זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:06 pm#225195
ארונים אנטשלאסן אויסצורייסן טעכנאלאגיע
די וואך האט דער בלאט מיט פרייד טראמפייטערט איבער אן אסיפת הדיינים וואס דארט איז אויסגעשמועסט געווארן די תכסיסי המלחמה איבער ווי אזוי מען וועט צורייסן דעם מלאך המשחית וואס ווערט גערופן "טעכנאלאגישע פארשריט".
עס איז דערווייל נישט ארויסגעגעבן געווארן די רעזאלוציעס פון דער אסיפה און בלויז געציילטע פראזן און ליידיגע ווערטער זענען ארויפגעשמירט געווארן אין די שפאלטענס פון זייער צייטונג בייגעלייגט מיט עטליכע בילדער וואס אויסער די דיינים איז אויך געווען פארשטייער פון זייער צייטונג וואס ער זאל קענען געהעריג אויסארבעטן ווי אזוי מען וועט וואשן און ארומפירן דעם עולם גולם.
"גדר" איז זייערס אן אלטערנאטיווע צום "משומר" ארגאניזאציע וואס די זאלונים האבן אויפגעשטעלט און גייט אן מיט א געוויסער פראצענט סוקסעס ווען זיי האבן ארויפגעצוואונגען זייערע מעמבערס זיך אונטערצואווארפן דייקא דער פילטער וואס זיי האבן אויפגעשטעלט ערגעץ נאך דער היסטארישער כינוס כלל ישראל מיט עטליכע יאר צוריק.
וואס און ווי אזוי עס וועט זיך אויספארעמען בלייבט איבער צו זען אבער עס איז א וואונדער ווען דער ארונישער פארטיי האט נישט געשפורט פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן אין דער כינוס נגד האינטערנעט "ווייל זיי האבן שוין לאנג ארויסגעשניטן דער פראבלעם" הייבן הערשט איצט אן זיך אריינצוטאן אין צוריקדרייען דעם זייגער.
פרטים יבואו.