Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » יום כיפור אין בורו פארק

יום כיפור אין בורו פארק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7301
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 7:51 pm#227230
יום כיפור אין בורו פארק
איך דארף זיין דעם יו"כ אין ב.פ. ווייסט איינער וואו איז דא א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש, גוטע בעלי תפילה, דאוונט אין צייט, און א גוטע בעל קורא?
קען זיין נוסח ספרד אדער אשכנז. דער עיקר א גוטע דאוונען און נישט סתם שלעפן מיט נגונים וכדומה.
א גוטע דרשה פאר כל נדרי/נעילה איז אוי א +
לכתחלה זאל אויך האבן א עזרת נשים.

מיט דאנק פאראויס
ה.ל.
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:24 pm#227237
בעלעד (נישט דולה'ס רבי) זיי דאווענען אין רענאסאנס האלל אבער דארט מוז מען קויפן א זיץ (ביי די מענער עכ"פ)
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:36 pm#227239
וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 8:53 pm#227242
גיי קיין סאטמר 13-49 (לעבען באבוב רמ״ד פון אינמיטן וואך) סאיז א נייטראלע פלאץ + א רב ר׳ אלעזר הורוויץ וואסס לויט וי איך הער לייגט ער אראפ א שטארקע דרשה פאר כל נדרי אין לפי הבנתי דארף דארט זיין זייער היימיש אין באקוועם
איך ווייס נישט וי לאנג ער ציט אויס די נשמה אויב בכלל (איך גלייב נישט)
לגבי א פלאץ האב איך אויך נישט קיין מושג ויפיל עס קאסט אבער סאיז ביי מיר 99.9% אז עס וועט זיך מאכען א פלאץ + עזרת נשים
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:20 pm#227246
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?

אין די נייע בעלעד דאווענט חזן בלומבערג!
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:33 pm#227251
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?

א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש

גוטע בעלי תפילה
ר'שלמה איז באקאנט אלס הערליכע הארציגער בעל תפילה.

אזוי אויך רוב אנדערע תנאים וואס דו האסט געשטעלט.

א זיץ גלייב איך קאסט ארום 250 פאר ר"ה און יו"כ (טאמער איז נאך דא אוועילעבעל)
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:24 pm#227255
אתא קלילא האט געשריבן:גיי קיין סאטמר 13-49 (לעבען באבוב רמ״ד פון אינמיטן וואך) סאיז א נייטראלע פלאץ + א רב ר׳ אלעזר הורוויץ וואסס לויט וי איך הער לייגט ער אראפ א שטארקע דרשה פאר כל נדרי אין לפי הבנתי דארף דארט זיין זייער היימיש אין באקוועם
איך ווייס נישט וי לאנג ער ציט אויס די נשמה אויב בכלל (איך גלייב נישט)
לגבי א פלאץ האב איך אויך נישט קיין מושג ויפיל עס קאסט אבער סאיז ביי מיר 99.9% אז עס וועט זיך מאכען א פלאץ + עזרת נשים

ווען איז שחרית, עני איידיע?
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:50 pm#227259
איך וועל שוין מברר זיין באלד גיב איך תשובה
דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 10:50 pm#227260
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך דארף זיין דעם יו"כ אין ב.פ. ווייסט איינער וואו איז דא א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש, גוטע בעלי תפילה, דאוונט אין צייט, און א גוטע בעל קורא?
קען זיין נוסח ספרד אדער אשכנז. דער עיקר א גוטע דאוונען און נישט סתם שלעפן מיט נגונים וכדומה.
א גוטע דרשה פאר כל נדרי/נעילה איז אוי א +
לכתחלה זאל אויך האבן א עזרת נשים.

מיט דאנק פאראויס
ה.ל.

דאס ערשטע מאל איך הער אז א איד זוכט א בית מדרש מיט א גוטן בעל קורא נישט אום פרשת זכר.
לעצם הענין דער מחזור האט נישט גענוג פיוטים אנצופילן א גאנצע טאג דאווענען אן שלעפן אביסל מיט ניגונים. חוץ מזה די ניגונים רילעקסט אביסל די מח מען זאל קענען אנגיין ווייטער.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:30 am#227290
טעמפל בעט על, 15 קארנער 48. מ'שטעלט זיך 8:00, און פאזע נאך מוסף איז בערך האלב דריי. וועלט בארימטע חזן בנציון מיללער מיט'ן כאר האלט אונטער די עולם אבער די הויך פונקט זענען די ווארימע דיבורים פון ראביי שנאו, ווי ער אז מקרב לבן של ישראל לאבינו שבשמים. די עולם איז אן אמת'ע סנעפשאט פון בארא פארק פון אמאל, חסידים ליטוואקעס, אמעריקאניזירטע, און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן טרעפן זיך אונטער איין דאך מיט איין מטרה, אויסבעטן א גוט יאר!

פלאץ איז דא בריוח, אבער כמובן, קענט איר אריינגיין אין ביורא אונטערן בית הכנסת און באצאלן א קארגע פיפציגע פאר א זיץ. בנוגע די בני בית, איז דא צוויי אפציעס. זי קען זיצן אונטן אויף די אנדערע זייט מחיצה אדער אויפ'ן גאלעריע. אזוי צו אזוי 'עט זי מן הסתם האבן א פיל באקוועמערע און מער דערהויבענע עקספיריענס ווי ביי הרב אלעזר הורוביץ'ן.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:46 am#227293
אדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:12 am#227296
דערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:52 am#227300
יין שרף האט געשריבן:דערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)

איר זענט קענטליך נישט קיין בארא פארקער תושבים. טעמפל בעט על איז אן ארטאדאקסישע שול למהדרין, דער ראביי אן ערענסטע ת"ח וירא שמים מרבים, און דער חזן, הגם ער קרעכטץ עטוואס ענדערש ווי דער רביזכיסעלחינו, איז ער א ווארימע חסיד'ישע בעל תפילה וואס דערקוויקט די הערצער. קומט און אנטדעקט אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידישקייט מהו.
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:17 pm#227306
דבילה האט געשריבן:

דבילה: אפטעמיסט האט נישט גערעדט וועיגן "טעמפל-בעט-על". ער האט גערעדט וועיגן אן עכטע רעפארם טעמפל. או.קעי. ס'איז נישט אזוי גרויס ווי א פוטבאאל פיעלד. אפשר אזוי גרויס ווי א ניוססטענד אין טיימס סקווער. (ד' אמות על ד' אמות קענמען נישט זאגן אויף א רעפארם טעמפל.). ס'איז דא א "מענארא" אינ פראנט...!
פרייטאג אקטאבער 03, 2014 2:07 pm#227313
רב דבילה. פאר אייער אינפארמאציע בין איך גיט באקאנט מיט בית אל טעמפל. און btw האב איך גאצאלט די צוואנציגער אריינצוגיין דארט די א׳ סליחות.

די וויץ איז וועגן א טעמפל מיטן נאמען בת קול...!
מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 9:35 pm#227336
נו היימישע, אונז וויל הערען די תוצאות, ווי האסטו למעשה געדאוונט? אין האסט הנאה געהאט?
זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:31 am#227373
אפטעמיסט האט געשריבן:אדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.

נישט אז עס איז א גרויסע נאפקע מינע, אבער איך מיין אז דו מאכסט א טעות דער טעמפל וואס דו ברענגסט דא איז נישט פון די רעפארם פראקציע נאר פון די פראגרעסיוו פראקציע...
זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:00 pm#227490
קאווע טרינקער האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?

אין די נייע בעלעד דאווענט חזן בלומבערג!

חזן בלומבערג האט אראפגעלייגט א מעסיוו ארבייט. און נאכדערצו די זיצן זענען געווען בחנם.

אויף נעקסט יאר קען ער ארויסדינגן די ארמארי.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 6:00 pm#229213