דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:47 pm#224859
כא כא כא "ער זאגט גאָדער!!"
יעדע שפראך וואס מ'רעדט ביי אנדערע פלעצער האט אנדערע וועגן ווי אזוי מ'רעדט די שפראך. ענגליש אין אמעריקא ענגלאנד און אסטראליע האבן אסאך אנדערע אויסדריקען און מ'ניצט אנדערע ווערטער. אין אמעריקא זאגט מען עלעוועיטאר און ענגלאנד זאגט מען "ליפט", אין אמעריקא זאגט מען די טעלעפאן איז ביזי, אין ענגלאנד זאגט מען אז די טעלעפאן איז אינגעיזשד. וכו' וכו' וכו'
די זעלבע זאך איז מיט אידיש. נאר אין אידיש אפילו אונז וואוינען אין קלענערע שטחים איז דא א חילוק אין די אידיש פון וויליאמסבורג-ק"י, בארא פארק , און מאנסי. ס'דא ווערטער וואס מ'ניצט אין ווילימסבורג אבער אין בארא פארק איז עס פרעמד, און די זעלבע פארקערט. אזוי אויך איז דא א חילוק אין די וועג ווי אזוי מ'רעדט אין ווילימסבורג , סאטמארע רעדן איין וועג באבוב'ע א אנדערע וועג, און בעלזע א דריטע וועג.
וויל איך פארשטיין. פארוואס איז ביי אונז א אנגענימענע זאך אז מ'מאכט חוזק פון די אנדערע מענטשענ'ס ווערטער וואס זיי ניצן און די וועג ווי אזוי אנדערע מענטשען רעדן. איז די סאטמארע וועג פון רעדן מער "עכט" ווי די באבוב'ע וועג פון רעדן? און די זעלבע זאך פארקערט. אפשטאמיגע פון אונגערן רעדען אסאך מאהל מיט קמץ'ן פאר ענדע ן' - למשל עיר קאנדישאָאָאָאָן, באבוב'ע האבן אנדערע וועגן ווי אזוי זיי דריקען זיך אויס, למשל זייער ר', און אנדערע "מאדנע" וועגן ווי אזוי צו רעדן. איז עס נישט בעיבי'ש חוזק צו מאכן פון יענע וועג פון רעדן? קיין איין וועג איז נישט מער עכט פון די אנדערע. חוזק מאכן פון א אנדערע וועג פון רעדן נאר ווייל די ביסט נישט צוגעוואוינט איז בעיבי'ש און טפשות'דיג!
פארוואס באדערט עס מיר אזוי? אה , איך נעם מיך אהן פאר מיר אליינס. לעצטענס בין איך געוועהן אין מאנסי ביי א חתונה און ווי א סאטמארע ברוקלינער איינוואינער האב איך גערופן די גאס די "גאָדער". ס'געזעצן דארטען פערציג-פיפציג יעריגע מענטשען און אלע האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכטער! כא כא כא "ער זאגט גאדער!!"
וואס איז ר' איד? ביסט א קליין קינד? קענסט נישט פארשטיין אז איך האב רעכט צו ריפן א גאס א גאדער פינקט ווי די האסט רעכט צו זאגן "טעקסי" אנשטאטס די "עכטע" ווארט "קאר סערוויס"?
מ'מעג אויסוואקסען די נארישקייטן