Under maintenance
הויפט זייט » געשעעניש פון יאר תשע"ד

געשעעניש פון יאר תשע"ד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7119
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:10 am#222007
געשעעניש פון יאר תשע"ד
עס קומט שוין נאך א יאר ענד. ס'איז שווער אויסצוקלויבן דאס געשעניש פון פארגאנגענעם יאר תשע''ד. הושענה נפש מבהלה. האט מען נישט אזוי גוט אויסגעבעטן, די יאר איז געווען א דערשרעקנדע יאר אויסעארדענטליך.
איך וועל שטימען פאר די מנחם שטארק טראגעדיע אלס געשעניש פון יאר.
זאל זיין תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:18 am#222008
נאך זאכן צו קלויבן
טראגעדיע מיט פארכאפטע בחורים
עזה מלחמה
רוסלאנד כאפט קרים
מאלאזיע פליגער מיסטעריע
באבוב פסק
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:24 am#222011
עצרת המליון-גיוס
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:43 am#222013
בשבילי! האט געשריבן:נאך זאכן צו קלויבן
טראגעדיע מיט פארכאפטע בחורים
עזה מלחמה
רוסלאנד כאפט קרים
מאלאזיע פליגער מיסטעריע
באבוב פסק

עבאלע וויירוס
סאוט קארעא שיף זינקט 300 טויט
עסטרייכער באפרייט
בלומינבורג ישוב ווערט געבוירן
נייע מאגאזין מאמענט
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:50 am#222014
כ'וואלט געקליבן די שטארק-מארד פאר די גרעסטע אידישע געשעעניש פון יאר, און דאס פארשוואונדונג פון דעם מאלאזיער עראפלאן ווי די גרעסטע וועלטליכע געשעעניש.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:00 am#222015
לעניית דעתי גייט די בלאט געשעעניש פון יאהר זיין די תורה רעוואלוציע אין אלע חרדישע קהילות איבער די גארער וועלט, ווי טויזענטער אידן פארהערן זיך אויף אלע חלקי התורה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:09 am#222016
אייסיס!
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:50 am#222020
די טראגעדיע פון ר' מנחם משולם שטארק הי"ד
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:27 am#222025
דער ראב''ד ר' משה שטערנבוך רעזאגנירט פאר א שעה פון עדה החרדית (און צוזאמען מיט אים האבן מיר פארלוירען דעם רעזאגנירטן ATUB @נאר,,פריילעך ATUB )

פייערלעשער ווערט באטיטעלט נאצי דורך אדמו''ר מקלויזענבורג

צימערמאן ווערט ארעסטירט
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:37 am#222026
מיכאל'ס נייע סי די
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:50 am#222027
אויפנעמען כוכב אלס גבאי.
אויסשפארן *** פון קאווע שטיבל.
די רעזיגנאציע פון נאר,, פריילעך.
דאס באנקראטירונג פון זר זהב.
קינות גירושין איז א חתן.
קאווע טרינקער קויפט נייע ליפסטיק.
די שבע ברכות פון מומע יענטל.
די גרינדונג פון 'דער קרעטשמע'.
טויש פון די קול מבשר קנעפלעך.
לאזער טווערסקי קויפט ארענזשע סליפערס רח'ל.
די מעלדונג פון די קומענדיגע 'אונטערן בילד' שפיל.
מאמענטס אינטערוויו מיט באבא סאלי.
אזשעי פעק לאזט לופטערן שארפע טוויט מעסעזשעס.
איש עברי ווערט באשטעטיגט אלס געשמאקער יונגערמאן.
מנשה פילאפ לויפט נאקעט אין די וויליאמסבורגער גאסן.
גענוג?
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:14 am#222032
zurich האט געשריבן:אייסיס!

דאס איז יעצט הייס אויפן טיש..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:12 am#222043
אבי גערעדט האט געשריבן:לעניית דעתי גייט די בלאט געשעעניש פון יאהר זיין די תורה רעוואלוציע אין אלע חרדישע קהילות איבער די גארער וועלט, ווי טויזענטער אידן פארהערן זיך אויף אלע חלקי התורה

די בלאט געשעעניש פון יאהר וועט ענדערש זיין אז טויזענטער גיטין איז געשעהן וועגן וואצעפ
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 3:10 pm#222168
הרה״ג עובדיה יוסף נפטר געווארן. איך וואלט עס נישט געליסט אלץ נאמבער איינס, אבער כאטשיג פון די טאפ 10.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:37 pm#222336
קולט לב טהור מאכט פליטה.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:36 pm#222553
פינגווין טאנץ

ואפילו בהסתרה
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:01 am#222707
אינמיטן ווינטער ווען ס' צוואנציג דעגרי אינדערויסן מאכט מען אן אסיפת צניעות
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:58 am#222711
״שמעקעדיג״ משכיל׳שע ארטיקל האט כמעט געברענגט א װעלט מלחמה.. :D
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:12 am#222721
דער יאר איז נאך נישט פאריבער...
9/11 איז ערשט מארגן..
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:40 pm#222906
ראובן האט געשריבן:כ'וואלט געקליבן די שטארק-מארד פאר די גרעסטע אידישע געשעעניש פון יאר


ATUB @ראובן ATUB , מיינסט מסתם "די גרעסטע חרדי'שע געשעעניש פון יאר".
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:37 pm#222923
די פארמירונג פון 'חסידים פאר בייקס' גרופע...
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:50 pm#222931
אפטעמיסט האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:כ'וואלט געקליבן די שטארק-מארד פאר די גרעסטע אידישע געשעעניש פון יאר


@ראובן, מיינסט מסתם "די גרעסטע חרדי'שע געשעעניש פון יאר".


איך האב אויך אזוי געטראכט ווייל ווי קען די שטארק מארד זיין א גרעסערע געשעעניש ווי די מארד פון דריי בחורים? נאר ווייל ביי שטארק זענען מיר געווען קרובים אל החלל שפירט מען עס מער.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:59 pm#222940
נישט ריכטיג דריידל. ווען מען רעדט פון א געשעעניש פון יאר, נעמט עס אריין מער ווי דער בלויז די עצם געשעעניש, מ'דארף נעמען אין באטראכט ווי זעלטן דאס פאסירט, וויפיל מ'וואלט זיך עס געקענט פארשטעלן אז ס'קען אזאנס פאסירן וכדומה. אויב קוקסטו אויף די טראגעדיע איטסעלף איז טאקע דארט געווען דריי טויט און דא נאר איין, אבער איך וואלט דאן ענדערש נאמינירט די טויזענטער אומגעקומענע אין אמעריקע פון אויטא עקסידענטן.
די שטארק מארד איז געווען אויסעארדענטליך סיי ''וויאזוי'' ס'איז פארגעקומען סיי ''וואו'' ס'איז פארגעקומען און סיי מיט וועמען, און אלעס ארום.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:09 am#223055
קאווע שטיבל גבאים מאכן ארדענונג
מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:38 am#223760
אייס באקעט טשאלענדזש