Under maintenance
הויפט זייט » פאני זאכן וואס יעדער טוט...

פאני זאכן וואס יעדער טוט...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7132
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:58 pm#222235
פאני זאכן וואס יעדער טוט...
עס איז דא זאכן וואס איך טוה אסאך מאל,איך האב אייביג געמיינט אז נאר איך טוה דעי פאני זאך אבער איך בין געוואר געווארן אז דו טוסט עס אויך!

איך מאך זומער קאלט די הויז אזוי קאלט ווי איך בין קאלט ווינטער, און ווינטער אזוי הייס ווי איך בין הייס זומער.

ווען איך טוה עפעס ווען איינער קוקט רעד איך מיר איין אז איך מאך עס אזוי ווי קיינער מאכט עס נישט אזוי פערפעקט למשל הגבה גלילה, וכו'.

רוב מאל ווען איינער זאגט מיר אויפן פאון א נאמבער און ער זאגט מיר שרייב עס אראפ,מאך איך מיר ווי איך שרייב, און איך טריי צו געדענקן, נאכדעם אינמיטן ווען איך זעה אז איך קען נישט טריי איך מיט א קונצליכע וועג ער זאל איבערזאגן די נומבער און איך נעם א פען....

איך קוק אסאך מאל דער זייגער און איך דארף נאכדעם קוקן נאכאמאל ווייל איך האב נישט אינזין געהאט..

ווען איך זעה א גוטע פארקינג ספעיס קוק איך אפאר מאל וואס איז דא איליגעל,ווייל עס קען דאך נישט זיין אז "איך" האב געטראפן א גוטע ספעיס.

איך לאז ספעשעל קלונגען די סעל ביזן סוף, דו זאלסט נישט כאפן אז איך איגנאר דיך יעצט...
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:52 pm#222275
מ'צאלט געלט אריינצוגיין אין א שטוב ווי יעדער זעהט דיך נאקעט.
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:14 pm#222304
אויב יענער האט נישט קיין שמירת עינים בין איך פאני?..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:24 pm#222307
שמייכלט צו זיך אליין אין פאבליק, און נאכדעם קראצט מען די זייט פון די מויל כאילו עס האט דיר פשוט געקיצלט די באק..
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:36 pm#222315
מען שעלט ווען מען דרייווט ווי גלייך יענער וואס האט דיך געקאט הערט דיך
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:12 pm#222323
מען טשעקט דער פאסט קעסטל צוויי מאל נאכען אריינווארפן אן ענוועלאופ
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:09 pm#222349
מען צאלט $2,000 רענט פאר א שוך באקס... מיט א ׳טשילאר׳ פארשטייט זיך...
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:23 pm#222354
Smelling your own flatulence
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:07 am#222386
איך לייג טישו'ס ארים אויפן טוילעט סיט
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:58 am#222396
דעס איז גארנישט פאני, אז מען לייגט נישט איז השם ירחם
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:44 am#222424
דעי קונצליכע וועג וויאזוי מען קוקט האלבוועגס אין א שפיגעל ביים וואשן וכדו' ביי א שמחה זיכער מאכן אז די פאות איז גוט.

כמעט יעדע זאך טריי איך צו פיקסן קודם מיט א גוטן זעץ דערויף.

ווען איך וועק מיר אויף אינמיטן אן אינטערעסאנטע מין חלום, און איך קען נישט צוריק איינשלאפן,ענדיג איך בקיצור די מעשה טיף אין קאפ בהקיץ....

ווען איך בין אין א פארלעגנהייט,אדער איך בין ביי א פלאץ וואו איך שעם זיך, אדער איך בין אומבאקוועם,וועל איך אריינקוקן אין מיין טעלעפאן אדער ארומוואקן מיט עס, כאילו איך רעד דערויף.

איך פרעג איבער "וואס??" אפילו איך האב געהערט, נאר איך האלט נאך אינמיטן טראכטן מיין ענפער.
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:46 pm#222535
יעדער לאכט האט געשריבן:ווען איך בין אין א פארלעגנהייט,אדער איך בין ביי א פלאץ וואו איך שעם זיך, אדער איך בין אומבאקוועם,וועל איך אריינקוקן אין מיין טעלעפאן אדער ארומוואקן מיט עס, כאילו איך רעד דערויף.


די פראבלעים איז נאר ווען די סעלפאון ציקלינגט זיך אינמיטען
אוי איז דאס בזיונות
דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 6:33 pm#222624
ווען איך זוך עסן אין פריזער און ס'נישטא מאך איך עס צו און איך עפן די פרידזשידער ווען איך טרעף דארט אויך נישט עפן איך נאכאמאל די פריזער.

די קונצליכע וועג וויאזוי מ'דאווענט 2 שמו"ע ווען מ'פארפאסט מנחה אדער מ'פארגעסט יעלה ויבוא ר"ח.

ווען איך שפיל א רעיסינג געים און איך דארף מאכן א שארפן דריי וועל איך בייגן די געים-בוי/פאון אויף יענע זייט ווי איך וויל מיך דרייען.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:52 pm#222792
יעדער לאכט אדער מאכסטו קפ אדער בוסטו .....פון איי וועלט
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:38 pm#222804
איך שרייב נישט דארט קוים וואס איך באזוך דארט. כ'שרייב אלטע זאכן וואס איך האב שוין אמאל געשריבן אדער באקומען פון איינעם וואס איך האלט אז מ'קען דא הנאה האבן.
כ'זאג נישט אז אלעס איז אייגנס, אבער רוב יא.
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:05 pm#222847
ווען מען שפאצירט רואיג אויפן גאס, און מען יאגט זיך נישט. אבער ווען מען זעט ביים עק גאס, אז דער קראסוואלק לייט גייט שוין כמעט ווערן רויט, נעמט מען זיך צו לויפן, כדאי נאך צו כאפן די ווייסע לייט... ווי גלייך דאס איז די לעצטע טשאנס אדורך צו גיין... ( פאר היינט עכ״פ... )
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:15 pm#222848
zurich האט געשריבן:יעדער לאכט אדער מאכסטו קפ אדער בוסטו .....פון איי וועלט

וואס ווילסטו???
איינער שרייבט שוין יא עפעס וואס מען קען שמייכלען (נישט נאר האקן אויפן סיסטע"ם) נעמסטו אויך אוועק די אפעטיט???
האסט עס שוין געליינט גיי צום נעקסטע אשכול און כל טוב!!!
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:12 pm#222862
סימפל האט געשריבן:ווען מען שפאצירט רואיג אויפן גאס, און מען יאגט זיך נישט. אבער ווען מען זעט ביים עק גאס, אז דער קראסוואלק לייט גייט שוין כמעט ווערן רויט, נעמט מען זיך צו לויפן, כדאי נאך צו כאפן די ווייסע לייט... ווי גלייך דאס איז די לעצטע טשאנס אדורך צו גיין... ( פאר היינט עכ״פ... )

איר מיינט געוויס "מאטאריסטן".

ווארום ווי ווייט איך קען די היימישע פעדעסטריאנטן, איז פארהאן א קנאפע דיפערענץ, צו ס'איז דער ווייסער מענטש וואס פיגורירט אינעם קעסטל, אדער גאר די רויטע האנט. דער עיקר איז, אז בנערינו ובזקננו נלך, און גארנישט אויף דער וועלט קען, און וועט אפשטעלן דעם ווילדן אומ'אחריות'דיגן גאלאפ. אויסער אוודאי אן עקסידענט - - כאאאאאאאאאס וועעעעעעעעעעעשאלעם! נע, וויאזוי רעדסטו, קלאפ אויף דיין מויל, דער אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין, אויף אלע גוים געזאגט.

נו, אז די פארשוואנגערטע פרויען, אדער רעשיגע אינגעלייט, מאכן שוין פיינעלי יא איבונגען, זאל איך זיין דער אנטי-סעמיט, זיי אפשטעלן, און זיי צווינגען נישט איבערצוהאקן די רציפות, מיט'ן טאנצן די זעקסטע הקפה אויף איין פלאץ, כמנהג האדשאגערס?

שוין, רעג זיך נישט, ס'איז שוין גרין, קענסט שוין פארן. ווארט נאר אויף דער פרוי, און ניין, דארט האסטו נאך א בחור'ל, אקעי, שנעל, ס'איז שוין געל.
( דאוינט ווארי, איך טייפ נישט אינמיטן דרייוון, איך בין דער פאסאזשיר. גלייבסט מיך נישט? פרעג אן ביי וועיז. ;) )
מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:04 pm#222943
יעדער לאכט, איר זענט ווערד אפאר מעדאלן. פאר דעי אשכול און די אנדערע דיינע.
דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:03 pm#223123
ווען מען גייט ארויס אויפן גאס, און מען האט א חשד אז עס רעגנט. שטרעקט מען אויס די האנט, צו זען צו די חשד איז טאקע וואר. ווי גלייך עס רעגנט נאר אויף די האנט, און עס קומט נישט אן ביזן נאז.
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 9:51 am#223355
מיט די נאז האט עס יא צוטוהן?
פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 11:32 am#223378
די פוינט איז, אז די דארפט זיך נישט ארום דרייען פארלוירנדיגערהייט, ווי די מצריים ביי מכת חושך. זוכענדיג די טראפן וואסער. טראסט מי, אויב עס רעגנט וועסטו זייער שנעל געוואר ווערן. וועסט עס פילן אל אוווער. חוץ אויב ביסטו דער צדיק, אינטער דעם רעגנדיגן סוכה. אויף וועמען דעם רעגן האט נישט קיין שליטה.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:33 am#223541
אדער אויב דו ביסט פון די יודען וואס לאזן נישט נאך קיין זוז כל שהוא פון די ברייטע ברים וואס די זיידע זכוינעבראכע האט געטראגן ארום זיין הוט אזש א פליגער האט געקענט לאנדען דערויף, דעמאלס וועסטו נישט פילן אז ס'רעגנט אפילו אויב ס'וועט גיסן אזויווי סענדי מיט קאטרינע צוזאמען, דעריבער דארפסטו ארויסשטעקן די האנט פון אונטער די דאך צו פילן אויב ס'רעגנט, און אט דעמאלס גיבט זיך דיין זיידע'ס נשמה א הייב אין גן עדן, אז די אייניקעל האט נישט משנה געווען מדרכו!
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 2:29 pm#223631
ווען איך טענה מיט איינעם און איך האב נישט וואס צו ענטפערן אויף די מינוט, נאכן אוועקגיין טראכט איך איבער די טענה'ריי און א פעפעריגן ענטפער בליצט מיר אויף אין געדאנק שפיר איך אזא ניצחון אין מיין בעל טענה אפילו ער ווייסט נישט פון מיין תירוץ.

ווען דו שיקסט מיר א ביבי מעסעדזש און איך וויל נישט ענטפערן עפען איך נישט אויף די מעסעדזש אז די R זאל זיך נישט באווייזן ביי דיר כדי זאלסט מיינען אז כ'האב עס פשוט נישט געליינט.

ווען איך וויל אז מיין סטעיטמענט זאל זיך הערן מער באגלייבט און ווי א פאקט וועל איך עס איבערזאגן אין ענגליש.
זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:45 pm#223652
קאפקעיק האט געשריבן:אדער אויב דו ביסט פון די יודען וואס לאזן נישט נאך קיין זוז כל שהוא פון די ברייטע ברים וואס די זיידע זכוינעבראכע האט געטראגן ארום זיין הוט אזש א פליגער האט געקענט לאנדען דערויף, דעמאלס וועסטו נישט פילן אז ס'רעגנט אפילו אויב ס'וועט גיסן אזויווי סענדי מיט קאטרינע צוזאמען, דעריבער דארפסטו ארויסשטעקן די האנט פון אונטער די דאך צו פילן אויב ס'רעגנט, און אט דעמאלס גיבט זיך דיין זיידע'ס נשמה א הייב אין גן עדן, אז די אייניקעל האט נישט משנה געווען מדרכו!


עס איז ממש א שאד. ווען מען מאכט ווען די ברום אביסל ברייטער, מיט א שטיקל דרעין סיסטעם. וואלט א שירעם געווארן א מאדערענע זאך.