Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים

מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 81 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7176
מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:05 pm#230809
ווען מ'מישט טיפשות און שיגעון, ווערט געבוירן א דור פון נלד לבהלה'ס.
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 7:46 pm#238301
פריער איז נאכאמאל געוועהן א מעכטיגע קידוש ה' ווען רמ"ד אונגאר מ'באבוב 45 האט געמאכט א מעכטיגע מאטאקעיד אין בארא פארק פאר ער איז געפארן ערגעץ מיט א עראפלעין. (כ'ווייס נישט ווי)
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:00 pm#238302
ער פאהרט קיין לאנדאן הבירה צי פארשפרייטן תורה וחסידות
זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:01 pm#238303
ער פאהרט קיין לאנדאן הבירה צי פארשפרייטן תורה וחסידות
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:12 am#238339
זיידעטשקע האט געשריבן:פריער איז נאכאמאל געוועהן א מעכטיגע קידוש ה' ווען רמ"ד אונגאר מ'באבוב 45 האט געמאכט א מעכטיגע מאטאקעיד אין בארא פארק פאר ער איז געפארן ערגעץ מיט א עראפלעין. (כ'ווייס נישט ווי)

m https://www.dropbox.com/s/qfolcv2u9x0w7 ... WA0003.aac m
מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 2:22 am#238341
ברוך שאמר האט געשריבן:ער פאהרט קיין לאנדאן הבירה צי פארשפרייטן תורה וחסידות

זאלן זײ נאר מקבל זײן תורה וחסידות און צוריק שיקן אפאר דאללער..
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 6:25 pm#438621
די מעכטיגע מאטארקאדע פון כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר מסאטמאר שליט"א האט ב"ה נאכאמאל באוויזן היינט מקדש שם שמים זיין מסוף העולם ועד סופו, אפקלינגענדיג אויף די אפגעליידיגטע ליניעס פונעם בי-קיו-אי, פליענדיג צום עירפארט כדי צו פארן קיין א"י צו טיילן געלט פאר די וואס בוקן זיך נישט צום בעל.

עס איז געשאפן געווארן היסטאריע און אן אלוועלטליכער קידוש שם שמים ווען דער רבי שליט"א האט צוגעשטעלט אן ערהארבן בילד פון אמת'ער, קאמפראמיסלאזער אידישקייט במיטבה, וואס איז ריין פון די אלע איבלען פון די גויאישע גאסן פון וואס מיר ליידן ליידער אין די הייטיגע טעג.

עס איז באשיינפערליך געווען א קידוש שם שמים צוזעענדיג מיט די פליישיגע אויגן אז לא אלמן ישראל, און ווי דער הייליגער דרך הבעש"ט עפ"י משנתו פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז, ווען דער רבי שליט"א איז געפארן אין א הערליכער שווארצער עס-יו-ווי באגלייט מיט א מעכטיגער מאטארקאדע. די צענדליגער טויזנטער תלמידים וחסידים האבן מיט הנאה רוחני צוגעקוקט ווי די אויטאמאבילן האבן באגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט הילכיגע סירינעס, און ווי אין אלע ארומיגע גאסן האט מען געקענט זען די ליכטיגע בליצערלעך וואס האבן געבליטשקעט און פארבלענדעט די אויגן, און די מעכטיגע אלארמס וואס האבן פארטייבט די אויערן, לשמחת כל בית ישראל.

אין זיין פרעכטיגן עס-יו-ווי, האט דער רבי שליט"א זיך אויסגעדרוקט פאר די מקורבים מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די "פייערלעך אין פארשידענע קאלירן," כלשונו הק', און באזירט אויף הקדמות פון ספרי קודש האט ער צוגעשטעלט א הערליכן חתם סופר אויף דעם פסוק "וכל העם רואים את הקולות" (שמות כ', י"ד).

חסידים האבן געזאגט אז ווען דער רבי האט נאכדעם געוואלט לייענען א תורה אין "דער איד", איז ער געשטערט געווארן דורך דעם מעכטיגן רעש פון די מעכטיגע סירינעס וועלכע האבן אים באגלייט. אבער דאך האט ער מסכים געווען אז די סירינעס זאלן ווייטער פייפן, זאגנדיג, "זאלן די ציונים צעפלאצט ווערן!"

ויואל משה אמת ותורתו אמת.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:16 pm#438622
אז מ'קען נישט מאכן א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו, זאל מען חאטש קענען מאכן אויף ברקים און רעמים...
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:19 pm#438623
ראובן האט געשריבן:און ווי דער הייליגער דרך הבעש"ט עפ"י משנתו פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז
דרך הבעש"ט ע"פ משנת ויואל משה איז אז עס איז נשתכחה...
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:22 pm#438624
יין שרף האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:און ווי דער הייליגער דרך הבעש"ט עפ"י משנתו פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז
דרך הבעש"ט ע"פ משנת ויואל משה איז אז עס איז נשתכחה...

דער "נשתכחה תורת" איז מען זיכער מקיים...
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:40 pm#438627
Re: מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים
ויהיו מלעיבים במלאכי אלקים און ס'איז א חיוב מוחה צו זיין און אפשר אפילו רייסן קריעה. דער רבי זי"ע האט געזאגט אז נשתכחה תורת הבעל שם ממילא צו שרייבן פון דרך הבעש"ט עפ"י משנתו של רבינו הקדוש איז נישט נאר א שאלה פון כפירה נאר אויך א סתירה מיניה וביה און ס'ווייזט אז דער בעל ההערה איז סתם פארווייטאגט פארביטערט און אן אומפארגינער.

חולקים כבוד למלכות ויראו שונאינו ויבושו און בפרט אז ס'איז מנהג ישראל תורה אין בעלז, סקווער ונהגא נהגא ופששש-טיה און ס'איז אויך מרומז אויף ימות המשיח עפ"י הכתוב, ונער קטן נוהג בהם. ואלו המערערים על היפתחים בדורינו שלאורם נסע ונלך תיפח רוחם וכמבואר בחז"ל וכי לאורה הוא צריך אלא עדות היא לבאי עולם ובתורתו של רבינו כתוב כתנות אור.

ובוודאי צריך בדיקה אחרי המתמיהים אם הם מאמינים בסיפורי אלעקסי וכבר האריך בזה מורינו ר' יואל ראטה בדרשותיו הנלהבות על אלו המפקפקים ומתלוצצים באמתת עישון הלילקע וקפיצת הסוסים במוצש"ק וסוד פטום הקטורת והעלאת עשן. וגם מקרא מלא היא ונשמע קולו בבואו אל הקודש ובפרט כשמכינים לעלות בסולם העולה בית אל ולהתקרב לשכינתא קדישא שכידוע מעולם לא ירדה שכינה למטה מי' ומשום הכי גם נוהגים אצל כמה מצדיקי אמת בדורנו להתיישב במדור העליון סמוך ונראה להקא"ק פי"ט בלע"ז אשר שם צדיקים יקוננו וחסידים בראשון ביתם.

ונזכה לאמונת צדיקים כדבעי וקול ה' בכח, קול ה' על הכבישים, קול ה' מחליף רמזורים, וישבר ה' נורות אדומות וירקידם כמו שוטרים סוס ורוכבו כמו בן תמרים.
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:45 pm#438629
יין שרף האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:און ווי דער הייליגער דרך הבעש"ט עפ"י משנתו פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע גייט ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז
דרך הבעש"ט ע"פ משנת ויואל משה איז אז עס איז נשתכחה...

גענוי די כוונה...
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:26 pm#438632
Re: מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים
איך האב ליידער נישט געהאט די זכי' צו זיין צווישן די וואס האבן מקדש השם געווען. לויט ווי ידידי היקר @ראובן לייגט עס אראפ איז דאס געווען אזא קידוש השם וואס די וועלט האט נאכנישט נישט מיטגעהאלטן זייט דער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט חתונה געמאכט זיין בת יחידה.

אלזא הייבן זיך ביי מיר אן צו שפירן שטארקע חרטה געפילן פארוואס כ'האב נישט געקענט אויסווארטן ביז צום שולחן עורך.און פארבלייבן אין סאטמאר און מיטהאלטן דעם הנאה רוחנית כ'שפיר זיך איצטערט ווי דער גר ביים סדר נאכן מרור.

כ'קלער צו ווערן א בעל תשובה, כ'ווייס נאר נישט ווי אזוי?? קען מיר איינער אפשר אנצייגן עפעס א מהלך??
זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:37 pm#438633
מ'קען יוצא זיין דורך ליינען דערפון אויף קאוועשטיבעל, והמחמירים קוקן אויף אייוועלט אויך.

יעדער וואס האט א חבר וואס איז געווען דארט, בפרט פון די ווייסע בערד, ווערט געבעטן איהם צו פרעגן וואס האט איהם געטריבען צו זיצען אין די קעלט פאר די דאזיגע קידוש ה'? ער קען דאך קוקן אויף אייוועלט פאר יענער געלט
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 9:41 am#438661
מאנכע האבן זיך נעכטן אויסגעדרוקט אז דער קידוש שם שמים איז געווען אזוי גראנדיעז, אזש ס'האט זיך זיי גאר געדאכט אז ס'איז שוין די גאולה שלימה... דאס רגש ביים ציבור איז געווען העכער אלע ערווארטונגען, הויפטזעכליך ביי די תינוקת של בית רבן... די בליצערליך און די סירענעס האבן גאר שטארק איבערגענומען די קינדער, אזש מאנכע פון זיי האבן זיך הייס געשוואוירן אז ווען זיי גייען אי''ה זיין טאטעס גייען זיי זיין שומרים מיטגלידער און פארמאגן אייגענע בליצערליך און סירענעס.... אור זרוע לצדיק...

אגב וואו פארט דער רבי איצט? קיין לאנדאן? אנטווערפן?
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:53 am#438665
.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:20 pm#438674
ווען כהאב געליינט דא פון די גרויסע קידוש השם וואס איז געווען ביים אפבלאקן די BQE האבעך געקלערט אז אפשר וועלן די גויים מיינען אז סאיז עפעס א פרעזידענט אדער וואס און דעמאלטס איז דאך גארנישט קיין אויפטהו.
אבער ב"ה זעה איך אויף די בילדער, אז די עולם האט געהאט שכל און מהאט זיך ארויסגעשטעלט לאורכה ולרוחבה פונם BQE פון אויבן און פון אינטן אזוי אז קיין איין פארבייגייער זאל זיך נישט קענען טועה זיין,
און יעדער זאל זיין זיכער אז דאס איז טאקע אט די אויסגעקליבענע לעצט פארבליבענע היימישע אנ"ש אשר לא כרעו לבעל.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:42 pm#438676
Re: מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים
ווער קען אריינקומען מיט אביסל היסטאריע וועגן די עסקארדס, ווען האט זיך עס אנגעהויבן בימי הבר"מ אדער נאך ביים ויואל משה? צו האט עס מהר''א אויך? וויפיל קארס זענען געווען צוואנציג יאר צוריק?

אויך וואלט איך זייער געוואלט זעהן די ארטיקלען הונדערט יאר ארום ווען SUV'ס גייען שוין זיין Out of style אין די אלגעמיינע גאס, מען וועט עס נאר פראדוצירן קאסטום מעיד פאר די רבי'ס, און די אויפגעקלערטע וועלן שרייבן ארטיקלען מיט חקירות וויאזוי דער מנהג האט זיך אנגעהויבן, בעת וואס די עכטע חסידים וועלן וויסן אז דער מילקשעיקער זצ"ל האט שוין געזען אברהם אבינו מיט בליצערלעך.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 12:53 pm#438679
אונטער חכם האט געשריבן:ווער קען אריינקומען מיט אביסל היסטאריע וועגן די עסקארדס, ווען האט זיך עס אנגעהויבן בימי הבר"מ אדער נאך ביים ויואל משה? צו האט עס מהר''א אויך? וויפיל קארס זענען געווען צוואנציג יאר צוריק?

אויך וואלט איך זייער געוואלט זעהן די ארטיקלען הונדערט יאר ארום ווען SUV'ס גייען שוין זיין Out of style אין די אלגעמיינע גאס, מען וועט עס נאר פראדוצירן קאסטום מעיד פאר די רבי'ס, און די אויפגעקלערטע וועלן שרייבן ארטיקלען מיט חקירות וויאזוי דער מנהג האט זיך אנגעהויבן, בעת וואס די עכטע חסידים וועלן וויסן אז דער מילקשעיקער זצ"ל האט שוין געזען אברהם אבינו מיט בליצערלעך.

ס'האט זיך נאך אגעהויבן ביים הייליגן רוזשענער ובניו זי''ע....
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 1:11 pm#438681
Re: מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים
קאך_לעפל האט געשריבן:

אה, דער בר"מ איז דאכט זיך טאקע געווען א ריזשינער אייניקל, אבער פון וואו האט עס דער דברי יואל גענומען?

ועוד, דער ריזשינער פלעגט שוין פארן מיט צוואנציג קארעטעס מלפניו ולאחריו?
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 1:19 pm#438684
זאג, וואו אזוי איז דער ברך משה געווען א ריזשענער אייניקל?
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 2:50 pm#438692
די קעניגליכע שטוהל
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 3:59 pm#438696
Re: מעכטיגע מאטארקאדע פון סאטמארער רבי'ן איז מקדש שם שמים
קאך_לעפל האט געשריבן:זאג, וואו אזוי איז דער ברך משה געווען א ריזשענער אייניקל?
אזוי ליגט מיר אין קאפ, קען זיין איך מאך א מיסטעיק.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:08 pm#438698
יא! סאיז זוכער א מיסטעיק.

בלויז די קינדער פון מהר''א זענען רוזשענע אייניקליך, ווייל זייער זיידע דער צמח צדיק איז געווען אן איידעם ביים הייליגן רוזשענער זי''ע.
מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:10 pm#438699
מאכסט זיכער א טעות. דער צמח צדיק איז געווען אן איידעם ביים שפאלער זיידע