Under maintenance
הויפט זייט » ''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!

''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7266
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:11 pm#226015
''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!
הרב אלכסנדר זושא פרידמאן איז געווען א פוילישער איד, א תלמיד חכם, עסקן, בעל מחנך, שרייבער און דענקער, וועלכער איז ליידער אומגעקומען דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג, און ווערט הויפטזעכליך געדענקט א דאנק זיין פאפולערן קלאסישן ווערק "דער תורה קוואל" געשריבן אריגינעל אויף דער אידישער שפראך און איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף לשון הקודש אלס "מעיינה של תורה" וועלכער אנטהאלט א זאמלונג פון קורצע דברי תורה וחסידות אויף דער וואכנדיגער סדרה; א גאר פאפולערער ספר, א וואונדערבארער ארבעט, מיט א ציציענדע, לייכטע און שארפע שפראך, און א מוז-ארטיקל פאר מגידים און גוט-ווארט-זאגער.

נאך א ספר וואס באשיינט מיין ספרים שראנק און ווערט ערליך אויסגעשאקלט יעדן ערב פסח איז דער: "אוצר פנינים על התורה", א פינף בענדערדיגער סעט וואס ענטהאלט א זאמלונג פון פערל רייד אויף דער וואכנדיגער סדרה, אין דער אידישער שפראך, פארפאסט דורך דעם געניאלן שרייבער הרב יעקב משולם גרינפעלד, גרינדער פון "עטרת פאבלישיניג", און פארפאסער פון פילע ספרים.
גרינפעלד, איז באקאנט אלס איינער פון די שרייבער פונעם "ספר דברי יואל", אן אמט צו וועלכן ער איז דערוועלט געווארן נאך לענגערע זוכענישן פאר'ן פאסיגן שרייבער.
ווי די לעגנדע פארציילט, איז דער סאטמארער רבי געווען שטארק קלייבעריש ביים וועלן דעם פאסיגן שרייבער און האט לאנג געזוכט, ביז עס איז אים עווענטועל געפאלן דעם סגנון פון גרינפעלד, וועלכער האט געשפילט א באדייטנדע ראלע אין שרייבן דעם דברי יואל.

אבער איז דער אוצר פנינים טאקע אן אוצר פון פערל אדער ליבערשט פראסט און פשוט פלאגיאריזם אין אירע שענסטע פארבן?

א בליק אריין אין די צוויי אויבנדערמאנטע חיבורים האט צו מיין שוידער, שאק און אנטריסונג, באלד געצייגט אז דער בעל האוצר האט זיך מתעטף געווען אין א טלית שאינו שלו. רוב מנין ובנין פונעם אוצר איז פשוט קאפירט פונעם תורה קוואל, א גענוי קאפיע סיי פונעם תוכן און סיי פונעם אויסשטעל. צומאל פארגינט זיך דער מחבר ארויסצונעמען א טייטש וואס געפעלט אים נישט, אדער צולייגן אן עובדט'לע אדער געשיכטע'לע, און צומאל דאס אויך נישט.
דער ספר קומט באקרוינט מיט הסכמות פון אלע סאטמארער דיינים וועלכע שפארן נישט קיין לויב ווערטער פאר די באגריסנווערדע ארבעט דער בעל האוצר האט אהערגעשטעלט. ווי אויך קומט דער ספר באצירט מיט אן עטליכע בלעטערדיגע הקדמה. איראניש, אז דער מחבר האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם בירא דשתית מיני', און זיך באדאנקען פאר דעם תורה קוואל פון וואו ער האט גע'לקח'נט דאס רוב פון זיינע סחורה תחת עיני השמש, וועלכער האט אים איינגעשפארט סיי וועלכע פלאג, און סיי וועלכע געברויך פאר אריגינעליטעט.

בלייבט מיר נאר איבער צו שטוינען איבער דעם איגנאראנץ פון דעם מחבר: צי האט ער טאקע געקלערט אז דאס וועט קיינמאל נישט באמערקט ווערן, אדער איז פלאגיאריזם געווען ביי אים פאררעכנט אלס קנאפער פארברעך אז ס'זאל דארפן בכלל שפילן א פאקטאר? אזוי צי אזוי, האט דער מחבר געוויס פארזען איינס פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם: "והאומר דבר בשם אומרו".
זאלן מיינע רייד ברענגען א גאולה לעולם.
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:31 pm#226019
אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:08 pm#226026
אויב איז טאקע אזוי, איז דאס נישט בלויז גניבה, נאר טיפשות אין לשער. וואס גענוי אזא איינער קלערט איז שווער צו חשבונ'ען. ווי לאנג נעמט דען ביז א כוכב קומט ארויף אויף די שפירן?

דאכטצעך אז כ'האב אמאל געהערט פון ר' יצחק זלמן גיפס אז ער האט געטראפן א היינטיגער מחבר וואס האט מעתיק געוועהן ווארט ביי ווארט פון איינער פון די ראשונים. ער האט יענעם געשיקט א בריוו היתכן ער גנב'ט, האט יענער צוריק געענטפערט "ברוך שכוונתי", האט רב גיפס אים צוריק געשריבן "ארור שגזלת".

אזוי זעען מיר ליידער אויס.
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:14 pm#226050
ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!

:like
זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:34 pm#226054
ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:02 pm#226244
נו, ATUB @כוכב ATUB , מ'שטייט און מ'ווארט אויף א זייט-ביי-זייט אנאליז.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:48 pm#226249
יישר כוח כוכב פאר'ן אריינשיקן.
טאקע א שאנדע זיך צו מתעטר זיין באיצטלא שאינה שלו. לאמיר האפן אז "עטרת" פובלישינג וועט פארעפנטליכן אן אנטשולדיגונג.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:54 pm#226251
דא זעט איר די דריי ערשטע תורות פון פר' וזאת הברכה, וועלכע לויפן אין אוצר אפילו אויף דער זעלבער רייע: צרור המור, תפארת שלמה, און אור צדיקים. ועל הכלל כולו יצא.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:58 pm#226308
אייוועלט:
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 34#p944834 m
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:12 pm#226313
כ'האב געבעטן כוכב אז ער זאל נאכקוקן צי גרינפעלד האט נאר פלאגיאירט דעם תוכן, אדער אויך דעם גענויען לשון. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען פון א פארגלייך אויף א רענדאם פרשה וואס כוכב האט געמאכט מיט "דער תורה קוואל" אויף היברו בוקס.

פנינים:
23.JPG
23.JPG (29.38 KiB) געזען געווארן 3430 מאל


קוואל:
22.JPG
22.JPG (21.65 KiB) געזען געווארן 3430 מאל


פנינים:
25.JPG
25.JPG (25.42 KiB) געזען געווארן 3430 מאל


קוואל:
24.JPG
24.JPG (25.48 KiB) געזען געווארן 3430 מאל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:13 pm#226314
פנינים:
27.JPG
27.JPG (39.58 KiB) געזען געווארן 3424 מאל


קוואל:
26.JPG
26.JPG (37.93 KiB) געזען געווארן 3424 מאל
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:13 pm#226315
בלייבט איבער זיך צו ברעכן קאפ וואס אזא איינער האט געקלערט. וצע"ג.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:18 pm#226317
Wow!!!
און דער בעל האוצר שרייבט גארנישט וועגן דער קוואל??
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:21 pm#226318
דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:56 pm#226334
גרינפעלד שרייבט גארנישט א קרעדיט אין די הקדמה? געב א קוק ביטע.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:09 pm#226341
אין זיין זעכצן בלעטערדיגער הקדמה האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען א פיפס איבער זיין סחורה געליפעראכטס פונעם קוואל.
ותימה.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:12 pm#226344
למעשה עפעס קרעדיט קומט זיך אים דאך פארן איבערטייפן.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:13 pm#226346
בשבילי! האט געשריבן:דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??

למאי נ'מ?
דער דיון דא איז נישט איבער גניבה אדער השגת גבול, נאר איבער פלאגיאריזם און זיך מתעטף זיין באיצטלא שאינו שלו.
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:18 pm#226350
זיי קענען מאנען געלט, סתם א באזונדער פראגע
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 am#226405
היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=944834#p944834
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.

דאס איז אייראניק, ער ברענגט א נייעס איבער א שרייבער נישט געבען קרעדיט פארן ארגענעלער מחבר, און ער טוט ממש דאס.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:06 am#226418
דאס איז ווייל ווען ער האט יא אמאל געגעבן קרעדיט טאקע דער ציפקע האט מען אים שיעור געממיתט דארט.
m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731 m
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:26 am#226470
דער עיקר איז אז די אומפארשעמטע חברה פון עטרת זענען ביזי צו האקן אויף די 'נישט ריינע מסורה ' פונעם עוז והדר תרגום.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:54 am#226527
א לייק פאר כוכב. גרויסע שכויח.

אונטרעסנט איז, אז און יענע אשכול האט איינער אראפגעריסען אלע חסידישע ספרים, אז דו בחינות און תורות זענען געגנבעט געווארן פון קדמונים וראשונים.
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:18 pm#226620
כוכב האט מיר צוגעשיקט אין אימעיל די בילדער, מיט דעם פאלגנדן צושריפט:

"אנהויב און סוף פון דער זעכצן זייטיגדיגער הקדמה וואו דער מחבר נעמט אן א בלעכענעם פנים."

66.JPG
66.JPG (40.25 KiB) געזען געווארן 3124 מאל

67.JPG
67.JPG (40.99 KiB) געזען געווארן 3124 מאל
מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:41 pm#226775
...און ער איז דער וואס סאטמאר רב האט גענומען צו שרייבען דעם 'דברי יואל'? הלא דבר הוא
דער רבי מיט זיין ליכטיגע אויגען...