, מפרסם די נייעס, מיט א ביאור מיט אן הרחבה, אלע פיטשיווקעס, אזוי... דער אידישער ראדיא האט א חלק אין בלבול המוחות, א ציוניסטישע שטימונג, ציונות כשר למהדרין, משפיע ביודעין ובלא יודעין, דעות נפסדות, רעגליעזע (?) ציונות, פרומע ציונות, אין אומר ואין דברים.

פאר'ן צוקומען צו דעם רבי'נס שטוינענדער היפאקריטסטווע, איז וויכטיג אנצואווייזן אויף די אפענע היסטארישע שקרים וואס דער רבי שליט"א האט דא אויסגעזויגן פון פינגער כדי צו קאכן זיין אגענדע.

פון דעם ערשטן מינוט וואס סאטמאר איז געווען אינסטרומענטאל איבערצונעמען די צייטונג "דער איד", איז דער ציל געווען דאס צו פארוואנדלען אין א געהעריגער טאג-צייטונג גענוי ווי די אנדערע אידישע צייטונגען וואס זענען דעמאלט ערשינען. יעדע פאר יאר זענען ערשינען ארטיקלען אין "דער איד" וואס האבן גערעדט וועגן דער האפענונג אז איין טאג וועט "דער איד" קענען אנפאנגען צו ערשיינען יעדן טאג פון דער וואך. ענדליך איז דאס ערמעגליכט געווארן אין די סוף ל'-יארן, ווען די "אידישע צייטונג" האט אנגעפאנגען צו ערשיינען דורך אן אליאנץ פון סאטמארער און ליובאוויטשער שרייבער.

יא, אין דער צייט וואס דער עקסטרעמערער עלעמענט אין סאטמאר האט שוין פרובירט צו די היינטיגע שנאה מעטאדן פון אפפרעמדן יעדן וואס גייט נישט אין שפאן, איז ליובאוויטש נאך געווען אפיציעל כשר אין סאטמאר (כ'האף זיך צוריקצוקערן צו דער טעמע אין א צוקונפטיגן ארטיקל פון די "דער איד" ארכיוון), און די "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט בברכתו פון האדמו"ר מסאטמאר ז"ל.

ווען די טעגליכע "אידישע צייטונג" האט זיך געעפנט, זענען תיכף ארויסגעשפרינגען די בלינדע עקסטרעמיסטן און יעדן טאג האבן זיי פרובירט צו טרעפן חטאים פון דער צייטונג. האדמו"ר מסאטמאר איז שוין געווען אין זיינע לעצטע יארן, און איז גרינג מאניפולירט געווארן דורך די אלע עקסטרעמיזם-הונגעריגע פארשוינען. ענדליך איז איין טאג ערשינען אין דער "אידישער צייטונג" א באגריסונג פאר דעם שרייבער הילל זיידמאן, און די קיצונים האבן דאס אויסגענוצט צו העצן דערקעגן פאר'ן רבי'ן. די העצעס, נאכדעם וואס אזעלכע רבנים ווי האדמו"ר מקאשוי ז"ל האבן זיך דערין אריינגעלייגט, זענען געווען דער גורם אז דער סאטמאר-ליובאוויטשער אליאנץ איז געבראכן געווארן, און די צייטונג האט אויפגעהערט צו ערשיינען.

אבער די היפאקריטסטווע פון דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א איז נאך פיל מער איראניש און טראגיש. אונטער זיין נשיאות ווערט שוין יעדע וואך אין די לעצטע 14 יאר ארויסגעגעבן "דער בלאט", א דיקע צייטונג אנגעפילט מיט טפשות און רשעות, אין א קלארע באווייז אז עס איז אינגאנצן נישט קאנטראלירט דורך מענטשן מיט מער ווי עטליכע אונסעס שכל אין קאפ. די צייטונג וואס האדמו"ר מסאטמאר האט כלומרשט אפגעשטעלט ווייל עס איז נישט מעגליך גענוג נזהר צו זיין, איז יעדן טאג ערשינען מיט קארגע פיר זייטן. דורכאויס דעם גאנצן חודש וואס די "אידישע צייטונג" איז ערשינען, זענען געדרוקט געווארן ווייניגער זייטן ווי עס ווערט היינט געדרוקט אין "דער בלאט" אין איין איינציגער וואך!

ווי טראגיש און ביטער אז פשוט'ע פאקטן וואס שרייען אין פנים אריין מיט קולי קולות דרינגען נישט דורך דעם הארץ און געוויסן פון א מענטש וואס שטייט בראש פון א גרויסער געמיינדע אידן. די געמיינדע באשטייט פון טויזנטער אנשים, נשים וטף; פרישע דורות וואס וואקסן אויף קוקנדיג אויף אים ווי דער מוסטער פון צדקות און אמת. וואס קען מען ערווארטן פון אזעלכע תינוקות שנשבו, וועלכע ווערן געקארמעט מיט דברי הבל פון שנאה און השחתה פון קליינווייז אן. עס איז אפילו שווער זיי צו באשולדיגן ווען זיי לעבן אין א וועלט פון אילוזיע, וואו אמת ושקר זענען משמשים בערבוביא.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 2:58 pm#218128
אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
קיינע ווערטער, קיינע ווערטער.
אין אנדערע נייעס האט קול מבשר געווינען דעם נאכט דאס מערהייט פון סאטמארער חסידים אלס פייערידגע פאטריאטן.
צו אלע הייליגע ארוינים כגאלד ודומיהן, מאך דיך צו די אויגן א מינוט און זאג מיר אויב די דרשה וואלט פאסירט אין פאל ער קרוינט מהר'א אלס אויסשליסליכער סאטמארער רבי.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 3:18 pm#218130
און באלד וועט מען שרייען אז איך בין אן ארוני...
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:30 pm#218139
FYI
רז"ל האט אפאר וואכן צוריק אין מאנרא געהאקט אויף קול מבשר, צוליב אקוראט דער זעלבער סיבה וואס ר' אהרן האט ערווענט נעכטן

א גוט שבת
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 4:57 pm#218142
גאלד, אזויווי איך ווייס אז דו ביסט אן אהרוני, פרוביר איך צו כאפן וויאזוי דיין קאמענטאר איז גינסטיג פאר דיין רבי'ן. כ'קלער אז דו מיינסט צו זאגן אזוי:
באשולדיג נישט מיין רבי'ן אז ער איז א שקרן און א היפאקריט, דאס איז נישט חלילה זיין פערזענליכער פעלער. זע נאר ווי דאס איז איינגעקריצט אין דער די-ען-עי פון סאטמאר, און זיין ברודער האט געטון אקוראט דאס זעלבע.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:27 pm#218146
איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה.

עס איז נישט וואס מען זאגט, עס איז ווער עס זאגט עס.

רז"ל האט דאס געזאגט ואין פוצה פה ומצפצף, דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:41 pm#218147
איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה. (אלץ געווארענע ארוני)

ווען מהר''א זאגט עפעס שאקעלט עס די וועלט אבער ווען מהרז''ל זאגט עפעס ווייסט קיינער נישט.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 5:45 pm#218148
עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:00 pm#218156
משולם שטיינפעלד האט געשריבן: דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט


ראובן האט געשריבן:עס איז אפילו שווער זיי צו באשולדיגן ווען זיי לעבן אין א וועלט פון אילוזיע, וואו אמת ושקר זענען משמשים בערבוביא.
פרייטאג אוגוסט 22, 2014 6:02 pm#218157
כוכב האט געשריבן:עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.

און ווי ער נוצט א פון-פינגער-אויסגעזויגענעם קאפיטל "היסטאריע" אראפצורייסן א פיינעם יונגערמאנ'ס פרנסה, אין דער צייט וואס דער [פאלשער] סיפור המעשה איז אים אליין פונקט אזוי, אדער נאך מער, נוגע.
מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 10:40 pm#218182
איך מיין אז צו באצייכענען אזא התנהגות מצד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר "שליט"א" אלס היפאקראטיע איז א היבשער אנדערסטעיטמענט, ס'איז גענוג צו ריפען איינעם א היפאקריט ווען ער מיינט כאטש ערענסט וואס ער זאגט נאר ער פאלט דורך מיט דעם וואס ער טוט אפלייען פארשידנארטיגע סטאנדארטן פאר זיך און פאר א צווייטן, אבער אין פאל איינער רופט פארן אפשאפן איינעמס מקור חיונה ווען ס'קימערט אים ווייניג די אזויגעריפענע שווערע תוצאות אין רוחניות וואס דאס ברענגט מיט זיך מיט, ס'נאר א פשוטע תאוה'לע פון נאכמאכן א תנועה פון רבי'ן און צו ווייזן אז ער איז עומד וגודר בפרץ איז עס פשוט בארבאריזם.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:56 am#218263
אויב געדענק איך גוט האט טאקע דער בלאט אליין באשריבן די אידישע צייטונג מיט עטליכע יאר צוריק, און זיי האבן אויך דערמאנט די עפיזאד מיט זיידמאן.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:06 am#218265
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איך גיי ערקלערן גאלד'ס נקודה.

עס איז נישט וואס מען זאגט, עס איז ווער עס זאגט עס.

רז"ל האט דאס געזאגט ואין פוצה פה ומצפצף, דו האסט נישט קיין אישו מיט וואס מהר"א האט געזאגט, נאר מיט מהר"א זעלבסט
זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:46 pm#218298
ראובן האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:עס פעלט דעם עולם רידינג קאמפריאנציע. ראובנס טענה'ס איז נישט געווען אזוי ווייט אויף דעם עצם קריטיקירן קול מבשר, נאר אויף די לעכערליכע קאפיטל היסטאריע מיט דער אידישער צייטונג.

און ווי ער נוצט א פון-פינגער-אויסגעזויגענעם קאפיטל "היסטאריע" אראפצורייסן א פיינעם יונגערמאנ'ס פרנסה, אין דער צייט וואס דער [פאלשער] סיפור המעשה איז אים אליין פונקט אזוי, אדער נאך מער, נוגע.


די נקודה פארוואס ער האט אראפגעריסן קול מבשר איז פשוט ווייל דער עולם איז דערצו עדיקטעד און מען הערט דארט לדעתו זאכן וואס איז נישט אויסגעהאלטען
מה כל הרעש?

דער ציטאט וואס די ברענגסט איבער זיין אראפברענגען א מעשה, האט נישט מיט זיין טענה קעגן קול מבשר
זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:58 pm#218303
אן נעמען א שטעלונג צו ר''א איז גערעכט און צו ער מיינט עס בכלל ערנסט, איז אבער די טענה וועגן אראפרייסן א אינגערמאנ'ס פרנסה נישט אויסמאכענד און קומט נישט אריין דא. ווען און אויב א רב האלט אז עפעס טויג נישט מאכט נישט אויס אז איינער האט פרנסה דערפון, גארנישט ווייניגער ווי אז איינער זאל פארקויפן טריפה מאגאזינען פאר פרנסה.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:24 pm#218312
והמערכה נגד ה'שטערן' ו'שפאקטיוו' יוכיח.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:31 pm#218314
בשבילי!
דאס הייסט אם אין דעת הבדלה מנין.
באקאנט ווען זושא שמעלצער האט ארויסגעגעבן די למד קאטשקעס טעיפ, האט ר' חיים יאנקל רובין געוואלט ארויסקומען מיט אן איסור ווייל ער איז מזלזל בקדושת האותיות.
איז ער דעמאלט געגאנגען צו הרה"ק רבי הערשלע זי"ע מספינקא וועמענס יארצייט אגב איז אויסגעפאלן נעכטן, און געבעטן ער זאל מיטשטומען מיט זיין מערכה.
רבי הערשלע האט אים דעמאלט געזאגט: איר זענט גערעכט אבער פאר'ן טשעפען די פרנסה פון א איד קען מען ביטער אפשניידן, און הרב רובין האט זיך ארויסגעלאזט פון דער גאנצער מערכה.
ניין. נישט יעדע זאך איז ווי פארקויפן טריפה'נע מאגאזינען, א רב א בר דעת דארף ארייננעמען פארשידענע פאקטארן פאר ער אסר'ט סיי וואס און די פרנסה פון א איד איז גאר א וויכטיגער פאקטאר.
און איך האב פאר דיר נייעס: אפילו ווען איינער פארקויפט טריפה'נע צייטונגען איז אויך נישט אלעמאל ריכטיג צו פירן א מערכה דערוועגן. דער רב למשל וואס וועט פירן א מערכה קעגן "וואס איז נייעס" ווייל ער פארקויפט די "ניו יארק פאסט" איז א שוטה און א מושחת.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:55 pm#218315
איז די שאלה ווער מאכט אפ וואו מבדיל צו זיין? ביי דיין מעשה וועט יעדער מודה זיין אז רובין איז געקראכן אויף גראדע ווענט, ביי קול מבשר איז דער בעל המבשר שיחיו אליין מודה אז ער איז נישט געמאכט פאר קינדער, און ער האט טאקע א פאליסי קיינמאל צו אדרעסירן פערזענליך קינדער אין אדווערטיזמענטס וכדומה, (און וויפיל העלפט עס?)
ווידער ביי פינקל'ס יאטקע האט שוין יעדער מודה געווען אז מ'האט געמעגט אונטערברענגען א איד'ס פרנסה.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:58 pm#218318
ATUB @בשבילי! ATUB פארוואס זאל דען א רב נישט האבן די רעכט צו מחליט זיין ווי מען מעג יא יענעם מפסיד זיין און ווי נישט, בפרט דא ביי אינזער פאל קוקט נישט אויס ווי עפעס א צד אין סאטמאר זאל דא עפעס בענעפיטירען פון דאס יא אדער נישט הערן זיין טעלעפאון
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:18 pm#218325
בשבילי! האט געשריבן:איז די שאלה ווער מאכט אפ וואו מבדיל צו זיין? ביי דיין מעשה וועט יעדער מודה זיין אז רובין איז געקראכן אויף גראדע ווענט, ביי קול מבשר איז דער בעל המבשר שיחיו אליין מודה אז ער איז נישט געמאכט פאר קינדער, און ער האט טאקע א פאליסי קיינמאל צו אדרעסירן פערזענליך קינדער אין אדווערטיזמענטס וכדומה, (און וויפיל העלפט עס?)
ווידער ביי פינקל'ס יאטקע האט שוין יעדער מודה געווען אז מ'האט געמעגט אונטערברענגען א איד'ס פרנסה.


קודם ווער זאגט אלע האבן מודה געוועזן ער קריכט אויף גראדע ווענט? ער האט געהאלטן מ׳שפילט זיך ארום מיט הייליגע אותיות, כאילו פון דעם אות ה׳ קען דאס פיסל אראפפאלן וכדו׳, און כפי ששמעתי איז ר׳ הערשלע זעלבס געוועזן גרייט אונטערצושרייבן דעם קול קורא, נאר אויף דער פראגע צו ס׳וועט אים נישט קאסטן דאס טשעפען א איד, האט ר׳ הערשלע געזאגט אז פאר טשעפען א איד באצאלט מען. און די אלע וואס האבן דאס געטון פריעדיגע דורות, זענען גרייט געוועזן צו ליידן פאר כבוד שמים.

קול מבשר קודם, וואו און ווען זאגט ער ס׳איז נישט געמאכט פאר קינדער; אדרבה, פון זיין נישט מעלדן פילע נייעסלעך שיינט דאס צו זיין מיוחד אויך פאר קליינע קינדער. און ווי איך פארשטיי איז דער סאטמערער רבי נישט צופרידן מטעם אזוי גערופענע ציונות.

לגבי פינקל איז דער פראבלעם נישט געוועזן זיין פרנסה. מ׳שטיינס געזאגט: מעקדאנעל׳ס וועט זיך נישט צעקראצן פאר היימישע דעמאניסטראציעס, און די קארפן קעפ מלומדי מלחמה פון חומות הדת זוכן בכלל נישט צו פראטעסטירן דערקעגן.

פינקל איז געוועזן א פשוטער פאפער, ליגנער און גנב. זיך אנגעגעבן אלס מעקלער פון א כשר׳ן יאטקע, און מאכיל געוועזן שלומי אמוני ישראל מיט נבילות וטריפות. הן פון א תורה׳דיגן שטאנדפונקט, און הן פון א מאראלישן שטאנדפונקט, איז ער געוועזן א פאלנער פארברעכער.

בקיצור, זאגסטו אז דו ביזט נישט קיין ארוני?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:25 pm#218326
יויש, מ'פארדרייט דא מיין אשכול אז ס'איז א פחד. לאמיר עס לאזן ביי דעם אז א רב האט רעכט אונטערצוברענגען יעדנ'ס פרנסה אויב עס איז קעגן תורה/מסורה/חסידות/רבי ז"ל, וכו'. דא איז דאך נישט די טענה אז ער פרובירט אונטערצוברענגען יענעמ'ס פרנסה, נאר אז אויב איינער וויל דעם רבי'ן דערלאנגען א קורה אין קאפ אריין צוליב זיינע שקרים, באמערקט ער גלייך אז עס ליגט שוין דעם רבי'ן א ריזיגן קלאץ צווישן די אויגן.
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:47 pm#218330
האדמו"ר מהר"א האט עס נישט גע'אסר'ט, ער האט ס"ה געברענגט דעם עולם צו טראכטן, וואס וואלט דער רבי ז"ל געזאגט אויף אזא זאך
און היות ס'איז דא אנאליזן וואס עס ווערט ארויסגעברענגט היפך שיטתו הבהירה פון רבינו בעל דברי יואל זי"ע און דאס גרעניצט זיך מיט מינות, האט ער געהאלטן ער דארף עס ברענגן צום אווערנעס פאר זיין ציבור
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:17 pm#218347
ראובן האט געשריבן:גאלד, אזויווי איך ווייס אז דו ביסט אן אהרוני, פרוביר איך צו כאפן וויאזוי דיין קאמענטאר איז גינסטיג פאר דיין רבי'ן. כ'קלער אז דו מיינסט צו זאגן אזוי:
באשולדיג נישט מיין רבי'ן אז ער איז א שקרן און א היפאקריט, דאס איז נישט חלילה זיין פערזענליכער פעלער. זע נאר ווי דאס איז איינגעקריצט אין דער די-ען-עי פון סאטמאר, און זיין ברודער האט געטון אקוראט דאס זעלבע.

ראובן: איך רעד נישט פאר "גאלד". כ'בין זיכער אז ער קען אויכעט אויסקלאפן א פאסיגן ענטפער אויף זיין קיבאורד. אבער לפענ"ד איז פשט אין זיין ענטפער לאמור: היות די מערסטע אטאקירער (לכה"פ דא אין שטיבל) זענען פון די מחנה הזאלונים. זאגט ער פשט אוזי. "עטץ האקטץ אויף מיין רעבי'ן איבער זיינע (נארישע און בייזוויליגע) סטעיטמענטס אויף קול מבשר?! ענקער רבי האט דאך אויכעט געזאגט די זעלבע"...\
נ.ב: איך האב געליינט דיין די.ען.עי. רעפארט. ניין פון דארט איז משמע אז דו ביסט נישט סאטמאר. מיין רעפארט איז נאכנישט צוריקגעקומען פון די "לעב"... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:53 pm#218355
קול מבשר איז ס"ה א ביזנעסמאן. ער וואלט פארגעעליינט דערציילונגן פון צדיקים און קוגל רעסעפיס אויב דאס ברענגט אים צוהערער און געלט פון אדווערטייזער. ווי אסך אינדוסטריס ביי חסידים (קאמפויטער געשעפטן, קליידער קלייטן, רעסטוראנטן) רעכנען זיך די פראגמאטישע בעלי בתים מיט די רוח אויפן גאס, ווי דאס ווערטל גייט, די קאסטומער איז אלוועיס רייט. זייענדיג אויף די דיפענסיוו וועט קול מבשר ווארשיינליך איינפירן "רעפארמען" דורך שענקן א שפע פון לא יחרץ פראזן צו די פרומערע צוהערער. אזוי האט דער שטערן געטוהן ווען ער איז געקומען אונטער פייער פון די קנאים, און אזוי פירן זיך אלע פובליקאציעס פריעמטיוולי.

דער פראבלעם פאר קול מבשר איז אבער אז אנדערש ווי מיט צניעות, איז כלל ישראל צוטיילט איבער די פראגע פון פרא-ישראל סענטימענטן. זייענדיג א האטליין, אבער, איז קול מבשר אין אן אייגענארטיגע פאזיציע פאר א לייזונג. ער קען איינפירן אז ביים אריינריפן וועלן די ריפערס בוחר זיין וואספארא סארט דעקונג זיי זיכן:

קול מבשר!

פאר סאטמאר-ארונים דריקט נומבער 1, סאטמאר-זאלונים 2, פאר באבאוו 3, פאר באבוב-45 ע"פ הפסק ד"ת דריקט נישט נומבער 3, פאר פאפא 4, קלז"ב 5, פאר ברוך השם'ס און סייעתא דשמיא'ס אין יעדע זאץ דריקט 6, יעדע צווייטע זאץ 7, פאר אינטערוואיוס מיט פלאכע ביבער היטן 8, פלאכע ביבער היטן און שטאפענע היטן 9, הויכע היטן 10, טראגן מיטן עירוב ב"פ 11, עירוב וומ"ס 12, עסן OU דריקט 13, רינדיגע מצות 14, שטייען אויף סליחות פון ר"ח אלול 15, ניצן פינעף אינטשיגע הושענות 16, משומר פילטער 17, וכו:
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:12 pm#218358
ס'איז ידוע אז דער רבי ז''ל האט נישט געוויסט פון די אלע ווילדע שטיק וואס די חסידים האבן געטון.
צי זאגן אז ער ליינט בכלל נידט קיין צייטונג איז זייער נישט מסתבר, ער איז דאך ממש ווי די פעטער. קלער איך אז ער ליינט נאר דער איד, און ווייסט ניטאמאל אז זיין פארטיי געבט ארויס א וועכנטליכע צייטונג.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:52 am#218444
האדמו"ר מסאטמאר מתבטא בשנית בדברים השקפתיים ברורים
לאחר דבריו בדבר שלושת הנערים החטופים כעת בעניין היציאה למבצע
מי שיוכל להעלות תמליל ו/או הקלטה מדברי מרן האדמו"ר (מהר"א) מסאטמאר ביום הילולת דודו האדמו"ר זצ"ל
בהם תקף את המניעים להחלטה לצאת למבצע צוק איתן האם הסנהדרין הורתה כך??
ושאלות דומות...
מי שיוכל להעלות את הנ"ל תבוא עליו ברכה משמים,
וקסאם לעולם לא ינחת על ראשו אמן.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:52 am#218450
יואליש האט געשריבן:קול מבשר!

פאר סאטמאר-ארונים דריקט נומבער 1, סאטמאר-זאלונים 2, פאר באבאוו 3, פאר באבוב-45 ע"פ הפסק ד"ת דריקט נישט נומבער 3, פאר פאפא 4, קלז"ב 5, פאר ברוך השם'ס און סייעתא דשמיא'ס אין יעדע זאץ דריקט 6, יעדע צווייטע זאץ 7, פאר אינטערוואיוס מיט פלאכע ביבער היטן 8, פלאכע ביבער היטן און שטאפענע היטן 9, הויכע היטן 10, טראגן מיטן עירוב ב"פ 11, עירוב וומ"ס 12, עסן OU דריקט 13, רינדיגע מצות 14, שטייען אויף סליחות פון ר"ח אלול 15, ניצן פינעף אינטשיגע הושענות 16, משומר פילטער 17, וכו:


פאר האקן קרייצען און ווילדע לאזונגען דריקט נומבער 18
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:17 pm#218599
אבי נאך א אשכול קעגן מהר''א אינטערן שלייער פין הויכע ווערטער, אלעס באדערט אים חוץ זיין שנאה
דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:33 pm#220968
אויב איז רעב אהרן׳ס פראבלעם מיט קול מבשר אז סאיז נישט גאמעכט געווארען פאר קינדער, לאמיר עם דערמאנען אז זיינע דרשות זעלבסט זענען אויך נישט געמאכט פאר קינדער... ;)
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:00 pm#221113
אתא קלילא האט געשריבן:אויב איז רעב אהרן׳ס פראבלעם מיט קול מבשר אז סאיז נישט גאמעכט געווארען פאר קינדער, לאמיר עם דערמאנען אז זיינע דרשות זעלבסט זענען אויך נישט געמאכט פאר קינדער... ;)


פארוואס נישט? זאגט ער דען אנדערש ווי וואס שטייט אין שו"ע? קינדער טארן נישט הערן ווי מ'איז מעורר וועגן צניעות?
איך ווייס אז זיינע שונאים האבן אים ליב אראפצורייסן וועגן זיינע דרשות, אבער איז עס טאקע אזוי? איך הער זיינע דרשות און איך זעה נישט וואס איז שלעכט דערמיט, אפשר קלערט איר מיך אויף?
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:02 pm#221115
איך האלט טאקע זאלסט לערנען מיט דיינע קינדער סימן ר"מ

קענסט זאגן אז ער זאגט גארנישט וואס קינדער דארפן נישט וויסן, אבער שטעל נישט אן אזא פנים ווי א תם ווען די פארשטייסט גאנץ גיט אז נישט אלעס וואס שטייט אין שו"ע איז געמאכט פאר קינדער.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:08 pm#221119
דריידל האט געשריבן:איך האלט טאקע זאלסט לערנען מיט דיינע קינדער סימן ר"מ

קענסט זאגן אז ער זאגט גארנישט וואס קינדער דארפן נישט וויסן, אבער שטעל נישט אן אזא פנים ווי א תם ווען די פארשטייסט גאנץ גיט אז נישט אלעס וואס שטייט אין שו"ע איז געמאכט פאר קינדער.

דריידל: דו מיינסט אודאי, שו"ע או"ח סימן ר"פ... :? :lol: :roll: :roll: :roll: :?: :!: :?: :!: :?: :idea: :oops: :oops: :oops: ;) :o :אומגלויבליך:
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:09 pm#221121
יעדער לאכט האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:אויב איז רעב אהרן׳ס פראבלעם מיט קול מבשר אז סאיז נישט גאמעכט געווארען פאר קינדער, לאמיר עם דערמאנען אז זיינע דרשות זעלבסט זענען אויך נישט געמאכט פאר קינדער... ;)


פארוואס נישט? זאגט ער דען אנדערש ווי וואס שטייט אין שו"ע? קינדער טארן נישט הערן ווי מ'איז מעורר וועגן צניעות?
איך ווייס אז זיינע שונאים האבן אים ליב אראפצורייסן וועגן זיינע דרשות, אבער איז עס טאקע אזוי? איך הער זיינע דרשות און איך זעה נישט וואס איז שלעכט דערמיט, אפשר קלערט איר מיך אויף?

ווען בעלזא רבי שליט״א זאל זיך אויפשטעלען ברבים רעדען אזא מין דרשה וואס רעב אהרן האט גערעדט וועגען צניעות אין צעטלעך וואס כביכול מענער ווארפען פאר פרויען אין טקסי דרייווערס וכו׳ די טרייפענע אויגען וכדומה וואלט מען געזאגט אז בעלזא רבי איז די גרעסטער שייגעץ אין הסטוריה
לאמיר זיך נישט נארען רבי אהרן איז זייער א געלונגענער מענטש אין אסאך ענינים, אבער ווען ער מאכט אויף זיין מויל איז צרות, ער קען זיך פארעדען מיט שטותים אין ניבול פה לרחצה ודי בזה
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:10 pm#221123
דריידל האט געשריבן:איך האלט טאקע זאלסט לערנען מיט דיינע קינדער סימן ר"מ

קענסט זאגן אז ער זאגט גארנישט וואס קינדער דארפן נישט וויסן, אבער שטעל נישט אן אזא פנים ווי א תם ווען די פארשטייסט גאנץ גיט אז נישט אלעס וואס שטייט אין שו"ע איז געמאכט פאר קינדער.


איך רעד פון זיינע דרשות. און דו ווייסט גאנץ גוט אז ער רעדט נישט ברבים קיין דרשות פון זאכן וואס מ'לערנט נישט מיט קינדער.
די דרשות וואס ער זאגט איז פון די זאכן וואס מ'מעג און מ'לערנט מיט קינדער אויך, א חלק פון די חינוך.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:14 pm#221126
אתא קלילא האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:אויב איז רעב אהרן׳ס פראבלעם מיט קול מבשר אז סאיז נישט גאמעכט געווארען פאר קינדער, לאמיר עם דערמאנען אז זיינע דרשות זעלבסט זענען אויך נישט געמאכט פאר קינדער... ;)


פארוואס נישט? זאגט ער דען אנדערש ווי וואס שטייט אין שו"ע? קינדער טארן נישט הערן ווי מ'איז מעורר וועגן צניעות?
איך ווייס אז זיינע שונאים האבן אים ליב אראפצורייסן וועגן זיינע דרשות, אבער איז עס טאקע אזוי? איך הער זיינע דרשות און איך זעה נישט וואס איז שלעכט דערמיט, אפשר קלערט איר מיך אויף?

ווען בעלזא רבי שליט״א זאל זיך אויפשטעלען ברבים רעדען אזא מין דרשה וואס רעב אהרן האט גערעדט וועגען צניעות אין צעטלעך וואס כביכול מענער ווארפען פאר פרויען אין טקסי דרייווערס וכו׳ די טרייפענע אויגען וכדומה וואלט מען געזאגט אז בעלזא קבי איז די גרעסטער שייגעץ אין הסטוריה
לאמיר זיך נישט נארען רבי אהרן איז זייער א געלונגענער מענטש אין אסאך ענינים, אבער ווען ער מאכט אויף זיין מויל איז צרות, ער קען זיך פארעדען מיט שטותים אין ניבול פה לרחצה ודי בזה


די דרשות פון וואס דו רעדסט האט ער געזאגט נאר פאר בעלי בתים וואס מ'האט נישט אריינגעלאזט קיין בחורים און קינדער!
ווילסט פארדרייען פאקטן עס צו מאכן אויסזעהן שרעקעדיג? נאו פראבלעם, אבער זאג וואס די ציל איז, אפשר קען איך מיטשפילן...
דרשות וואס ער זאגט ברבים ווי קינדער האבן א זכות כניסה איז גארנישט ראנג.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:16 pm#221128
נישט פארדרייען די שמועס.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:55 pm#221288
berlbalaguleh האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך האלט טאקע זאלסט לערנען מיט דיינע קינדער סימן ר"מ

קענסט זאגן אז ער זאגט גארנישט וואס קינדער דארפן נישט וויסן, אבער שטעל נישט אן אזא פנים ווי א תם ווען די פארשטייסט גאנץ גיט אז נישט אלעס וואס שטייט אין שו"ע איז געמאכט פאר קינדער.

דריידל: דו מיינסט אודאי, שו"ע או"ח סימן ר"פ... :? :lol: :roll: :roll: :roll: :?: :!: :?: :!: :?: :idea: :oops: :oops: :oops: ;) :o :אומגלויבליך:


ר' בערל, ס'זעהט זיך אן אז די ביסט א פארצייטישע איד. ביי די היינטיגע יונגווארג ווייסט יעדע בחור'ל וועגן סימן ר"מ.
אגב אין ישיבה האמיר געלערנט הלכות שבת, די גרינגערע סימנים. מ'האט אנגעהויבן סימן ר"ס און סימן ר"פ האט מען אויסגעלאזט. למעשה מיין איך אז סימן ר"פ האב איך נאך דאס בעסטע געקענט, נאכ'ן מעיין זיין אין אלע מפרשים און נושא כלים