Under maintenance
הויפט זייט » אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7235
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:12 pm#225469
אסעמבלימאן פארמעסט אין ב"פ: דוב הייקינד ווערסעס נחמן קאללער
זינט 1982 פאר די לעצטע 32 יאר זיצט זיך דער 64 יעריגער דוב הייקינד אויף זיין פאזיציע אלס אסעמבלימאן פון די 48'טע דיסטריקט, וואס נעמט אריין בארא פארק, דייקער הייטס, און חלקים פון פלעטבוש.

מ'קען שרייבן און שרייבן אן קיין אויפהער איבער אסעמבלימאן בערל, ועוד חזון... דא האט איר זיין זייטל ווי ער לייגט ארויס זיינע גוטע טאהטן די לעצטע 32 יאר...

יעצט איז אויף די ארענע די קומענדיגע נאוועמבער 4 וואלן ווען דער רעפאבליקאנער דיסטריקט לידער און באקאנטער ריעל עסטעיט לויער, נחמן קאללער גייט לויפן קעגן הייקינד, וואס לויפט פאר ווידערוויילונג צום זיבעצענטן מאל...

ווי עס קוקט אויס גייט דא קומען א היפש שמיציגע קאמפיין, נאכדעם וואס הייקינד האט א ארגענעזירטע גרופע פון שונאים אין די פאליטישע פעלד...
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:56 pm#225478
ר' נחמן איז א שיינער ת"ח.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:03 pm#225481
איך מיין נחמן לויפט שוין אויך פאר 32 יאר.. אפשר וועט ער יעצט מצליח זיין. ער האט די מעלה אז ער איז נישט א גרינער, ער האט שטארקע פאליטישע קאנעקשינס. איין זאך נאר, אפשר איז ער צו איידל פאר די דזשאב.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:06 pm#225483
נחמן קאלער האט קיין שום טשאנס נישט צו געווינען. ער איז אומערפארן. ער איז אלט און האט קנאפע חן. א חוץ א מעשה וואס ער איז א שוואכלינג און ער גייט נאך ארויסבעקן פונעם פארמעסט אזוי ווי ער האט שוין עטליכע מאל געטאן. הייקינד איז א אינטערסאנטער פארשוין און א געלונגענער פאליטישאן, זיין אפיס איז אפען צו יעדען תושב פון שטאט, דער מענטש איז אלל אווער די פלעיס ער טוט און ער מאכט און ער רוהט זיך נישט אפ. כפארשטיי אז די גאר שטארקע קנאים ווילן אים זעהן אינדרויסן וועגן זיינע מתנחלישע מיינונגען וגם אני בתוכם, אבער דאס האט דאך נישט קיין שייכות מיט זיין רעקארד פון טון פאר די קאמיוניטי. גא הייקינד גא
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:25 pm#225489
הייקינד איז א ריכטיגער עוסק בצרכי ציבור אין די היימישע עולם מיז אויסלערנען הכרת הטוב. רבי קאלער אויב וועט ער געווינען וועט ער חרטה האבען ביים ערשטן פאליטישע געראנגעל.
א פאליטישין איז א אומנות. ועכמ״ל.
עס איז נישט צי פארשטיין פארוואס הייקינד פארדינט נישט אינזער הכרת הטוב.
לאמיר הערן פין די עכטע עסקנים נישט פין די הולכי רכיל מעדיקעיד יונגען.
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:29 pm#225493
שוין 32 יאר וואס קאללער טוט א עקסעלענד דשאב מיטן לויפן, זאל ער ווייטער האבן הצלחה אין דעם תחום,
מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:23 pm#225524
רב נחמן לויפט ביי יעדע וואל פארמעסט, נעמט בריוון פון רבי יחזקאל און דערנאך טשיקנט ער ארויס.
מאך משוגע א צווייטן.
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:59 pm#228790
ר נחמן גייט שוין ארום מיט זיינע קאמפיין לאזונגען צו דעליווערן פרישע 2000 דירות אין בארא פארק
מען קען באקומען זיין בוקלועט
e Nachman@caller2014.com e
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:18 pm#228798
שוטה. 2000 דירות איז א אויפטו? קאנווינץ 250 משפחות צו מאפען קיין סאוט פאלסבערג!
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:31 pm#228817
מזה וזה אל תנח ידך!
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:36 pm#228819
משגיח האט געשריבן:ר נחמן גייט שוין ארום מיט זיינע קאמפיין לאזונגען צו דעליווערן פרישע 2000 דירות אין בארא פארק
מען קען באקומען זיין בוקלועט
Nachman@caller2014.com

אבער די מעשה איז אז ר' נחמן קאללער איז שוין באלד רעטייערמענט עידזש. יעצט דערמאנט ער זיך. ער האט שוין נישט די כוחות וואס ער האט געהאט מיט דרייסיג יאר צוריק...!
פרייטאג אקטאבער 24, 2014 4:58 pm#230435
אויב די האסט געזען א בילד פין סיי וואס פאר א רבי אין די לעצטע צוויי וואכן האסטוי זיכער באמערקט רב הייקינדס פענימעל

ער שאפט ארום אלל אוואר פין מאנסי ביז קנארסי ער קימט אן צי יעדן מו״ץל עס זעט אויס אז פין עפעס האט ער יא מורא אין פילט זיך נישט אזוי זיכער אויפן טראן

אינטרעסאנט אבער פארוואס ר׳ נחמן זעט מען נישט אזוי פיל נישט ביי קיין נעילת החג טישן פין קלויזנבורג אין נישט ביים סקווערען רבי
הרבה דרכים זיך צי לאזן הערן נא וואס פארשטיי מיר אינז ..
מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 8:01 pm#230444
דער קאללער זאל כאטש אראפ נעמען זיין פרצוף פון די אלע פאוסטערס, ער שטייט דארט ווי איינער איז אזוי משוגע איינגערעדט אין זיך, אז ער פארמאגט בלויז חכמה און פקחות, ווען איך זעה זיין בילד נעבן "מיין פלאן" זעה איך א פאנטאזיערע מיט א אבנארמאלע בעל דמיון.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 12:36 am#230509
הרב נחמן קאלער האט אויסגעלייגט צעטלעך אין די שולען ווי ער רעדט זיך אפ אז הייקינד גייט נעגאטיוו קעגן עם אין אויף דעם ארויף רייסט ער ארינטער הייקינד. אינטערסאנטער פאראדאקס ער שרייט אז יענער גייט נעגאטיוו אינדערצייט וואס ער אליין איז דער וואס רייסט אראפ יענעם .. בכלל דע גאנצע זאך פון ציזאגען דירות איז אזא אויסגעדראשאנע טעמע איך קען נישט גלייבען אז איינער גייט נאך פאר דע נאנסענס , יעדעס מאל א פאליטישען לויפט זאגט מען צי דירות אין עולם גולם קויפט די שטותים. סאיז צייט צי זאגען דעם אמת. " סאיז נישט דא קיין housing crisis אין אמעריקא" ,, אין אויב ווילסטי דווקא וואוינען אינטער די מאמעס שירצעל האב איך פאר דיר צוויי עצות אדער מאך א מיליאן דאללער פלאס אין קויף דיך א שיינע גרויסע הויז אין הארץ פין בארא פארק , אדער שווייג אין סטאפ זיך אפרעדען , די future איז נישט בארא פארק אין נישט וויליאמסבורג. איך האלט אז עלטערן האבן א אחריות צי encourage די קינדער צי אויפסעטן shop ערגעץ אנדערש אויב מיינען זיי עכט די טובה פון די קינדער.....
זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:11 am#230522
למעשה רעדט קאללער פון דירות וואס איז וויכטיג פאר מיך און דיך , און היינקיד רעדט נאר פון די פראגרעמ'ס וואס ער האט געגעבען פאר מוסדות, וואס אונז ווייסן זייער גוט אז ס'קימט בכלל נישט אהן צו פלעינע מענטשן.
ס'איז אמת אז הייקינד העלפט מענטשן פערזענליך אויב מ'גייט צו אים. אבער די אישא'ס וואס ער נעמט קעיר פון איז אייביג נאר וואס איז גיט פאר די רבי'לעך און די מוסדות.
עטליעסט קאללער רעדט פון זאכן וואס איז וויכטיג פאר פריוואטע מענטשן
זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:31 am#230523
אויב קאללער וויל בויען דירות, זאל ער בויען!
ווער לאזט אים נישט?
זיין אן אסעמבלימען וועט גארנישט גרינגער מאכן צו בויען.
ער ברענגט דאך נידערמאן פאר א ראיה, נו, נידערמאן איז נישט קיין אפישעל בכלל!
קאללער... בוי!... הייב יעצט אן... און 20 יאר ארום וועלן די 2000 דירות זיין פארטיג!
זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:34 am#230525
אויב איז עס אמת אז ער האט ערלעדיגט דעס אז מען דארף נישט צאלען פאר transportation , איז עס א זאך וואס יעדער האט הנאה , יעדע ראש המשפחה פון בארא פארק .. מען פארגעסט זייער שנעל אבער יעדע משפחה שפארט זיך אפאר טויזענט דאלער א יאר דעס איז ריעל סעווינגס נישט הב טחות .....
זונטאג אקטאבער 26, 2014 1:46 am#230529
איך האב געהערט אז מיינע קינדערס מוסדות האט באקומען דאס יאר א פראגראם וואס צאלט פאר טרענספארטעישאן און זיי בעטן מיר נאך אלץ געלט פאר דעם אונטער אן אנדערע נאמען.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:02 am#230541
whats this kaller"s goal? whatis he looking for?
זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:53 am#230542
נייע ווידיא עד פונעם קאללער קאמפיין
זונטאג אקטאבער 26, 2014 8:42 am#230544
איש צדיק תמים האט געשריבן:http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k

ווי איז יעדער געגאנגען?
זונטאג אקטאבער 26, 2014 9:40 am#230548
נאך אזאנע שטותים שוין לאנג נישט געהערט. מסתם איז ער א געזונטער לץ. ווייסט עמיצער צו דער קאלער פלעגט זיין פורים רב. אויך וואס איז פשט פון דער מיט די ר"ת גאטשעס אין בעט וואס טוט ער דארט ער זעהט אויס ווי ער איז נישט מיט אלעמען
זונטאג אקטאבער 26, 2014 11:32 am#230559
איש צדיק תמים האט געשריבן:http://youtu.be/n0UnSPQ8z6k


ראללער ברענגט בילדער אין זיין ווידיא פון 1970'ס כדי מ'זאל פון שטימען פאר איהם אין 2014.

אויב מ'זאל שטימען פאר איהם פשוט ווייל ער 'רעדט' פון אונזערע הויזינג פראבלעמען לאפוקי הייקינד, אויב אזוי קען איך און דיר אויך לויפן, ווייל סתם רעדן קען איך דאך אויך.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 3:07 pm#230586
דעיס איז לכאורה א לצנות פינעם הייקינד קווארטל, קאללער איז פיל קליגער פון אזא יו טוב קליפ, עס מאכט נישט קיין צענט נישט פאר קיין איד און בארא פארק און פארשטייצעך נישט פאר קיין גוי, דעיס איז זיכער עפעס א לץ

בנוגע קאללער, אים אינטערשאצען אלץ א בל דמיון גמור איז נישט שיין, ווען ער איז געוועין א געניטע אדוואקאט וואס האט געטיען ביזנעס אין בארא פארק פאר אזוי פיל יארן

הגם איך האלט אים פאר א בל דמיון ווייל ער לויפט נאר אויפן האוזינג טיקעט, פארוואס רייסט ער נישט אראפ הייקינד פאר אנדערע זאכן ווי הייקינדס ראלע מיט נ"ר און מיט היינס

ער קען וועין זאגן אז דרייצען איז געווארן פון א ביזי שאפינג געטוישט געווארן צי אימצאליגע בעינק וואס שפראצען ארויס ווי הייוון,

ער ברויך זאגן א ווארט צוויי וועיגן קריים, וואס איז זיין פלאן בנוגע די אראבישע שכנים וואס ציען איין די שטריק ארים בארא פארק'ס האלז,

ער איז נישט ממש א בל דמיון ער האט נאר א שטיקל אישו מבחין צו זיין פון א פלאן ביז א ריעלאטי.

קאללער'ס ריעלאטי אין ריעל עסטעיט איז אז ער האט געדזשאבט געלט פון אלע דיוועלאפערס די לעצטע דרייסיג יאר ווען ער איז געוועין די הויפט הארטע געלט ריבות בארגער

חוץ מזה איז איז ער שטארק אימסטאביל ער טוישט גאר שנעל זיינע געניאלע פלעינער וואס האלטן און איין ווידמען אין זיין געניאלען מוח

און דער הייקינד מיט זיין גרויס מאל קריכט שוין אויך אויפ די נערווען, זיין דראנג פאר עטענטשן וואקסט מיט אים מיט שרעקליך,

אויך האלט ער זיך אלס דער ווארט זאגער פאר מדינות ישראל אנלעיגענהייטן, ווען עס קימט צי באשמירן דעים פרעזידענט אלס אנטי סעמיט, בשעת זיין דיסטריקט באשטייט פון א גרויס חלק אנטי ציונים, און קיינער איז נישט נייגעריג אויף זיינע פערזעינליכע מיינינגען.
זונטאג אקטאבער 26, 2014 4:56 pm#230592
ראשעקאל האט געשריבן:למעשה רעדט קאללער פון דירות וואס איז וויכטיג פאר מיך און דיך , און היינקיד רעדט נאר פון די פראגרעמ'ס וואס ער האט געגעבען פאר מוסדות, וואס אונז ווייסן זייער גוט אז ס'קימט בכלל נישט אהן צו פלעינע מענטשן.
ס'איז אמת אז הייקינד העלפט מענטשן פערזענליך אויב מ'גייט צו אים. אבער די אישא'ס וואס ער נעמט קעיר פון איז אייביג נאר וואס איז גיט פאר די רבי'לעך און די מוסדות.
עטליעסט קאללער רעדט פון זאכן וואס איז וויכטיג פאר פריוואטע מענטשן

נאר קאללער'ס הבטחות וועיגן דירות, האביך מורא וועט בלייבן הבטחות. ווייל ס'איז זייער א קאמפליצירטער פראצעס, ווען מ'וויל בויען דירות מיט פעדעראלע געלטער, כנוסח די פראדזשעקטס אין וויליאמסבורג און די איסט סייד. והשנית, דאס וועט אויפמאכן די געלעגנהייט פאר נישט-געוואונטשענע עלמענטן אריינצוקומען אין די געיגנט. כידוע. אפשר איז דאס איינס פון די טעמים פארוואס דוב הייקינד האט נישט געטון אין דעי זאך די אלע יארן. ווייל דאס וועט זיכער אראפברענגען פראפערטי וועליוס, און אריינברענגען די אומגעוואונטשענע עלעמענטן אין אונזער געיגנט...!