Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • נייע רב אין שכינות'דיגן פראספעקט הייטס

קאווע שטיבל • נייע רב אין שכינות'דיגן פראספעקט הייטס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7054
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:00 pm#219866
נייע רב אין שכינות'דיגן פראספעקט הייטס
בעזהשי"ת

דער באקאנטע גאון און מרביץ תורה ר' יששכר כ"ץ שליט"א, איז אויפגענומען געווארן (מיט רוב שטימעס) אלץ "רב" אין בית המדרש "פראספעקט הייטס". ממש דא אין שכינות.
צום ערשטען שבת, פרשת "שופטים ושוטרים תתן לך", וועט דער נייער רב זיין אין שול, און די מעמבערס ווערן געבעהטן זיך צו היימיש-מאכן מיט אים. אויך וועט דער רב זאגן דבר-תורה ביי אלע דריי תפילות.
דער רב - וואס וואוינט אין ניו יארק - וועט זיין אין ברוקלין יעדע צווייטע-דריטע שבת און אויך ימים-טובים.

עס איז צום האפן אז אזא בית המדרש וועט זיין א צענטער פאר מבקשי השם פון וויליאסבורג און בארא פארק.
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:12 pm#219873
:lol:
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:19 pm#219879
עס איז וויכטיג אנצואווייזן אז הרב כ"ץ איז אן אפען-ארטאדאקסישער רב, וואס ווערט נישט פאררעכט ווי ארטאדאקסיש לויט דער "אגודת ישראל" און דער אמעריקאנער "יתד נאמן".
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:44 pm#219908
נו, ביי אונז האט מען דאך נישט געהאלטן פון אגודה און יתד.
פרייטאג אוגוסט 29, 2014 3:48 pm#219909
האב איך דיר דען איינגעטיילט וואס צו טון? יעדער זאל גיין מיט זיין מסורה, און איך האב טאקע נאר געשריבן די אינפארמאציע פאר די וואס נעמען יא זייער השקפה פון דער אגודה אדער יתד.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:14 am#221753
סאַטמער־דערצויגענער רבֿ ווערט פֿירער פֿון מאָדערן־פֿרומער שיל
Satmar-Raised Rabbi Now Heads a Modern Orthodox Synagogue


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

אַ פּראָגרעסיווע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל אין ברוקלין האָט, נאָכן זוכן מער ווי אַ האַלב יאָר, סוף־כּל־סוף, באַקומען אַ נײַעם רבֿ.

הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ וועט איצט דינען ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ (PHS) — אַן אַקטיווע עדה פֿון בערך 50 יונגע פּאָרלעך און משפּחות, וואָס טרעפֿט זיך אין דער אָרטיקער ייִדישער טאָגשול, „לוריא‟. די מיטגלידער זענען, צום גרעסטן טייל, פּראָפֿעסיאָנאַלן און קינסטלער אין די 20ער און 30ער, וועלכע אַרבעטן אין ברוקלין און דרום־מאַנהעטן.

הרבֿ כּ״ץ איז אָבער נישט סתּם אַ רבֿ: ער איז אַ תּלמוד־חכם, דערצויגן אין די סאַטמערער ישיבֿות פֿון וויליאַמסבורג, מיט סמיכה פֿונעם סאַטמערער דיין, ר׳ יחזקאל ראָט. נאָכן דורכמאַכן אַן אייגנאַרטיקן — און צום טייל, ווייטיקדיקן — וואַנדערוועג, איז דער 46־יאָריקער רבֿ הײַנט אַן אָנגעזעענער פּוסק אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסיע, און דינט ווי דער הויפּט פֿון תּלמוד־שטודיעס בײַם רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובֿבֿי־תּורה‟ אין בראָנקס, נ״י — אַ פּאָזיציע וואָס ער וועט ווײַטער אָנהאַלטן, ווײַל זײַן פּאָזיציע אין דער PHS איז דערווײַל אַ טייל־צײַטיקע.

זײַן ערשטער שבת אין דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ (PHS) בעת דעם „לייבאָר־דיי‟ סוף־וואָך האָט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקע באַגײַסטערונג בײַ דער פֿירערשאַפֿט און מתפּללים פֿון דער שיל, און אַ באַשטעטיקונג, אַז זיי האָבן טאַקע ריכטיק געטראָפֿן בײַם אויסקלײַבן הרבֿ כּ״ץ צווישן די בערך 20 געראָטענע אַפּליקאַנטן, וועלכע האָבן זיך אָנגעבאָטן אויף דער שטעלע.

„הרבֿ כּ״ץ איז איינער פֿון די זעלטענע מענטשן, וועלכע האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט ממש אַ וועלט פֿון תּורה־לערנען און התמדה; פֿון אַ יונגן עלטער שוין אָנערקענט געוואָרן ווי אַן עילוי, און פֿון דעסטוועגן, האָט ער באַשלאָסן צונויפֿצובינדן זײַן געוואַלדיק למדנות מיט אַ פּראָגרעסיווער השקפֿה אין די ראַמען פֿון הלכישער ייִדישקייט,‟ האָט יונתן רײַך, דער פּרעזידענט פֿון דער שיל, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.

נאָך איידער די PHS האָט אָנגעהויבן זוכן אַ רבֿ, האָבן אַ צאָל מיטגלידער שוין געוווּסט וועגן הרבֿ כּ״צס פֿעיִקייטן, דורך זײַן אַרבעט ווי דער הויפּט פֿון לימודי־קודש אין דער „לוריא־שול‟, די אומאָפּהענגיקע ייִדישע טאָגשול, בײַ וועמען די PHS דינגט אָרט פֿאַרן דאַווענען יעדן שבת און יום־טובֿ.

„בעת דעם פּראָצעס פֿון זוכן אַ רבֿ, האָט מען געהאַלטן אין איין דערמאָנען זײַן נאָמען, ווײַל מענטשן האָבן געוווּסט וועגן זײַן גוטער רעפּוטאַציע אין לוריא,‟ האָט באַמערקט מיטשעל בעקריצקי, דער פֿריִערדיקער פּרעזידענט פֿון PHS. „אָבער זײַן גרעסטע מעלה איז וואָס ער קאָן אַזוי גוט די הלכה, און איז באַרימט פֿאַר זײַן דערפֿאַרונג ווי אַ געראָטענער פּוסק.‟

דערבײַ האָט באַקריצקי צוגעגעבן: „אונדזער שיל איז אָרטאָדאָקס, אָבער מיר באַמיִען זיך אויך צו טאָן געוויסע זאַכן, וואָס זענען נאָך אַ ביסל פֿרעמד פֿאַר אַן אָרטאָדאָקסישער שיל. הרבֿ כּ״ץ קאָן אונדז העלפֿן אָנצוטאַפּן דעם נײַעם וועג, ווײַל זײַנע תּשובֿות זענען רעספּעקטירט אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער וועלט.‟

נישט געקוקט אויף אַלע זײַנע מעלות, איז אָבער יאָ דאָ אַ חסרון, וואָס האָט לכתּחילה באַזאָרגט אַ טייל פֿון די מיטגלידער פֿון דער PHS: ער האָט נאָך קיין מאָל נישט אָנגעפֿירט מיט אַ בית־הכּנסת, נישט אַפֿילו ווי אַ פּראַקטיקאַנט אָדער געהילף־רבֿ.

נשירה פּערל, אַ 25־יאָריקע מוזיק־לערערין און אַקטיווע מיטגלידין פֿון דער שיל, האָט טאַקע געהאַט ספֿקות, צי ער איז דער פּאַסיקסטער קאַנדידאַט, ווען ער האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג געהאַלטן אַ דרשה פֿאַר די מתפּללים. „ער האָט געניצט פֿאַרשידענע ווערטער און אויסדרוקן אויף ייִדיש און לשון־קודש, אָן קיין איבערזעצונג, און האָט דערמאָנט מפֿורשים אָן אַ דערקלערונג,‟ האָט זי געזאָגט. „ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַרט, אַז ער איז פּשוט נישט גענוג צוטריטלעך פֿאַר די צוהערער, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין ישיבֿה־דערציִונג.‟

פּערלס אײַנדרוק האָט זיך זינט דעמאָלט אָבער געביטן. „מע האָט פֿאַרבעטן די מיטגלידער אויף אַ ׳שאלות־און־תּשובֿות׳ באַגעגעניש מיט אים,‟ האָט זי דערציילט. „ערשט דעמאָלט האָב איך דערזען ווי פֿרײַנדלעך ער איז, ווי גרייט ער איז צו דערקלערן זײַן וועלטבאַנעם. און ווען איך האָב אים געפֿרעגט, ווי וויכטיק איז זײַן באַציִונג צו די אַקטיוויטעטן פֿון PHS מחוץ שבת און יום־טובֿ, האָט ער געענטפֿערט: ׳זייער וויכטיק, נאָך וויכטיקער ווי אָנפֿירן מיטן דאַווענען׳. דאָס איז מיר געווען זייער חשובֿ, ווײַל ס׳האָט מיר געוויזן, אַז ער וועט נישט בלויז זײַן אַ פֿירער פֿון דער קהילה, אָבער אויך אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער קהילה.‟

דערצו האָט זי אַ סך מער הנאה געהאַט פֿון זײַן לעצטער דבֿר־תּורה, אויפֿן „לייבאָר־דיי‟־שבת: „דאָס מאָל האָט ער איבערגעזעצט אַלע פֿרעמדע ווערטער, און כ׳האָב באמת געקענט אָפּשאַצן וואָס ער זאָגט.‟

נישט געקוקט אויף אַלע שבֿחים וואָס מע גיט אים אָפּ, איז הרבֿ כּ״ץ דווקא אַ באַשיידענער מענטש. זיצנדיק אין אַ קאַפֿע אין צענטער־מאַנהעטן די פֿאַרגאַגענע וואָך, האָט ער געזאָגט, אַז זײַן גרעסטע הנאה בײַם באַקומען די פּאָזיציע אין PHS איז, וואָס עס גיט אים אַ געלעגנהייט צו לערנען תּורה מיט די מתפּללים.

„מײַן פּלאַן פֿאַר דעם יאָר איז צו לערנען מיט זיי הלכות שמיטה,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ ברייטן שמייכל. „נישט בלויז די טעאָלאָגישע פּרינציפּן דערפֿון, נאָר אויך פֿאַר וואָס דאָס איז אַזוי וויכטיק אין שײַכות מיט דער סאָציאַלער גערעכטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט בכלל. ווי עס לערנט אונדז: ואכלו אַבֿיוני עמך, סע זאָל זײַן גענוג עסן אויך פֿאַר די אָרעמע.‟

דער פּראָגרעסיווער צוגאַנג פֿון PHS איז אים טאַקע נאָענט צום האַרצן; נישט בלויז וואָס שייך העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע, נאָר אויך מיט זייער שטרעבונג צו געבן פֿרויען אַ גרעסערע ראָלע בײַם דאַווענען, לויט די ראַמען פֿון דער הלכה. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אָרטאָדאָקסישע שילן, דערלויבט די PHS, אַז אַ פֿרוי זאָל עפֿענען דעם אָרון־קודש, טראָגן די ספֿר־תּורה איבער דער ווײַבערשיל, און לייענען פֿאַר די מתפּללים די תּפֿילות פֿאַר דער רעגירונג אויף ענגליש און די תּפֿילה פֿאַר מדינת־ישׂראל אויף לשון־קודש.

דאָס איז, אַוודאי, אַ ווײַטער שפּרונג פֿון הרבֿ כּ״צס דערציִונג אין דער סאַטמערער קהילה. דער זון פֿון אַ סאַטמערער טאַטן און אַ פּופּער מאַמען, האָט דער יונגער ישׂשׂכר פֿאַרבראַכט יעדן ווינטער און זומער אין די סאַטמערער לערן־אַנשטאַלטן, אַחוץ עטלעכע זומערן, ווען מע האָט אים געשיקט אין אַ פּופּער זומער־לאַגער. „דאָרט איז שוין געווען מער ׳מאָדערן׳, ווײַל מע האָט אונדז געלאָזט שפּילן ׳פֿריזבי׳,‟ האָט ער געזאָגט מיט אַ שמייכל.

צו 17 יאָר האָט מען אים געשיקט זיך לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה אין ירושלים — אַ מאָדנער באַשלוס, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז בריסק איז אַ ליטיווישע (דאָס הייסט, מתנגדישע) ישיבֿה, נישט קיין חסידישע.

„אמת, ס׳איז ליטוויש, אָבער די שיטה האָט געשטימט מיט דער סאַטמערער שיטה ווײַל ביידע זענען געווען אַנטי־ציוניסטיש,‟ האָט הרבֿ כּ״ץ דערקלערט. „אָבער אויך צוליב אַ צווייטער סיבה: די ליטווישע לייגן דעם טראָפּ אויף הלכה. די סאַטמערער באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון הלכה, אַ סך מער ווי די אַנדערע חסידישע גרופּעס. און דער רבי האָט טאַקע שטאַרק געהאַלטן פֿון ר׳ אַהרן קאָטלערן.‟

הרבֿ קאָטלער איז געווען דער גרינדער פֿון „בית מדרש גבֿוה‟ אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי, און ממש דער „רבי‟ פֿון דער מאָדערנער „ישיבֿהשער‟ באַוועגונג אין אַמעריקע.

דער יונגער ישׂשׂכור האָט פֿרי חתונה געהאַט און געהאַט דרײַ קינדער, אָבער מיט דער צײַט האָט ער זיך געפֿילט דערשטיקט פֿון דער שטרענגקייט פֿונעם חסידישן לעבן־שטייגער, און דערפֿילט, אַז ער מוז אַוועק. ער און זײַן פֿרוי האָבן זיך געגט, און ער איז אַוועק „אין דער פֿרעמד‟ זיך אויסלעבן ווי אַ מאָדערנער פֿרומער ייִד.

„מײַנע עלטערן האָט עס אַוודאי נישט געשמעקט, מיר האָבן זיך אַלע געמוטשעט,‟ האָט ער געזאָגט. פֿון דעסטוועגן, האָט זײַן משפּחה קיין מאָל נישט איבערגעריסן די באַציִונגען מיט אים. „הײַנט וווינען זיי אַלע אין באָראָ־פּאַרק, מ׳איז שוין מער ׳אויפֿגעקלערט׳.‟

ווען ער פֿאָרט, פֿון צײַט צו צײַט, אַהיים צו די עלטערן, נעמט מען אים טאַקע וואַרעם אויף. ער ברענגט מיט זײַן צווייטע פֿרוי, שאַראָן פֿלאַטאָ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס אין ברוקלין־קאָלעדזש, און זייערע צוויי ייִנגלעך, אַבֿי און גבֿריאל. „ווען איך קום אַהין, טו איך זיך אָן דעם סאַטמערער לבֿוש,‟ האָט ער דערקלערט. און נישט געקוקט אויף דעם, וואָס הרבֿ כּ״ץ איז אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט, פֿאַרבעט מען אים ווײַטער גיבן שיעורים אין בית־מדרש.

הרבֿ כּ״ץ האָפֿט, אַז זײַן איבערגאַנג פֿון אַ חסיד צו אַ מאָדערן־פֿרומער ייִד וועט אויך קאָנען אינספּירירן אַנדערע געוועזענע חסידים צו טאָן דאָס זעלבע. ער און אַ חבֿר פֿון דענווער, קאָלאָראַדאָ האָבן געגרינדעט אַ וועבזײַט פֿאַר חסידים, וואָס קלערן צו פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, וווּ מע גיט זיי חיזוק, און עצות ווי אַזוי צו לייזן דעם שווערן מצבֿ אויף אַ גײַסטיק געזונטן אופֿן: m http://www.frumandstuck.com m .

„דער אמת איז: די ווענט פֿון געטאָ זענען זיך צוזאַמענגעפֿאַלן, און די רבנים ווייסן עס,‟ האָט ער באַטאָנט. „נאָך אַן איסור, נאָך אַ חרם, ס׳העלפֿט שוין גאָרנישט… טאַקע דערפֿאַר וויל איך טאָן וואָס איך קען צו העלפֿן די מענטשן, וואָס זוכן אַ נײַעם וועג.‟

m http://m.yiddish.forward.com/articles/1 ... -sy/?p=all m
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:42 am#221759
Background
Rabbi Ysoscher Katz received ordination in 1986 from Rabbi Yechezkel Roth, dayan of UTA Satmer. Rabbi Katz studied in Brisk and in Yeshivat Beit Yosef, Navaradok for over ten years. A graduate of the HaSha’ar Program for Jewish Educators, Rabbi Katz has taught at the Ma’ayanot Yeshiva High School for Girls and SAR High School. He was a leading teacher of a daf yomi class in Boro Park for over eight years.
In addition to his new role as the Rabbi of PHS, Rabbi Katz is currently the Chair of the Department of Talmud and the Director of the Lindenbaum Center for Halakhic Studies at Yeshivat Chovevei Torah. He is also the Director of Judaic Studies at the Luria Academy of Brooklyn.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am#221761
outspoken האט געשריבן:Background
Rabbi Ysoscher Katz received ordination in 1986 from Rabbi Yechezkel Roth, dayan of UTA Satmer. Rabbi Katz studied in Brisk and in Yeshivat Beit Yosef, Navaradok for over ten years. A graduate of the HaSha’ar Program for Jewish Educators, Rabbi Katz has taught at the Ma’ayanot Yeshiva High School for Girls and SAR High School. He was a leading teacher of a daf yomi class in Boro Park for over eight years.
In addition to his new role as the Rabbi of PHS, Rabbi Katz is currently the Chair of the Department of Talmud and the Director of the Lindenbaum Center for Halakhic Studies at Yeshivat Chovevei Torah. He is also the Director of Judaic Studies at the Luria Academy of Brooklyn.


נעבעך א בראך. כ׳דענק אים נאך ווען ער האט געהאט דעם חסידישן חן. ער איז געווען א איידעם ביי ר׳ קאפעל שווארץ בעמח״ס ?
יששכר׳ס זין איז א מעשה פאר זעך.
זיי ווילן אנדערע זאלען זיי נאך טון פארלאזען די וועגן פון אונזערע פרומע תורה טרייע עלטערן? א שרעק!
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:25 pm#221778
ATUB @דער שכן ATUB איך האב אן עצה פאר דיר, צו מונע זיין א "בראך" און א "שרעק". - ווייז אביסל דיין "חסידישע חן" וואס דו האסט, אפשר וועלן אנדערע דיר נאכטוהן... אויפדערווייל זעהט אויס דיינע "פרומע עלטערן" האבן דיר אנגעזייט מיט שווארצע גלעזער און דיפרעסיע.

און די מעשה מיט דיין גע'גטע שוועגרין איז א פרשה פאר זעך.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:35 pm#221781
עוזר און טרינקער ,יא דער גרויסער חכם האט געזאגט משנאך ה' אשנא! עס איז נישט דא קיין שום ענין צו זיין 'נייס' צו כופרים. וועם עס געפעלט נישט קען זיך אריבערפעקלן צום 'דת הרחמים' (כאטשיק עס איז נישט געווען אין היסטאריע נאך אזא אומטאלערירע רעליגיע ווי קריסענטום) אבער אוטענטישע אידישקייט איז אויסדרוקליך נישט א רעליגיע וואס הייסט 'טאלארירן' כופרים און שקצים.

איך זאג נישט דער שנה ופירש כ''ץ איז א כופר אבער ווען מען זעהט ווי די באקאקטע אידישיסטן כאפן זיך צו צו עם ווי פאר א געבראטנס זאגט עס גאר אסאך כמאמר העולם אמור לי מי חבריך ואומר לך מי אתה.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:43 pm#221785
ATUB @קאווע טרינקער ATUB
אנשטאט בריקענען א יעדער וואס שרייבט שלא לפי רוחך.
וואלט איך דיר מייעץ געווען צושרייבען א געהעריגע אנאליז,פון דעם רב,וואס זענען זיינע שיטות,פאלגט ער נאך די שו״ע ונו״כ,גלייבט ער און תורה מן השמים,וואס זענען די דיפרעינצין צווישען חובבי תורה און קאנסערטיווטיווען,און וואס זענען די דיפרעינצין צווישען YU און YCT.
ודברי חכמים בנחת נשמעים.
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:53 pm#221792
ר' קאפיל שווארץ מחבר ספר יקב אפרים.
וועמענס זוהן איז דער יששכר?
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:56 pm#221793
איינגעמיירעט האט געשריבן:@קאווע טרינקער
אנשטאט בריקענען א יעדער וואס שרייבט שלא לפי רוחך.
וואלט איך דיר מייעץ געווען צושרייבען א געהעריגע אנאליז,פון דעם רב,וואס זענען זיינע שיטות,פאלגט ער נאך די שו״ע ונו״כ,גלייבט ער און תורה מן השמים,וואס זענען די דיפרעינצין צווישען חובבי תורה און קאנסערטיווטיווען,און וואס זענען די דיפרעינצין צווישען YU און YCT.
ודברי חכמים בנחת נשמעים.

איך וועל דיר זאגן דעם אמת! "איך ווייס נישט". וואס איז טאקע די חילוק? וואס איז די חילוק פון באבוב 45 און 48? UTA און YKY?
זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 1:33 pm#221807
וואס איז דאס YKY ?
ווען סקומט צו ראביסטיווע ווי למשל די חילוק צווישען באבוב 48,45,צו בכלל פארשטיין וואס איז דאס באבוב,וואס מיינט א באבובער,וואס איז דאס ״פאפא און וואס מיינט א פאפענער,און וואס איז די עומק החילוק צווישען פאפא וומס״ב און פאפא מאנסי.וכדו וכדומה.
אויף דיע אלע זאכען האט מען אונז געלערענט אז דאס זענען דברים עמוקים ונסתרים,גאר הויעכע זאכען ובמופלא ממך אל תדרוש,ואפס קצהו תדרוש מהספרים העמוקים ״העולם החרדי״ ״די וואך״ וכל השמות למיניהם,משם יכולים להשיג אפס קצהו.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:08 pm#222166
קאווע טרינקער האט געשריבן:@דער שכן איך האב אן עצה פאר דיר, צו מונע זיין א "בראך" און א "שרעק". - ווייז אביסל דיין "חסידישע חן" וואס דו האסט, אפשר וועלן אנדערע דיר נאכטוהן... אויפדערווייל זעהט אויס דיינע "פרומע עלטערן" האבן דיר אנגעזייט מיט שווארצע גלעזער און דיפרעסיע.

און די מעשה מיט דיין גע'גטע שוועגרין איז א פרשה פאר זעך.


אינטערעסאנט אז ר׳ יחזקא׳ל ראטה איז גוט ווען זיי ווילן ארויסברענגען אז ששכר האט די הוראה!..

וועימענס גע׳גט׳ע שוועיגערין?

די אללע זאכן וואס ער טוט א קעגן וואס ביי או ז איז געווען הייליג איז שוין א קעגן די תורה הקדושה ממש. כ׳האב נישט שווארצע בריללען. איך ווייס נאר אז מיר דארפן קלאמערן צום דרך וואס מען האט אונז אויפגעצויגן אונזערע טאטעס, זיידעס, רבי׳ס. זיי האבען געוואוסט און פארשטאנען בעסער וויאזוי צו זיין א איד און בלייבן א איד. יששכר עט-דיס-פוינט אין מיין דיקשענערי איז געווארן א מסית און מדיח. ער איז נעבעך פארדארבן. ווארשיינליך ביזטו נישט בעסער.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:47 pm#222180
דער שכן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:@דער שכן איך האב אן עצה פאר דיר, צו מונע זיין א "בראך" און א "שרעק". - ווייז אביסל דיין "חסידישע חן" וואס דו האסט, אפשר וועלן אנדערע דיר נאכטוהן... אויפדערווייל זעהט אויס דיינע "פרומע עלטערן" האבן דיר אנגעזייט מיט שווארצע גלעזער און דיפרעסיע.

און די מעשה מיט דיין גע'גטע שוועגרין איז א פרשה פאר זעך.


אינטערעסאנט אז ר׳ יחזקא׳ל ראטה איז גוט ווען זיי ווילן ארויסברענגען אז ששכר האט די הוראה!..

וועימענס גע׳גט׳ע שוועיגערין?

די אללע זאכן וואס ער טוט א קעגן וואס ביי או ז איז געווען הייליג איז שוין א קעגן די תורה הקדושה ממש. כ׳האב נישט שווארצע בריללען. איך ווייס נאר אז מיר דארפן קלאמערן צום דרך וואס מען האט אונז אויפגעצויגן אונזערע טאטעס, זיידעס, רבי׳ס. זיי האבען געוואוסט און פארשטאנען בעסער וויאזוי צו זיין א איד און בלייבן א איד. יששכר עט-דיס-פוינט אין מיין דיקשענערי איז געווארן א מסית און מדיח. ער איז נעבעך פארדארבן. ווארשיינליך ביזטו נישט בעסער.

וואלסטו אפשר געווען וויליג אהער צו דערלאנגען א קאפי פון דיין דיקשאנערי?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:59 pm#222183
יואב האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:@דער שכן איך האב אן עצה פאר דיר, צו מונע זיין א "בראך" און א "שרעק". - ווייז אביסל דיין "חסידישע חן" וואס דו האסט, אפשר וועלן אנדערע דיר נאכטוהן... אויפדערווייל זעהט אויס דיינע "פרומע עלטערן" האבן דיר אנגעזייט מיט שווארצע גלעזער און דיפרעסיע.

און די מעשה מיט דיין גע'גטע שוועגרין איז א פרשה פאר זעך.


אינטערעסאנט אז ר׳ יחזקא׳ל ראטה איז גוט ווען זיי ווילן ארויסברענגען אז ששכר האט די הוראה!..

וועימענס גע׳גט׳ע שוועיגערין?

די אללע זאכן וואס ער טוט א קעגן וואס ביי או ז איז געווען הייליג איז שוין א קעגן די תורה הקדושה ממש. כ׳האב נישט שווארצע בריללען. איך ווייס נאר אז מיר דארפן קלאמערן צום דרך וואס מען האט אונז אויפגעצויגן אונזערע טאטעס, זיידעס, רבי׳ס. זיי האבען געוואוסט און פארשטאנען בעסער וויאזוי צו זיין א איד און בלייבן א איד. יששכר עט-דיס-פוינט אין מיין דיקשענערי איז געווארן א מסית און מדיח. ער איז נעבעך פארדארבן. ווארשיינליך ביזטו נישט בעסער.

וואלסטו אפשר געווען וויליג אהער צו דערלאנגען א קאפי פון דיין דיקשאנערי?


גיב דיר דיין פעקס נומער, ביטע.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:02 pm#222184
גיב *מיר דיין פעקס נומער, ביטע. אדער דיין היים אדרעססע...
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:25 pm#222330
דער שכן האט געשריבן:
די אללע זאכן וואס ער טוט א קעגן וואס ביי או ז איז געווען הייליג איז שוין א קעגן די תורה הקדושה ממש.


כ'האב געפרעגט יששכר און ער טענה'ט אז ביזט ערענסט מגזם. ער איז קעגן די תורה ממש? ער אייסערט זיך אז ער האט קיינמאל, קיינמאל נישט מעביר סדרה געווען אין די משכיל'ישע עוד והדר תרגום.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:40 am#222423
קען דא איינער פאר א פריעקען יאר ענטפערען וועמענס זוהן ער איז??
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:04 am#222731
יואליש האט געשריבן:
דער שכן האט געשריבן:
די אללע זאכן וואס ער טוט א קעגן וואס ביי או ז איז געווען הייליג איז שוין א קעגן די תורה הקדושה ממש.


כ'האב געפרעגט יששכר און ער טענה'ט אז ביזט ערענסט מגזם. ער איז קעגן די תורה ממש? ער אייסערט זיך אז ער האט קיינמאל, קיינמאל נישט מעביר סדרה געווען אין די משכיל'ישע עוד והדר תרגום.


דאס טוט ער ווייל ער איז נישט פרום. איך אלץ פרומער בין מחמיר און איך שטיי ווייט פון אלע תרגום'ס ביז בית דין וועט מוציא לאור זיין א פסק וועלעכע תרגום איז מסיני.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:12 pm#223595
אַן אַרטיקל פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ די פֿאַרגאַנגענע וואָך, וועגן דעם נײַעם רבֿ פֿון דער „פּראָספּעקט הײַטס שיל‟ אין ברוקלין, נ״י, האָט אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקן אינטערעס בײַ די לייענער, בפֿרט וואָס שייך דער לעבנס־געשיכטע פֿונעם רבֿ.
ר׳ ישׂשׂכר כּ״ץ, וועלכער איז דערצויגן געוואָרן אין די סאַטמערער ישיבֿות און וואָס זײַן סמיכה איז פֿון אַ סאַטמערער דיין, איז הײַנט דער הויפּט פֿון תּלמוד־שטודיעס אינעם פּראָגרעסיוון מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובֿבֿי תּורה‟. מענטשן האָבן געוואָלט וויסן: ווי אַזוי איז אַזאַ איבערגאַנג פֿאָרגעקומען? וואָס האָט משפּיע געווען אויף הרבֿ כּ״ץ צו פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, בפֿרט אַז ער איז סײַ־ווי פֿאַרבליבן שומר־מיצוות, אין פֿאַרגלײַך מיט אַזוי פֿיל אַנדערע געוועזענע חסידים, וועלכע האָבן אָפּגעוואָרפֿן דעם רעליגיעזן לעבנס־שטייגער?
איין זאַך באַטאָנט הרבֿ כּ״ץ, ווען מע פֿרעגט אים די שאלות: זײַן פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט איז בשום־אופֿן נישט געווען פֿאַרבונדן מיט קיין אומגליקלעכע קינדער־יאָרן. „ס׳רובֿ פֿון די מענטשן, וועלכע פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט, האָבן געליטן פֿון אַ צעבראָכענער היים, אָדער געוויסע פֿרומע ייִדן האָבן זיי שטאַרק באַעוולט, אָבער בײַ מיר איז געווען פּונקט פֿאַרקערט. מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געהאַט אַ גליקלעך צוזאַמענלעבן און געשאַפֿן פֿאַר אונדז, קינדער, אַ ליבע, וואַרעמע היים,‟ האָט הרבֿ כּ״ץ דערקלערט.
שוין ווי אַ קינד האָט ישׂשׂכר שטאַרק ליב געהאַט צו לערנען גמרא און ער האָט זיך בײַ דעם אויסגעצייכנט. אָבער וואָס עלטער ער איז געוואָרן, אַלץ מער האָבן אים די סאַטמערער ספֿרים אויסגעזען נישט גענוג טיף, און אָן ניואַנסן. ער איז נישט געווען דער איינציקער, וואָס האָט אַזוי געמיינט. אין די אָנהייב־1980ער זענען אַ וואַקסנדיקע צאָל סאַטמערער ישיבֿה־בחורים געקומען צו דער זעלבער מסקנה און אָנגעהויבן לייענען בשתּיקה די מער מיסטישע ליובאַוויטשער ספֿרים. „בײַ אונדז האָט ליובאַוויטש אויסגעזען מער סאָפֿיסטיצירט, שאַפֿעריש און דרייסטער ווי אַלע אַנדערע חסידישע השקפֿות,‟ האָט כּ״ץ געזאָגט.
דאָס זענען געווען שווערע צײַטן פֿאַר דער סאַטמערער פֿירערשאַפֿט. זעענדיק ווי זייערע געניטסטע תּלמידים — ממש די פּני — ווערן באַצויבערט פֿון חב״ד־ליובאַוויטש און ווערן אַפֿילו אַליין ליובאַוויטשער חסידים, האָבן די סאַטמערער רבנים זיך גוט איבערגעשראָקן, און ס׳האָט זיך צעוואָקסן אַ הייס מחלוקת צווישן די צוויי גרופּעס. אָפֿט מאָל האָט עס געפֿירט ממש צו קלעפּ. דער הויכפּונקט איז געווען דער טרויעריק־באַרימטער אַטאַק אין יוני 1983 אויף הרבֿ מענדל וועכטער — אַ סאַטמערער, וועלכער איז געוואָרן אַ ליובאַוויטשער רבֿ, און האָט, זאָגט מען, געבראַכט כּמעט צוואָנציק סאַטמערער בחורים צו חב״ד־ליובאַוויטש.
לויט אַ באַריכט פֿון דער AP, איז וועכטער פֿאַרכאַפּט געוואָרן לעבן זײַן הויז דורך עטלעכע מאַסקירטע מענער, וועלכע האָבן אים אַרײַנגעשטופּט אין אַן אויטאָ, אָפּגעשוירן זײַן באָרד, אים אויסגעטאָן ביז צו די תּחתּונים און אים אַרויסגעוואָרפֿן אויף דער גאַס. דער אַטאַק, און ענלעכע אַטאַקן אויף אַנדערע ליובאַוויטשער, האָט אויפֿגעטרייסלט די יונגע סאַטמערער „אויפֿשטענדלער‟, אָבער האָט פֿאָרט נישט אויסגעלאָשן זייער דאָרשט צו לייענען די ליובאַוויטשער ספֿרים.
ישׂשׂכר האָט אַליין אָנגעהויבן לייענען די תּניא, דער מיסטישער ספֿר פֿון חב״ד. ס׳איז אים גאָר נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז די רבנים אין דער ישיבֿה וועלן זיך דערוויסן דערפֿון. אָבער ווי זאָגט מען: דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט.
„די רבנים פֿון דער ישיבֿה האָבן באַמערקט, אַז עס פֿעלן געוויסע ספֿרים אין דער ביבליאָטעק,‟ האָט כּ״ץ דערציילט. „כ׳האָב שוין געהאַט אַ שטיקל שם פֿאַר אַ ביבליאָפֿיל, האָבן זיי מיך גלײַך חושד געווען אין האָבן געלקחנט די ספֿרים. האָבן זיי זיך אַרײַנגעריסן אין מײַן שלאָפֿצימער אין דער ישיבֿה, געזוכט אומעטום. די פֿאַרלוירענע ספֿרים האָבן זיי נישט געפֿונען, אָבער די תּניא — יאָ.‟
דערשוידערטע, האָבן די רבנים תּיכּף אַרויסגעוואָרפֿן ישׂשׂכר פֿון דער ישיבֿה. „זיי וואָלטן עס אפֿשר פֿאַרקוקט, ווען כ׳וואָלט בלויז געלייענט די תּניא, נאָר זיי האָבן אויך געפֿונען דאָרט די הגההות פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, און דאָס האָבן זיי מיר שוין נישט מוחל געווען.‟
דאָס פֿאַרטרײַבן ישׂשׂכר פֿון דער ישיבֿה איז געווען דער ערשטער רינג אין אַ קייט פֿון געשעענישן, וואָס האָבן צום סוף דערפֿירט צו זײַן פֿאַרלאָזן די סאַטמערער קהילה אין גאַנצן.
בײַ זײַנע טאַטע־מאַמע איז דאָס אַרויסוואַרפֿן אים פֿון דער ישיבֿה געווען אַ גרויסער קלאַפּ, ווײַל זיי האָבן שטאַרק געוואָלט, אַז זייער פֿעיִקער זון זאָל זיך ווײַטער לערנען. נאָכן איבערשמועסן זיך, האָבן זיי אים געשיקט קיין ירושלים זיך לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה. נאָך איין יאָר זיך לערנען, איז ער אַהיימגעקומען, חתונה געהאַט, און איז מיט זײַן ווײַבל ווידער אַוועק קיין ירושלים, כּדי ממשיך צו זײַן דאָס לערנען אין דער בריסקער ישיבֿה. און דער אמת איז, בריסק איז אים געפֿעלן געוואָרן. אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן טעאָלאָגישער אַנטוישונג אין סאַטמער, האָט כּ״ץ הנאה געהאַט פֿונעם ערנסטן לערנען אין דער ליטווישער ישיבֿה, און האָט אָנגענומען זייערע חומראות.
„איך בין געוואָרן אַ מתמיד בײַם פֿאָלגן די הלכה; קיין פּשרות נישט… אין תּוך אַרײַן — מער פֿאַנאַטיש,‟ האָט ער געזאָגט. צווישן די חומראות, וואָס ער האָט אָנגענומען, איז געווען דאָס פֿאַרווערן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג אַרום אַ ראַיאָן, כּדי ייִדן זאָלן קאָנען טראָגן אום שבת. לויט דער שטרענגער אויסטײַטשונג, איז אַן עירובֿ אַ פֿאַלשער מיטל זיך אַרויסצודרייען פֿון דער הלכה. איין פּועל־יוצא פֿון נישט האָבן אַן עירובֿ איז, אַז מע קאָן נישט שטופּן קיין וועגעלע. „אָן אַן עירובֿ, הייסט עס, מוזן פֿרויען מיט יונגע קינדער בלײַבן אין הויז אַ גאַנצן שבת,‟ האָט כּ״ץ דערקלערט.
דאָס פּאָרפֿאָלק האָט מיט דער צײַט זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע און געהאַט דרײַ קינדער. כּ״ץ האָט יעדן טאָג געלערנט אין אַ כּולל, אַ ישיבֿה פֿאַר חתונה־געהאַטע מענער, און האָט אין אַ שיל אין באָראָ־פּאַרק געגרינדעט אַ דף־יומי שיעור — אַ טאָג־טעגלעכער גמרא־קלאַס — פֿאַר מענער, וועלכע אַרבעטן אַ גאַנצן טאָג. דער שיעור האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם און האָט מיט דער צײַט צוגעצויגן 80־100 ייִדן פֿון אַלע חסידישע שיטות און פֿאַכן, אַרײַנגערעכנט פֿינאַנציסטן, מלמדים, געפֿילטע פֿיש־הענדלער און אינסטאַלאַטאָרן.
אין דער זעלבער צײַט האָט אָבער אָנגעהויבן זיך צו צעפֿאַלן זײַן צוזאַמענלעבן מיט זײַן פֿרוי. „זי איז געווען גליקלעך, אָבער איך — נישט, ווײַל ס׳איז מיר געווען קלאָר ווי דער טאָג, אַז מיר זענען נישט קיין פּאָר,‟ האָט ער דערקלערט. „כ׳האָב אײַנגעזען, אַז שולדיק איז די גאַנצע סיסטעם פֿון סאַטמער, ווײַל די קהילה נעמט בכלל נישט אין באַטראַכט ווי וויכטיק עס איז, אַז מאַן און ווײַב זאָלן זײַן פּסיכאָלאָגיש צוגעפּאַסט איינער צום צווייטן. אַלץ וואָס אַ ייִד טוט במשך פֿון זײַן לעבן, אַרײַנגערעכנט דאָס חתונה־האָבן, טוט ער לטובֿת דעם באַשעפֿער. די רבנים האָבן נישט געוואָלט אָננעמען, אַז מיר זענען בלויז בשׂר־ודם.‟
דער נישט־געראָטענער צוגאַנג צו שידוכים האָט בײַ כּ״צן שוין אויך אַרויסגערופֿן ספֿקות וועגן אַלע אַנדערע אײַנגעפֿונדעוועטע תּקנות פֿון דער קהילה. „אַז איך האָב דערזען אַ שפּאַלט אין דער וואַנט, האָט שוין גענומען זיך צו צעברעקלען דער גאַנצער בנין,‟ האָט ער באַמערקט.
דאָס זענען געווען זייער פּײַנלעכע צײַטן פֿאַר כּ״צן. „כ׳האָב שטאַרק מורא געהאַט, ווײַל דאָס פֿאַרלאָזן די חסידישע וועלט האָט מיר אויסגעזען ווי אַ שרעקלעכע זאַך,‟ האָט ער געזאָגט — בפֿרט די מעגלעכקייט, אַז ער קאָן פֿאַרלירן זײַנע דרײַ קינדער. „כ׳האָב ממש אָנגעהויבן צו קלערן וועגן באַגיין זעלבסטמאָרד.‟
זײַן פֿרוי האָט געמיינט, אַז מע קאָן נאָך געפֿונען אַ לייזונג און זי האָט זיך געבעטן בײַ אים, צו רעדן מיטן רבין. „בין איך געגאַנגען צום רבין, אָבער זײַן תּשובֿה איז געווען: דײַן דאַווענען איז נישט גענוג ׳וואַרעם׳; דו היטסט נישט די מיצוות מיט גענוג התמדה.‟ דעם רבינס עצות האָבן אים ווייניק געהאָלפֿן, האָט כּ״ץ געזאָגט.
בערך אין דער צײַט האָט כּ״ץ אויך אָנגעהויבן באַמערקן, ווי אַזוי די חסידישע קהילה באַציט זיך צו דער פֿרוי. „ס׳איז מיר געווען זייער נישט אײַנגענעם, וואָס צווישן אונדז זיבן ברידער און שוועסטער, האָב איך מיט מײַנע ברידער תּמיד געהאַט צוטריט צו די הייליקע ספֿרים, אָבער מײַנע שוועסטער און די מאַמע, וועלכע זענען אַלע מוראדיק קלוג, האָבן נישט געהאַט קיין צוטריט. פֿאַרשטייט זיך, בין איך זייער דאַנקבאַר פֿאַרן אויסערגעוויינטלעכן חינוך, וואָס כ׳האָב באַקומען אין סאַטמער און בריסק. אָבער ס׳האָט מיר אויסגעזען נישט ריכטיק, אַז בלויז אַ העלפֿט פֿון מײַן משפּחה האָט מען דערלויבט צו באַקומען אַזאַ חינוך.‟
כּ״ץ האָט אויך באַמערקט אַן אומדרך־ארץ פֿאַר פֿרויען אויף אַנדערע אופֿנים. בײַ די חסידים איז דאָ אַ באַקאַנטער מינהג נישט צו עסן די עקן פֿון אַ לאַבן ברויט, צוליב קשה לשכּחה — דעם פֿאָלקס־גלויבן, אַז עס קאָן שאַטן דעם זכּרון. „די גרעסטע מורא איז, אַז דער וואָס עסט דעם עק, קאָן פֿאַרגעסן די גאַנצע תּורה, וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט,‟ האָט כּ״ץ דערקלערט. „מע מעג אָבער יאָ געבן דעם עק צו די פֿרויען און מיידלעך בײַם טיש. מיט אַנדערע ווערטער: די ווײַבער קענען סײַ־ווי נישט קיין תּורה, איז נישט געפֿערלעך אויב עס שאַט זייער זכּרון.‟
צו 29 יאָר, איז כּ״ץ שוין געווען גרייט צו מאַכן די ערשטע טריט אַרויס פֿון דער קהילה. ער האָט פֿאַרלאָזט דעם כּולל, אָבער ווײַטער געלערנט דעם דף־יומי שיעור. נישט־זאָגנדיק קיינעם, אַחוץ זײַן פֿרוי, האָט ער זיך דערווײַל פֿאַרשריבן אין „השער‟ — אַן איין־יאָריקער קורס, וואָס טרענירט פֿעיִקע ייִדישע סטודענטן צו ווערן לערער פֿון לימודי־קודש. „השער‟, וואָס עקזיסטירט שוין נישט מער, איז געווען אַ פּראָגראַם אונטערן „דרישה־אינסטיטוט‟ — אַן אַשנטאַלט אין מאַנהעטן, וואָס לערנט פֿרויען תּנ״ך, גמרא און אַנדערע לימודי־קודש.
„השער‟ האָט אַראַנזשירט, אַז כּ״ץ זאָל ווערן אַ לערער אין „מעינות‟, אַן אָרטאָדאָקסישע מיידל־שול אין טינעק. כּ״ץ האָט זיך דערפֿרייט מיט דער געלעגנהייט, אָבער זיך געהיט, אַז קיינער פֿון די באַטייליקטע אין זײַן דף־יומי־שיעור זאָל זיך נישט דערוויסן וועגן דעם. „עס וואָלט זיי אויפֿגעשוידערט צו הערן, אַז איך לערן אַ קלאַס מיט פֿרויען,‟ האָט ער געזאָגט.
סוף־כּל־סוף, האָט כּ״ץ נישט געזען קיין אויסוועג, און געזאָגט זײַן פֿרוי, אַז ער וויל זיך גטן. זי האָט זיך גענומען שטאַרק צום האַרצן, און געפֿרעגט אַ שאלה בײַם סקאָלינער רבין, אַ פּאָפּולערע פֿיגור אַפֿילו בײַ ייִדן, וואָס זענען נישט קיין סקאָלינער חסידים. דער רבי האָט זי גלײַך געפֿרעגט, צי זי גאָלט זיך אָפּ דעם קאָפּ, צי נישט, האָט זי געענטפֿערט, אַז ניין. האָט ער איר געענטפֿערט: „נו, איז וואָס איז אײַך אַזאַ חידוש?‟
„ווען זי האָט עס מיר דערציילט, בין איך אַרויס פֿון די כּלים,‟ האָט כּ״ץ געזאָגט. „ערשטנס, ווען ער וואָלט מיך געקענט, וואָלט ער אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז איר אָפּגאָלן דעם קאָפּ וואָלט געמאַכט די זאַך נאָך ערגער, און צווייטנס, ווי אוממענטשלעך דאָס איז געווען צו באַשולדיקן מײַן פֿרוי אין די צרות פֿון אונדזער צוזאַמענלעבן! האָט זי דען שוין נישט גענוג געליטן?‟
ערשט דעמאָלט האָט כּ״ץ באַשלאָסן, אַז ער מוז אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט — אַרויסטרעטן אין דער „וויסטעניש‟, כּדי צו געפֿינען זײַן דרך ווי אַ מאָדערן־פֿרומער ייִד.
הײַנט וווינט ישׂשׂכר כּ״ץ אויף דער „אָפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן, אַ געגנט באַפֿעלקערט פֿון ייִדן פֿון אַלע מינים — פֿון פֿרום ביז ריין־סעקולער — און ער פֿילט זיך דאָרט זייער היימיש. ער און זײַן צווייטע פֿרוי, ד״ר שאַראָן פֿלאַטאָ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס אין ברוקלין־קאָלעדזש, דאַווענען אין עטלעכע מנינים, אַרײַנגערעכנט „דרכי נועם‟, אַ טראַדיציאָנעלע שיל, וואָס דערלויבט די פֿרויען צו העלפֿן אָנפֿירן מיטן דאַווענען. זײערע קינדער — אַבֿי, 7 יאָר אַלט, און גבֿריאל, 5 יאָר אַלט — לערנען זיך אין דער אָנגעזעענער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול, „רמ״ז‟.
און ווי עס זעט אויס, האָט כּצ״ס לאַנגער גײַסטיקער וואַנדערוועג אַפֿילו משפּיע געווען אויף זײַנע קינדער פֿון דער ערשטער חתונה. זײַן עלטסטע טאָכטער, פּעסי (פּעסל־פֿריידע), וואָס איז הײַנט 26 יאָר אַלט, לערנט זיך אויף „מהרת‟ אינעם „דרישה־אינסטיטוט‟; זײַן 24־יאָריקער זון, אַשי (אשר־שמואל) האָט לעצטנס באַקומען די חשובֿע „פֿולברײַט־סטיפּענדיע‟ צו שטודירן נעווראָ־וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד, און זײַן מיזינקע, חווהלע (חווה־לאה), וואָס איז 18 יאָר, לערנט זיך אין „בראַווענדער‟, אַ באַרימטער סעמינאַר פֿאַר מיידלעך אין ירושלים.


Read more: m http://yiddish.forward.com/articles/181 ... z3DJ6KHQKl m
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:25 pm#223599
די תוצאות פון שולח יד זיין בכתבי רמ"מ ר"ל האט נישט געשפעטיגט. כמה גדולים מעשי קנאים שלא תשכח תורה מישראל.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:32 pm#223601
פארווערטס האט נישט קיין קאמענטארן אפטיילונג? :(
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:45 pm#223603
יואליש האט געשריבן:די תוצאות פון שולח יד זיין בכתבי רמ"מ ר"ל האט נישט געשפעטיגט. כמה גדולים מעשי קנאים שלא תשכח תורה מישראל.


קענסט מסביר זיין ביטע פאר די וואס פארשטייען נישט וואס דו שרייבסט דא?
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:48 pm#223604
כתבי רב מנחם מנדל מליבאוויטש וואס פאר דעם איז ער געפלויגן פון ישיבה וכו'.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:15 pm#223609
כוכב האט געשריבן:כתבי רב מנחם מנדל מליבאוויטש וואס פאר דעם איז ער געפלויגן פון ישיבה וכו'.


אהה יישר כחכם. איז עס די כתבי רממ אדער אז מען האט אים עס נישט געלאזט לייענען אדער וויל נאר זיין שוועסטער מרת ג האט געמעגט עסן די עק פון די חלה און נישט ער?...
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:38 pm#223663
די סיפור מיטן סקולענער איז טראגי-קאמיש, אדער ענדערש, ס'וואלט געווען קאמיש ווען נישט ס'טראגיש.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 4:40 pm#223664
שוין ווייטער א באקאקטע פארווערטס ארטיקל? עד מתי תהיו לנו למוקש?? ביטע נעמט אין אכט אז ווער עס זוכט שאולזאן ווייסט זיין אדרעס ,וועם עס אינטרעסירט קרעטשמע וועט זיך אליינס טרעפן דעם וועג אהין ,ווער עס ווייל ליינן דער כפירה'דיגן פארווערס וועט אריינלייגן אין זיין אדרעס באר זייער אדרעס און וועם עם עס געפעלט אייוועלט סטייל גייט לכתחילה אהין.

די אלע רעגילמעסיגע לינקכעצער און העתקות מאכט אונז שוין באלד אויסזעהן ווי א עגריגעיטאר סייט געמאכט נאר פאר טראלס (כ'מיין נישט קיינעם נאר דער וואס מיינט כ'מיין עם).

פליז סטאפטס מיט די נארישקייטן זאפארט! וד''ל ואכמ''ל ודפח''ח והמסתעף.
דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 3:32 pm#224069
איך בין געוואָרן אַ מתמיד בײַם פֿאָלגן די הלכה; קיין פּשרות נישט… אין תּוך אַרײַן — מער פֿאַנאַטיש,‟ האָט ער געזאָגט. צווישן די חומראות, וואָס ער האָט אָנגענומען, איז געווען דאָס פֿאַרווערן אַן עירובֿ — אַ סימבאָלישע פֿאַרצוימונג אַרום אַ ראַיאָן, כּדי ייִדן זאָלן קאָנען טראָגן אום שבת. לויט דער שטרענגער אויסטײַטשונג, איז אַן עירובֿ אַ פֿאַלשער מיטל זיך אַרויסצודרייען פֿון דער הלכה. איין פּועל־יוצא פֿון נישט האָבן אַן עירובֿ איז, אַז מע קאָן נישט שטופּן קיין וועגעלע. „אָן אַן עירובֿ, הייסט עס, מוזן פֿרויען מיט יונגע קינדער בלײַבן אין הויז אַ גאַנצן שבת,‟ האָט כּ״ץ דערקלערט.

ער באשילדיגט בריסק מיט זיין צדוקים? אזוי אימוויסנד איז ער?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 9:19 am#234189
ס׳קען איינער וואס קען דער כ׳׳ץ פארציילען זיין לעבען געשיכטע. וועלכע כ׳׳ץ איז ער, ווען האט ער חתונה געהאט, ווען זיך גע׳גט, צו זיין קינדער זענען מיטגעגאנגען מיט איהם אגאנצע צייט ועוד. אין דער פארווערטס שטימט נישט אפאר זאכען. טאמער מ׳האט איהם ארויסגעווארפען פון סאטמאר פאר׳ן ענדיגען דארט, מוז ער זיין א זיבעצען יאר אלט, אפשר אכצען. בריסק נעמט נישט אן פאר צוואנציג. אויך שטייט נישט וועלכע בריסק איז דאס געווען. אין דער פרעמד איז לייכט אנצורופען ישיבת הגרמ׳׳ד מיט׳ן נאמען בריסק.
ביים ליינען איז מיר איינגעפאלען ׳נאך א כ׳׳ץ נעמט זיך א רבנות ווי ער באלאנגט נישט׳!
דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 10:13 pm#234823
מיר קוקט אויס ווי כץ איז נישט קאנסיסטענט מיט זיין שיטה נאר שרייט שנאה.. ווער איז זיין משפחה?
פרייטאג יאנואר 30, 2015 2:20 pm#250951
ALERT
די קהילה קדושה האט געלאזט וויסן אירע מעמבערס אז די עירוב אין געגענט איז דערווייל אראפ.
מן הסתם צוליב די שניי איבערן וואך.

The Park Slope Eruv is DOWN
The Prospect Heights Eruv is DOWN
Repairs are currently underway, we will send an update if the Eruv status changes.
פרייטאג יאנואר 30, 2015 2:22 pm#250952
קאווע טרינקער האט געשריבן:די קהילה קדושה האט געלאזט וויסן אירע מעמבערס אז די עירוב אין געגענט איז דערווייל אראפ.
מן הסתם צוליב די שניי איבערן וואך.

The Park Slope Eruv is DOWN
The Prospect Heights Eruv is DOWN
Repairs are currently underway, we will send an update if the Eruv status changes.

פלא. ב"פ אדער וויל. באקומען נישט אזוינע מודעות...
פרייטאג יאנואר 30, 2015 2:29 pm#250955
די קהילה האלט זיך שטארק צום דרך התורה, אז לאקאלע מנהגים ווערן געפירט על פי דעת רוב הציבור, נישט לויט די פערזענדליכע אומערצויגענע מידות פון בנו בכורו פון כ"ק הגה"ק עדמר זאצאללללההההיזי"ע


Proposal to Change Shacharit Time
Morning tefilah (prayer service) is a cornerstone of the Shabbat experience at PHS. We have managed, with your help, to create a very meaningful experience, with uplifting davening, stimulating divrei torah, and welcoming and delicious kiddushes. Unfortunately, the one sore spot remains the starting time for tefilah, as it is often a huge challenge to get a minyan at or near 9:00am.
In order to enhance our tefilah we are considering moving the starting time to 9:30am. This will give us a little more time in the morning with our families and still allow us to enjoy a comprehensive davening experience. Any change to the start time will be coupled with a commitment to proceed with davening without pausing, whether or not a minyan is present. We would like to get your feedback on this proposal. Would moving the starting time to 9:30am better enable you to join us at the start of tefilah on a consistent basis?

* Required
When would you prefer that we began Shabbat Shacharit services? *
Keep it at 9:00am
Change it to 9:30am
Other / don't care
פרייטאג יאנואר 30, 2015 5:40 pm#250989
פישלע העררינג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די קהילה קדושה האט געלאזט וויסן אירע מעמבערס אז די עירוב אין געגענט איז דערווייל אראפ.
מן הסתם צוליב די שניי איבערן וואך.

The Park Slope Eruv is DOWN
The Prospect Heights Eruv is DOWN
Repairs are currently underway, we will send an update if the Eruv status changes.

פלא. ב"פ אדער וויל. באקומען נישט אזוינע מודעות...

דאס באלאנגט אין א צווייטע אשכול מסתמא, אבער איינער ווייסט (א) וועלכע רב נעמט טעגליכע אחריות אויפ'ן עירוב אין ב"פ\ווילי? (ב) ווער באקוקט עס יעדער וואך? (ג) ווי קען מען מברר זיין וואס טוט זיך? (ד) צו זיי האבען א מיטל מפרסם צו זיין טאמער איין וואך טויג עס נישט? (ה) פארוואס די תשובה אויף די אלע שאלות איז נישט קיין ראיה אז די מתנגדים האבען יא געהאט א טענה?
איך ווייס אז דערמיט נעם איך זיך אן פאר די א.ג. 'יושבי חשך', אבער אפשר האט זייער מיינונג (נישט וויאזוי זיי פירען עס אדורך) עפעס רעכט?
מוצ"ש יאנואר 31, 2015 4:07 pm#250991
די וויכטידסטע חלק פון זיין ביוגרפיה לאט אויס די פארוועראט. וויאזוי איז געשעהן דער דראסטישע טויש פון א בריסקער מיט אלע משוגעת'ן, און חתונה געהאט צי א ווייב וואס האט זיך מסתמא מוסר נפש געוועהן פאר זיינע פרומקייטן און די יארן וואס ער האט געואוינט אין אר''י צי זוך גט'ן און ווערן א מאדערן ארטעדאקס ראביי? וואס האט אים געגעבן די קוראדזש צי מאכן אזא מאוו?
מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:58 am#413426
Re: נייע רב אין שכינות'דיגן פראספעקט הייטס
ארויפגעברענגט לכבוד די ארטיקל אינעם וועקער נומער 14