Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » עקזאטישע פרוכט פאר שהחיינו, א גייד,

עקזאטישע פרוכט פאר שהחיינו, א גייד,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7249
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:16 pm#225733
עקזאטישע פרוכט פאר שהחיינו, א גייד,
עס קומט ראש השנה ווען מען פירט זיך צו מאכן א ברכת שהחיינו אויף א פרוכט וואס איז פריש אינעם סעזאן פארן יאר,

וואס איז גוט? וואס איז נישט?
וואס איז אן העץ, וואס איז האדמה?
וויפיל דארף די פרוכט צו קאסטן?
ווען איז עס רייף? ווען איז עס פארדארבן? און ווען איז עס פונקט גוט'?
פאלגנד איז א טיילווייזע ליסטע פון עקזאטישע פרוכט וואס איז אוועיליבל אין די היימישע געשעפטן אין די טריי סטעיט עריע,
ווער עס איז באקאנט פון די אייגענע ערפארונג ווערט געבעטן צוצוהעלפן.
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:24 pm#225734
יאהרן צוריק איז נאך מילגרוים געוועהן א חידוש ,היינט איז דאס שוין נישט קיין שהחיינו זאך.
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:34 pm#225737
העץ אדער האדמה?
העץ;
אנאנאס גואווא.__________ Feijoa, Pineapple Guava
אזיאטישע באר.__________ Asian Pear
אזיאטישע טייטל._________ Jujbe
באקסער.________________ Carob
בלוט מאראנץ.___________ Moro, Blood Orange
גאלד קיווי פרוכט.________ Gold Kiwi
גואווא___________________ Guava
דזשעק פרוכט.___________ Jack Fruit
דראגאן פרוכט.___________ Dragon Fruit
טאמארינד._______________ Tamarind
טייטל.___________________ Date
ליטשי פרוכט._____________
ליים פינגער.______________ Finger lime
מילגרוים._________________ Pomegranate
סאברע.__________________ Cactus Pear
סאפאטע Sapota (mamey) ________________ l
סאפאדילע._______________ Sapodilla
מאנגוסטין.________________ Mangosteen
מאנסטער שטעקן._________Monster fruit (Monstera deliciosa) l
פאפאיא.__________________ Papaya
פייג.______________________ Fig
פינגער אתרוג._____________ Fingered Citrus, Buddha's Hand
ראמבוטאן.________________ Rambutan
קוויטע.____________________ Quince
קיווי בעער._________________ Kiwi Berry
שטערן פרוכט.______________ Star Fruit


האדמה;
אפריקאנער הארן מעלאנע__________ Kiwano, Horn melon
ערד קארש________________________ Ground Cherry (Cape Gooseberry)
פעפינא מעלאנע.__________________ Pepino melon
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 10:44 pm#225745
געשמאק אדער שלעכט?
פינף, גאר גוט, איין, איר'עט חרטנען פארן קאסטן!
אנאנאס גואווא.__4________ Feijoa, Pineapple Guava
אזיאטישע באר.___3_______ Asian Pear
אזיאטישע טייטל.___3______ Jujbe
באקסער.________________ Carob
בלוט מאראנץ.___3________ Moro, Blood Orange
גאלד קיווי פרוכט.__5______ Gold Kiwi
גואווא______4_____________ Guava
דזשעק פרוכט.___________ Jack Fruit
דראגאן פרוכט.___3________ Dragon Fruit
טאמארינד.____4___________ Tamarind
טייטל._____5______________ Date
ליטשי פרוכט._____5________
ליים פינגער.______________ Finger lime
מילגרוים._____5____________ Pomegranate
סאברע.____4______________ Cactus Pear
סאפאטע Sapota (mamey) ____________2____ l
סאפאדילע._____3__________ Sapodilla
מאנגוסטין.____5____________ Mangosteen
מאנסטער שטעקן._________Monster fruit (Monstera deliciosa) l
פאפאיא.____4______________ Papaya
פייג.____3__________________ Fig
פינגער אתרוג.____3_________ Fingered Citrus, Buddha's Hand
ראמבוטאן.____4____________ Rambutan
קוויטע.____3________________ Quince
קיווי בעער.____5_____________ Kiwi Berry
שטערן פרוכט.___3___________ Star Fruit


האדמה;
אפריקאנער הארן מעלאנע_____2_____ Kiwano, Horn melon
ערד קארש______4__________________ Ground Cherry (Cape Gooseberry)
פעפינא מעלאנע._____1____________ Pepino melon
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:35 pm#225752
דראגאן פרוכט, העץ, 3-3.5
דראגאן פרוכט וואקסט אויף א נידריג וואקסענדע קאקטוס פלאנץ פון דרום מזרח אזיע,

די פרוכט, פון פינף ביז אכט אינטשעס לאנג, האט א דינטשיק הויט 0.3 אינטש און גרויסע פראמינענטע רויטע לעדערנע שופן, און איז פול מיט טויזנטער קליינטשיגע ווייכע עסבארע קערלעך, יעדע איינע קערל ארומגענומען מיט א ווייסן זאפטיגן זעקל, עטוואס זיס, אביסל באטעמט,
דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 11:47 pm#225753
פעפינא מעלאנע, האדמה, 1
אן האדמה פון דרום אמעריקע, איז גראדע נישט קיין מעלאנע, ענדערש א מיטגליד אין די נאכטשאטן פאמיליע, (טאמאטע, פעפער, קארטאפל, עגפלענט,)
די דריי ביז פינף אינטש לאנגע פרוכט, איז אביסל ענליך צו אן אומגעצייטיגטע האנידו, אבער פיל פיל ערגער, זייער זייער מעליג, אן קיין רמז פון זיסקייט, אויך ווערט עס זייער שנעל קאליע,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:01 am#225754
אנאנאס גואווא, העץ, 3.5-4
פון די הדס פאמיליע, די קליינטשיגע פרוכט א קרוב מיטן גואווא, איז בערך צוויי דריי אינטשעס לאנג,

ווען גוט געצייטיגט, איז די פרוכט וואס די פלייש דערפון ענדלט עטוואס צו א באר, מיט א זויערע צו'טעם גאנץ געשמאק, אבער צוליב איר קליינער מאס און גאנץ דיקער הויט 3. אינטש איז כמעט נישט דא וואס צו עסן,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:03 am#225755
Wow אסאך בקיאות און וויסנשאפט. ישר כח פאר די סערוויס. איך וועל מארגן גיין אין פרוכט סטאר און בעטן די זאגן וואס קאפקע רעקאמאנדירט
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:15 am#225757
גאלד קיווי פרוכט, העץ, 5
גאנץ ענליך צום גאנץ יעריגער גרינעם קיווי, מיט געלע פלייש, ווייניגער זויער, ווייניגער האריג, ווייניגער זומען, און געווענליך היבש גרעסער (20%-80% גרעסער) גאלד קיווי איז א געווינער! מיט א געשמאקער האניגדיגן טעם, ווי באשאפן פארן ראש השנה טיש, פאר שהחיינו!
מאכט זיכער אז איר קויפט פון ניו זילאנד, איטאליענער איז ווייט נישט אזוי גוט,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:26 am#225759
גואווא העץ, 3.5-4.5
גואווא איז א שווער פרוכט, איין מינוט איז ער הארט ווי שטיין, א מינוט שפעטער איז ער פארדארבן, אבער אין די מינוט אינצווישן הייסט ער א גאר געשמאקער פרוכט,

אין די הדס פאמיליע, גואווע קומט אין פילע סארטן און מאסן, געווענליך איז מיט די קליינטשיגע גרינגער צו ארבייטן
אכטונג; די פרוכט איז גאנץ אלערגעניש
גרויסער גואווא, געווענליך גרינע הויט, 12-20 אונס
קליינער גואווא, געלע הויט, 1-2 אונס
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:46 am#225761
מילגרוים, העץ, 4.5-5
מילא, מילגרוים ווייסט איר דאך אליין,

די בעסטע סארט איז די גרויסע 'וואנדערפול' פון קאליפארניע, מיט פילע גרויסע, טונקעלע, זאפטיגע קערנדלעך מיט די זיס און זויער פערפעקט באלאנסירט, נאר דאכט זיך אז זיי קומען שפעטער אין סעזאן,
איצט מאכט זיכער אז די מילגרוים איז נישט אלט, און אז די קערעלעך זענען נישט צו בלאס, אלטע פרוכט מיט בלאסע זומען, אפילו ווען נישט פארשימלט, איז די טעם נישט פיל בעסער ווי צוקער וואסער,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:04 am#225765
הארן מעלאנע, האדמה, 2-3.5
אין די אוגערקע פאמיליע, מיט נישט א פיל בעסערן טעם,

אראנזשע הויט 5. אינטש דיק מיר נישט שארפע שפיצן (הערנער), הארטליכע סעמי עסבארע זומען, א שטייגער ווי קאנטאלאופ, יעדע קערל ארומגענומען מיט א זאפטיגער גרינער זעקעלע, נו איך האב נאך נישט געטראפן דער איינער מיט א זיסליכן טעם, ווער ווייסט אפשר וועט איר?
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:10 am#225766
עס קומט מיר שפייעכץ פון מויל... פארוואס מיין גראסערי פארקויפט נישט די פינגערדיגע אתרוגים?
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:17 am#225767
שטערן פרוכט, העץ, 3-3.5
אן אלטער גאסט אויף די שהחיינו פאליצע,

א זאפטיגער פרוכט, מיט א וואסעריגן טעם, אפשר א טראפ זויערקייט, נאך אזוי פיל יארן אויפן מארקעט האט נאך קיינער נישט אויסגע'פיגער'ט וואס ער וויל, פילייכט וויל ער אז מען זאל אים לאזן אויפן פאליצע?
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:20 am#225768
יאיר האט געשריבן:עס קומט מיר שפייעכץ פון מויל... פארוואס מיין גראסערי פארקויפט נישט די פינגערדיגע אתרוגים?

האב נישט מורא, דו פארפאסט גארנישט,
א פיקאנטער פרוכט מיט א הימלישער ריח, ווי אן אתרוג, אבער ער איז נישט געמאכט צום עסן, נאר צו געבן צו לייזן פארן קלייטניק,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 2:55 am#225771
ליטשי פאמיליע, ראמבוטאן, ליטשי, לאנגאן נוס, העץ, 3.5-4.5
די ליטשי פאמיליע איז א ריזיגע פאמיליע מיט עטליכע הונדערט סארטן פרוכט פון כינע, דרום מזרח אזיע,
אלע אין די ליטשי פאמיליע פארמאגן איין גרויסן קערל אינמיטן פרוכט, ארומגענומען מיט א ווייסליכע זאפטיגע דזשעלי'דיגע פרוכט, מיט א שאלאכץ פון די פארשידנסטע סארטן שופן
די פאלגענדע ווערן פארקויפט אין די געשעפטן
ראמבוטאן, ליטשי, לאנגאן נוס,
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:31 am#225792
א הערליכן דאנק ר' ישראל, זאלסט האבן א זיס לעכטיג יאר, פארן אונז אלע זיס מאכן.
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 10:41 am#225794
א שיינע ליקוט, יעצט אויב ביזט טאקע א מבין, זיי'זשע מיר ביטע מגלה וויאזוי מ'קען וויסן אויף א מילגרוים פונדרויסן אויב ס'איז גוט אדער נישט?
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:11 pm#225808
גוטע פינטעלך האט געשריבן:א הערליכן דאנק ר' ישראל, זאלסט האבן א זיס לעכטיג יאר, פארן אונז אלע זיס מאכן.
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:58 pm#225820
ישראל'טשע, געוואלדיג! יישר כוח פאר דיין טירחא. א גוט יום טוב!
מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 1:46 pm#225827
קיינמאל נישט געוויסט פון רוב פון די פירות

ישר כח!!
דינסטאג פעברואר 03, 2015 8:00 pm#251628
.
דינסטאג פעברואר 03, 2015 8:21 pm#251635
קאפקע, א הערליכע ארבעט! :קלאטש
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:55 pm#300581
לכבוד החג.
דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:56 pm#300636
דזשעק פרוכט.___________ Jack Frui

@ישראל א דאנק פאר די פילע אינפורמציה וועלמיר זיך איינהאנדלין עטליכע פון די 5 רעטיד סחורה,
וואס איז די מעשה מיט די דזעק פרוכט איז עס צום מויל צונעמען??
פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:05 am#300639
איך קען דיר נישט ענטפערן, איך האב עס נאכנישט געהעריג פארזוכט.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 6:12 pm#385095
ישראל קאפקע האט געשריבן:לכבוד החג.
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 6:23 pm#385096
אפשר לכבוד דעם נייע יאר שרייבסטו דא אפטער? טאקע מיט דיין ישראל קאפקע ניק..
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:56 pm#385511
Re: עקזאטישע פרוכט פאר שהחיינו, א גייד,
הלכה למעשה צ"ב דאס זאגן שהחיינו אויף א פרוכט היינט צוטאגס. כ'מיין אז א גרויסן עולם מאכט נישט קיין שהחיינו אויף נייע בגדים, כאטש וואס עפ"י הלכה דארף מען יא, פשוט ווייל היינט איז עס נישט אזא שמחה ווי אמאל אז מ'זאל ממש שפרינגן שהחיינו לזמן הזה. טא פארוואס מאכט מען יא אויף פירות? איז נאך דא איינער וואס זיין זעהל ווערט פארפלייצט מיט שמחהדיגע געפילן ווען ער עסט א נייע פרי? ווער רעדט נאך פון די גאנצע ליסטע פון @קאפקע, סרוב פון דעם איז נישט אין מויל צו נעמען, נעווער מיינד מאכן א שהחיינו דערויף.
מילא אויף ר"ה ביינאכט איז עס נישט אזוי געפערליך, אבער ווען מען מאכט ספיציעל א שהחיינו אויף א פרי - וואס האט בדרך כלל א גוטע סיבה פארוואס ס'נישט פאפיולאר א גאנץ יאר מחמת דעם מיאוס'ן טעם - האט לכאורה נישט קיין פשט. חוששני לברכה לבטלה ונזדעזע העולם.
דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:34 pm#385516
נעגל וואסער: אבער ביי א טייל מענטשן איז דאס גאנצע פרוכט געעסעכטץ, סיי אום ר"ה און סיי חמשה עשר בשבט נישט מער ווי א קאנטעסט, וואס מ'וועטציך קענען אויפטאן דעם נעקסטן טאג אין ביהמ"ד ווער ס'האט געגעסן מער, און פון די מערסטע עקזאטישע פרוכט. דאמאלס איז דער נישט גוטער טעם פון די פרי נישט קיין חילוק. מ'עסט עס ממש לא להנאת גופו. דאמאלס איז די ברכת שהחיינו יא אין פלאץ...!

נ.ב.: קיינער זאל נישט פאלגן די פסקים פון בערל בעל עגלה. נאר א יעדער זאלל פרעגן דעם רב/רבי אין זיין ביהמ"ד...!
מאנטאג יאנואר 21, 2019 9:43 am#422954
ישראל קאפקע האט געשריבן:אין די אוגערקע פאמיליע, מיט נישט א פיל בעסערן טעם,

אראנזשע הויט 5. אינטש דיק מיר נישט שארפע שפיצן (הערנער), הארטליכע סעמי עסבארע זומען, א שטייגער ווי קאנטאלאופ, יעדע קערל ארומגענומען מיט א זאפטיגער גרינער זעקעלע, נו איך האב נאך נישט געטראפן דער איינער מיט א זיסליכן טעם, ווער ווייסט אפשר וועט איר?

כ'האב דאס נעכטען געגעסן צו די ערשטע מאל. טעיסט ווי בענענע.