Under maintenance
הויפט זייט » האב איך געהאט א פלאפ ווען...

האב איך געהאט א פלאפ ווען...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7157
פרייטאג מאי 15, 2015 10:53 am#275342
און שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..
זונטאג מאי 17, 2015 10:39 pm#276127
כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש

כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...
זונטאג מאי 17, 2015 11:45 pm#276143
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש
די הכנה איז דאך גרעסער פון די מצוה אליין, אוודאי קומט עס נעבעך אן אזוי שווער
כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר
כ'האב געמיינט אז נאך מקוה גייט מען צום דאווענען, דערווייל זעה איך אז אז האסט געכאפט א טבילה פאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען.
למעשה, דאס ליידיגע צעטל איז נישט אזוי ווייט דיין פלאפ ווי דעם רעבין'ס פלאפ.

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...

פארוואס זאל ער מיינען אז ס'איז געווען א מיסטעיק, לויט דיין התנהגות ביז דעמאלטס?
מאנטאג מאי 18, 2015 9:37 am#276211
שמעקעדיג האט געשריבן:דער רב האט וואצעפ?


וועלעכע האט נישט?
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:55 am#486831
ביי "כתר" בין איך פארפארן נאך ברוך כבוד ד' ממקומו - אריין צו ממקומך פון שחרית. איך האב מיך געגארגלט "מתי תמלוך בציון..." און פלוצים הער איך די בעל תפילה לאזט אויס "פעמים באהבה שמע אומרים".
כאטשיג האב איך געמאכט אן עונג שבת פאר די ארומיגע וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:00 pm#486914
צוקלאפטע הושענא האט געשריבן:כ'גיי אויף הכנות צום כבוד שטיבל און כ'טרעף זיל אן קיין טישו,

כ'זייף זיך און מקווה אזוי געמיטלעך נאכען זיך טויבלען און ווען כ'צינד אן די וואסער גייט נישט ארויס קיין טראפ!
כ'פראביר צו כאפן א טאנץ אריין און די ריינע קאלטע וואסער און דאס איז שוין ארויסגעשעפט(די ווארעמע איז געוועהן פיל מיט האר און שמנונית פון מענטשען)

איך גיי זיך אנטהון, ולתמהוני הגדול האט איינער צוגענומען די וועש

כ'בין אריין צום צאדיק מיינער, און אנשטאט ארויסשטעקען מיין געשריבנעם קוויטעל ארויסגענומען די ליידיגע פאפיר

אל'ץ קינד געשטאנען אויפן פארטש מיט א פיל'ע קאפ משקה וואס האט זיך אויסגעגליטשט פון מיין הענטעלע אויפן קאפ פון מיין שכן וואס איז אויך מיין רבי און חיידער , מעשה שהיה און בעסער פרעגט'ס נישט די ענדע פון געשיכטע...

ויקץ פרעה. ויהי חלום: איך האב אויך אמאל געחלומ'ט אז איך האב געטראפן א פעקל מיט הונדערטערס. איך האלט אינמיטן ציילן. ביי9,900. פלוצלינג האביך מיך אויפגעוועקט...!
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:06 pm#486916
דוק ותשכח האט געשריבן:און שנה ראשונה איין שבת צופרי קום איך ארויס פון
שוהל און זאג א שיינעם גוט שבת פאר מיין פרוי,
איך קום א טריט נענטער, אוי דאס איז א צווייטע..

גם אני בחלומי: איך בין אמאל אריין אין גראסערי. (קומענדיג אהיים פון מיין ארבעט). איך זעה א פרוי וואס זעהט אויס (א ביסל) ווי מיין ווייב. איך זאג..."העלאו. האו אר יו"...ערשט נאכדעם באמערקט אז דאס איז נישט מיין ווייב...לאל
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 10:27 pm#486917
טעפל האט געשריבן:ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..

טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!
זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:33 pm#486920
אז מען רעדט שוין פון דעם,
איך בין אמאל געשטאנען ביים לופטפעלד אין אוקריינא ווען א יוד בעפאר מיר האט אראפגענומען די פאסיק פאר די מעטאל דיטעקטאר... והשאר אין להאריך.
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:12 am#486936
דאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:48 am#486937
מהאי טעמא בין איך זיך מונע ווי ווייט מעגליך נישט צו פליען... וואס טראכטן די חברה, ווי אזוי דארף זיך די הויזן האלטן אנעם פאסיק?...
מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 4:50 am#486938
וואלווי האט געשריבן:דאס איז יענעמ'ס פלאפ. ווי איז דיינס...?

זיין פלאפ איז אז ער האט מקיים געווען בשלימות דעם "לא תוכל להתעלם", און איז געכאפט געווארן קוקן אויף יענעם מיט נייגער מיט א שמייכל פון אויער צו אויער...
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 4:59 pm#491604
אנקומענדיג קיין מאנסי צו א חתונה נאכ'ן זיין אנדערטהאלבן שעה אין די קאר און די חתונה איז אין לעיקוואד (ווי א חכם נישט אנגעצונדען וועיז ווייל איך קען דעם וועג)
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 5:39 pm#491611
berlbalaguleh האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..

טעפל: דאס איז נאך גארנישט. נאר איך ווייס א מעשה שהיה. איינער איז געגאנגען הגבה. און ווען ער האט אויפגעהויבן די ספר תורה איז זיין הויזן אראפגעפאלן...!

אויך ווייס איך פון א פאל ווען א מענטש (איך) האט געהאלטן אינמיטן בויען זיין סוכה וואס איז געווען נאנט צו די רשות הרבים. דאס איז געווען קורץ פאר מנחה. ער איז ארויפגעקראכן אויף די לייטער. און (בפני קהל ועדה) האט זיך זיין הויזן געגעבן א גליטש אראפ...!
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 6:07 pm#491614
געהאט א שרעקליכע דורכפאל פארגאנגענע נאכט,
איך בין געפארן אויף א נסיעה קיין אייראפע, ווען דער דרייווער האט אונז אומגעראכטן געפירט קיין אומאן,
אנקומענדיג צום ציון האב איך בשו"א נישט געקענט טרעפן דעם אריינגאנג,
ענדליך איך טרעף שוין דעם טיר, זעה איך אז איך די אריינגאנג איז צו שמאל, איך קען זיך בשו"א נישט אדורך שטופן,
איך כאפ ארויס דעם טרייבל און טעלעפאניר צו איינער פון מיינע ברעסלאווע חברים, איהם אנצופרעגן וויאזוי מ'קען אריין צום ציון,
אבער נאך איידער ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאון, האט זיך מיין וועקער זייגער צוקלינגען מיט א אויסטערלישע קראפט, וואס האט מיך מיטאמאל צוריקגעשלעפט פון אומאן אהיים...

נעקסט טיים זאל ער אויפהייבן פאר איך דערוועק זיך...
דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 6:28 pm#491616
נישט קיין פלאפ. זאג ייש"כ פאר די גוטע נסיעה...