אומדירעקטע תוצאה א׳ - ״דעת תורה, היינו דעת בעלי בתים״
הקדמה
דער אידישער גאס טומלט זיך יעצט איבער׳ן פסק דין אין באבוב, אבער כדרך העולם וועט זיך דאס אפשטילן מיט די צייט. די פרשה איז נאך טאקע נישט פארטיג און ס׳וועלן ווארשיינליך נאך אפיר קומען פרישע עליות וירידות בקרוב ובמשך הזמן, אבער היות עולם כמנהגו נוהג, ונייעס האחרונות משכחות את הראשונות, וועט צום סוף דאס אפעקטירן בעיקר די צוויי צדדים וואס וועלן זיך ספראווען מיט די תוצאות יעדער צד כדרכו.
מ׳קען אבער נישט שטיין פון די זייט און זיך איינרעדן אז דער פסק אפעקטירט בלויז באבוב, ווייל כאטש דער עצם מחלוקת איז טאקע אינערליך, שטעלט דאס אבער פאר השלכות אויך אויפ׳ן רעשט פונעם יהדות החרדית. די תוצאות פון דעם פסק דין און פון די אנדערע מחלוקת׳ער בתוככי החסידות ומבצרי התורה איבער די לעצטיגע יארן, אפעקטירט יעדן איד וואס האט א סכסוך און זוכט לכתחילה זיך צו באגיין עפ״י תורה.
נאך מער, די חסידות מחלוקת׳ער זעלבסט, אן קיין אונטערשייד ווי עס האט נאר אויסגעשלאגן (סאטמאר, ויזניץ, באבוב, וכו׳), אפעקטירט יעדן וואס רופט זיך ״א חסידישער איד״, און ס׳איז ווי א שפיגל וואס שטעלט פאר א מער קלארערע בילד איבער׳ן אידענטיטעט און צוקונפט פון אונז היימישע אידן אינעם איין און צוואנציגסטע׳ן יאר הונדערט.
דערפאר איז וויכטיג צו פארשטיין און אויסצושמועסן וואס די ראמיפיקאציעס פון אט די דין תורות זענען פאר אונז יחידים. נישט אלץ א קרעכץ אדער א זיפץ אויפ׳ן ״סיסטעם״, נאר בבחינת ״תן לחכם ויחכם עוד״, און כדי ס׳זאל נישט פעלן אין הבנה. זאל יעדער בר דעת זיך מתבונן זיין און נישט זיין א צועק לשעבר.
*
אומדירעקטע תוצאה א׳ -
״דעת תורה, היינו דעת בעלי בתים״
מלפנים בישראל, איז א דורכשניטליכער רב (בפרט אין די שטעטלאך) געווען ווי א כלבו, א ת״ח, א מורה הוראה, א דרשן, א בעל תפילה, א בעל מכשיר, א שוחט, וכו׳, כמעט אלעס אינאיינעם געפעקעדזשעט אין איין פערזענליכקייט.
נאכ׳ן קריג האט זיך דער בילד געטוישט, יעדעס פרט פאר זיך האט זיך אויסגעשטעלט אלץ א באזונדערע תפקיד, א רב איז לאו דוקא א מורה הוראה, און א בעל מכשיר איז לאו דוקא א תלמיד חכם. פארט אבער, האבן זיך די סארט בעלי תפקידים מתחילה פאררעכנט אלץ ׳כלי קודש׳ וואס בעצם תורתם אומנתם, און דאס עוסק זיין אין די ענינים אלץ פרנסה איז געווען בבחינת מתן שכרה בצידה.
(לדוגמה, ווען דער סאטמארער רבי זי״ע האט באאויפטראגט דעם וואוידיסלאווער רב ז״ל זיך אריינצולאזן אין כשרות איז נישט געווען קיין רעדע אז דאס זאל פאר אים זיין א מקור חיונה, נאר פשוט אלץ ת״ח, ערליכער איד, און טיכטיגער מענטש, איז ער געווען א פאסיגער קאנדידאט אהערצושטעלן א שטיקל סיסטעם אויף וואס דער ציבור זאל זיך קענען פארלאזן. פון דעם האט עווענטועל ארויסגעשפראצט די ״התאחדות הרבנים״ מחלקת הכשרות, אויך מיט׳ן כוונה צו דינען בלויז דעם ציבור, ביז ס׳איז דע פאקטא פארוואנדלט געווארן אין א ביזנעס.)
היינט, דארף מען קיינעם נישט דערציילן דעם סוד, גייט עס פארקערט. צום אלעם ערשטן זענען די סארט תפקידים א ביזנעס, און ס׳איז פארשטייט זיך בעסער און שטערקער אויב איז דער מדובר אויך א יודע ספר, אבער ס׳איז נישט מוכרח. (יראת שמים איז רעאליסטיש גערעדט שוין נישט אויף די רשימה, ווייל ס׳איז כמעט נישט שייך אפצושאצן דברים שבלב, און יעדער האט זיך זיין אייגענער מעסטער).
דערפאר, איז היינט ע״פ רוב דער משמעות פון א רב, סך הכל איינער וואס פארמאגט א בית המדרש (בעל הבית פונעם בנין אדער העומד בראשו בבחינת בעל עגלה), כלי קודש זענען מלמדי דרדקי אדער מגידי שיעור, דרשנים זענען געלערנטע רעדנער (א טייל, פראפעשענאל׳ס וואס האבן זיך געלערנט דורך מאכן אפפיעל׳ס פאר שנאר אקציעס וכדומה), שוחטים = בלויזע פאכלייט (טייל געוועזענע מוהלים), אאוו״א.
ווען ס׳קומט אבער צו דיינים ומורי הוראה, האט מען זיך אבער איינגערעדט אז דער בילד איז נאך אביסל אנדערש.
מילא די טוענים, זיי זענען אפיציעלע Hired Guns און ביזנעסלייט וואס ניצען אויס זייערע כשרונות און קענטעניסן זיך צו שלאגן פאר׳ן אמת ווען זייער קליענט איז דער גערעכטער, און זענען אויך בפירוש גרייט זיך צו באניצן מיט די תורה כקרדום לחפור בה ווען זייער קליענט איז דער גבר אלים. אבער די דיינים גופא, זיי זענען אריין געטאן ראשם ורובם אין חושן משפט און זוכן קלאר צו מאכן דעם דעת תורה וואס איז היפוך דעת בעלי בתים.
אזוי האט מען אנגענומען בתמימות.
דער פסק דין אין באבוב אבער, צווינגט אונז צו כאפן א נאענטער׳ן בליק און איינזעהן דעם אמת, און כ׳מיין דייקא נישט די טענות פון קארופציע וואס ווערן יעצט געלופטערט ווייל דאס איז בכלל נישט מיין טענה אדער נקודה דא.
די נקודה איז, אז דער דיין איז היינט בעצם א בעל הבית, ער פירט א ביזנעס, צו ס׳איז הכשרים, מוסדות אדער דין תורות, איז א קנאפער אונטערשייד, הצד השוה איז אז זיין דעת ברויך לכאורה נישט פאררעכנט ווערן ווי עפעס אנדערש פון דעת בעלי בתים.
ס׳פארהאן גענוג בעלי בתים וואס זענען שיינע תלמידי חכמים, און ס׳איז קיין שום חסרון נישט אז ס׳זענען אויך פארהאן תלמידי חכמים וואס זענען עוסק אין מסחר. אבער די ליניעס דארפן זיין פעסט און קלאר, און א היינטיגער דיין וואס איז עוסק אין מסחר דארף פארלירן זיין באהויפטונג אלץ ריינער דעת תורה אדער שטעלפארטרעטער פון הלכה.
כ׳בין למעשה נישט אויסן פארצושלאגן וועלכער עס איז בעסער, צו דעת תורה אדער דעת בעלי בתים, דאס ווענדט זיך אלעס לפי המקום והזמן און יעדער מענטש זאל זיך קלויבן וואס אים איז מער פאסיג לויט זיין מצב, אבער אין קיין אילוזיעס טאר מען נישט לעבן און זאלן די צוויי בלייבן פונאנדערגעשיידט.