מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:14 pm#222778
דרשת מהר"ש מבאבוב אודות נשמת נכדו הרמ"ד מבאבוב
א אינטרעסאנטע דרשה וואס מהר"ש מבאבוב האט געזאגט ביים שבע ברכות פון זיין איינקעל האדמו"ר רבי מרדכי דוד אונגער שליט"א י"ב אדר תשל"ד
דער דרשה איז זייער אייגענארטיג, ווי ער רעדט איבער גדלות נשמתו פון דער חתן, עטליכע מאל ווארפט ער אריין איבער דאס "הייליגעקייט" פון דער חתן, און איבער "זיין הייליגע נשמה", און אז "עס ציהט צוריק צום שורש". אזא דרשה איז נישט דא זיינס גלייכען אויף קיין שום אנדערע קינד אדער אייניקעל. מהר"ש מבאבוב איז מעיד אז מ'דארף נישט מאריך זיין ווייל מיר קענען איהם פון אלץ יונגעל.
נאך א אינטרעסאנטע זאך זאגט ער אין קלארע ווערטער, אז דער גאנצע סיבה פארוואס בנו בכורו רבי נפתלי צבי מבאבוב שליט"א איז געבליבען לעבען, טראץ די "אזוי פיל מאל געכאפט, אזוי פיל מאל ארעסטירט", "מען האט נישט געשאסען" איז צוליב דעם איינעם טעם "דא ווארט א נשמה'לע פון א הייליג קינד, מרדכי דוד'ל דארף האבן א שווער, דארף האבן א כלה, מען האט נישט געקענט שיסען, מען קען נישט שיסן, דא ווארט א הייליגע שורש, ער לאזט נישט".