Under maintenance
הויפט זייט » אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)

אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7097
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:30 pm#221182
אנטדעקט: בירגערשיין פון סאטמאר רבי זצ"ל (אן דע מעין ליין)
סאקמיר רב'ס בירגערשיין. אנדעקט דורך ר' פרעד. ער האט עס נישט געפובלישט אויף זיין בלאג נאר אונטערגעשיקט צו מיר פריוואט. ווייסט איימיציר אויב דאס איז שוין געווען געדריקט ערגעץ? אויך, איז דאס די חתימה פון רבי'ן? געהערט האב איך אמאל אז ער האט נישט געקענט שרייבן אדער ליינען גויאישע בוכשטאבן.

IMG-20140903-WA0007.jpg
סאקמיר רב בירגער שיין
IMG-20140903-WA0007.jpg (122.84 KiB) געזען געווארן 1535 מאל
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:56 pm#221191
איך האב געהערט אז ער האט יא געקענט אונטערשרייבן זיין נאמען ,און אויף דעם האט ער זיך אויסגעדירקט אז עס טוהט אים באנג אז ער קען דאס
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:09 pm#221216
זייער אינטערסאנט. דאכט זיך אז איך האב שוין אמאל געזעהן דעם סאטמארער רבי'נס חתימה בלע"ז, און עס האט אויסגעזעהן פונקט ווי דעם. קען זיין אז עס איז געוועהן אויף א פאס.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:37 pm#221222
כקריינא, פאלגנד איז דער רבי זי"ע'ס פאספארט בילד און חתימה.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 6:45 pm#221223
יישר כח ר' ATUB @חיים נחום הלוי פריעד ATUB . די חתימה איז טאקע ממש אייניג, כאטש אויפ'ן בירגערשיין איז עס אביסל מער געבויגן אויף רעכטס (סלענטעד).
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:07 pm#221225
א שיין בילד גראדע.
מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 7:49 pm#221230
אינערעסאנט אז דער רבי האט נישט פארשטראכן דעים טי פון טייטלבוים,
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:50 pm#227229
איז דאס אויך כתב ידו פון רבי'ן?
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 11:15 pm#230501
ער ספעלט בעדפארד עוו. אווי א סאטמארער
זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:32 pm#230598
elter-zeide האט געשריבן:ער ספעלט בעדפארד עוו. אווי א סאטמארער

דו דערמאנסט מיך א גוט ווארט פון יארמער רב שליט"א. פארוואס הייסט די שטאט דברעצין? ווייל דעברעצינ'ער רב האט דארט געוואוינט!!!... :lol:
זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:45 pm#230601
המלוכה והממשלה האט געשריבן:איך האב געהערט אז ער האט יא געקענט אונטערשרייבן זיין נאמען ,און אויף דעם האט ער זיך אויסגעדירקט אז עס טוהט אים באנג אז ער קען דאס

ר' סענדער דער דייטש, זכותו יגון עלינו האט געברענגט אין "איד", אז אין אמת'ן האט די רבי זי"ע נישט געקענט שרייבן אויף גוי'איש, נאר די חתימה האט עים זיין מאמע, די רביצין חנה ע"ה אויסגילערנט.
ער, כדרכו, ברענגט א סאך מאל תרתי- דסתרי'דיגע מעשיות. לויט ווי ס'לוינט זיך אים. לפי העניין. למשל, ער ברענגט אז די רבי האט נישט געקענט רעכענען.(כ'ווייס נישט וואספארא מעלה ס'איז דא אין דעים?). מפני מעשה שהיה (או לא היה). ווען מ'האט געבויעט די מקווה דאס ערשטע מאל, איז די רבי געזיצן ווען דער עולם האט גיברענגט געלט, און ער האט געשריבן די רעסיטס. האט מען באמערקט אז למעשה איז דא א סאך ווייניגער געלט ווי ס'שטייט אין רעסיט ביכל. האבן זיי דאמאלס געכאפט אז די רעבע האט געשריבן 81, ווען איינער האט געגעיבן נאר $18 דאללער... די מעשה האלט אבער נישט אויס. ווייל כידוע האט די רעבע צוזאמגענימען א סאך געלט פון גבירים פאר פדיון שבויים ביים אנהייב פון די מלחמה. און, אויב ער האט נישט געקענט בעיסיק רעכענען וויאזוי האט ער געוואוסט וויפיל געלט ער האט???!!! )סענדער. א ליגנער דארף האבן א גוטן זיכרון!!!(. און אויך וויאזוי האט ער גיקענט לערנען די אלע משניות און גמרות וואו מ'דארף קענען רעכענען??!... :roll:
זונטאג אקטאבער 26, 2014 5:50 pm#230602
ער פלעגט אייביג שרייבען נומערען פון רעכטס אויף לינקס, קיין שאינו יודע לשאול איז ער נישט געווען, זיינע סידורים ,ספרים (און צייטונגען)האבן אויך געהאט נומערן.