דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:00 am#219438
Loosening the blockade is our victory not theirs. Lets wish they finally accept it. Gaza is not a place to exist if there are no wars
מאטי האט געשריבן:חמאס האט געטראפן עפעס א פסוק "העברת פי ה' והוא לא תצלח" מוז דאך בע"כ זיין, אז זיי האבן געוואונען.
מנחם האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן![]()
דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע
דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה
דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען
די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע
און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס![]()
היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין
לי יצייר ווען דער סוקסעס זאל ווען זיין גרויס לשיטתך, טוישן זיך די שיטות? די שיטה שטייט נאר ווען עס איז טאקע א עולה פון מדינת ישראל און די מבצע איז דרוכגעפאלן?
מאטי האט געשריבן:מ'דארף אריינעמן אין כלל אז חמאס האט זיך אויך בלויז געוואלט אראפזעצן (און מסכים געווען אויפצוהערן מיט מינימאלע תנאים) אויך ווייל די מד"י פעטש האט זייער זייער וויי געטון.
חרבונה האט געשריבן:@מאטי די קנאים אר הער טו סטעי די וואקסענדע אנטיסעמיטיזעם איז הער טו סטעי
נו לאז די מדינה אביסעל אריינהייבען ...
קדש הילולים האט געשריבן:איז אין לשער די געוואלדיגע אויפטו און הצלת נפשות ממש וואס קומט ארויס פון דעם. נאכאמאל איך האלט נישט פון זייערע פעולות, אבער אין דעם הינזיכט איז זיכער אז זיי טוען אויף.
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
diff האט געשריבן:Mazel tov to the new shidduch, kodesh and kopka
ישראל קאפקע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
איך וואוין נישט נעבן אראבער, און איך טרעף מיר זייער ווייניג מיט אראבער פערזענליך, אבער איך זע טעגליך פאזיטיווע רעפערענצן צו ניטורי קרתא אויף טוויטער, קאמענטארן אויף יוטוב, און קאמענטארן אויף נייעס באריכטן אין די אלגעמיינע נייעס,
פאלעסטינע, אראבישע, און אלגעמיינע מוסלעמענער וואס באציען זיך און הייבן ארויס די חילוק צווישן אידן און ציוניסטן,
(אסאך מאל זענען עס דווקא די קאמענטירער מיט די בורקאס און ניקאבס אדער דער יונגער אראבער מיטן קליינטשיגער בערדל וואס באשגצן די ראסיסטישע נעא נאציס, סקינהעדס, און סתם אייראפעאישע אנטיסעמיטן פארן זייערע אנטיסעמיטישע אויסברוכן!!
זוך וועסטו זען!
קדש הילולים האט געשריבן:@איך אויך,@בערל בעל עגלה: ס׳זעט אויס אז עטס האטס נישט געליינט וואס איך האב געשריבן אויבן, איך ברענג דארט 2 ראיות.
מאטי האט געשריבן:קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..
סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.
און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.
קדש הילולים האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..
סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.
און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.
#1 אונז זעמיר יא מתפלל יעדן טאג אויף די ביטול פון די מלכות המינות, ולמלשינים אל תהי תקוה וכל המינים כרגע יאבדו, ומלכות הרשעה מהרה תעקר וכו׳. אונז האף מיר יא אויף די ביטול המדינה, אזויווי אלע כיתות פונעם ס״מ במשך פון כלל ישראל׳ס היסטאריע. זאל דאס שוין זיין במהרה.
#2 אבער באמת איז די עיקר רעדע דא בנוגע נטרינא, וואס אפילו ווילאנג די מדינה שטייט, איז דאך דא א וועג פון מפרסם זיין פאר די וועלט אז אונז האמיר גארנישט מיט די מדינה און זיי רעדן נישט און אונזער נאמען. מיט דעם נעמט מען אראפ די כעס פון די גוי אויפן יוד בכלליות.
#3 וואס די שרייבסט אז ס׳איז געווען א מיינינג פון גדולי ישראל אז מ׳מעג האבן א מדינה. איז שקר. ס׳גאנצע תירוץ איז אלס געווען אז ״ס׳איז שוין סייווי א מציאות״, אבער אז יודן זאלן מעגן האבן א מדינה מיטן אייגענעם בחירה, איז נישט געווען קיין איין פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן אזוי געהאלטן! אדרבה יעדער האט זיך מתנגד געווען דערצו. אפשר מיינסטו היינטיגע ״גדולים״ אויף דעם איז טאקע נישט כדאי לטפל בדברים...אדער אפשר מיינסטו רב קוק? ער איז פון דיינע גדולים?