Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » מנהיג טרעט ארויס שארף קעגן אינטערנעט

מנהיג טרעט ארויס שארף קעגן אינטערנעט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7322
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:09 pm#227771
מנהיג טרעט ארויס שארף קעגן אינטערנעט
איינער פון די גרויסע מנהיגים האט ענדליך ארויסגעטראטן שארף קעגן די אינטערנעט. אין א ספעציעלער אסיפה וואס דער געערטער מנהיג האט אפגעהאלטן מיט עסקנים האט דער מנהיג דערקלערט מיט אפענע ווערטער: "איך ווער מער און מער אקעגן די אינטערנעט, יעדן טאג." די ווערטער האט ער ארויסגעזאגט מיט א שארפער געזיכט, בשעת ער גלעט זיך פאמעליך די געדיכטע וואנצעס העכער זיינע ליפן.
די אסיפה איז געווארן אפגעהאלטן נאכדעם וואס דער בית דין וואס שטייט אונטער די אויפזיכט פון דעם מנהיג האט ארויסגעגעבן א שארפער פסק אין וועלכן די דיינים האבן באשטעטיגט אז די קהילה וועט אנהייבן צו איינשטעלן פילטערס אין די טעלעפאנען און קאמפיוטערס פון דעם עולם. דער מנהיג האט פארטיידיגט דעם פסק דין, זאגנדיג אז עס זענען שוין געווען מערערע פעלער אין וועלכן שלעכטע עלעמענטן האבן אויסגענוצט די אינטערנעט פאר פינסטערע צוועקן.
בעיקר איז דער מנהיג אנטשלאסן צו באקעמפן די סאציאלע וועבזייטלעך, וואו מען קען זיך צוזאמקומען אין איין רגע מיט אלע סארטן עלעמענטן פון די גאנצע וועלט, ווי פייסבוק און יו טוב.
זאך קענער זאגן אז אין די פארגאנגענהייט האבן די מתנגדים פון דעם מנהיג און זיינע מענטשן פארשפרייט מעסעזשעס אויף די סאציאלע וועב וועלכע ווייזן אן אויף קארופציע אינערהאלב זיין הנהגה, און דאס איז די אומאפציעלע סיבה פארוואס דער מנהיג שליט"א איז אזוי דערקעגן די אינטערנעט.
אנדערע קהילה פירער טענה'ן אז דער מנהיג נוצט אויס די הלכות וואס פארפליכטן אלע קהילה מיטגלידער פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.
דער טענה האט א שטארקער באזיס, נעמענדיג אין באטראכט אז אין דער פארגאנגענהייט האט שוין דער מנהיג און זיינע מענטשן זיכער געמאכט אוועקצורוימען פון וועג אלע שרייבערס וואס קריטיקירן זיין הנהגה, און מענטשן האבן געקריגן א שטארקער פחד צו ארויסטרעטן אפן קעגן דעם וועג ווי אזוי דער מנהיג פירט זיין קהילה.
עס בלייבט איבער צו זען אויב די מענטשן וועלכע זענען אונטערגעווארפן אונטער זיין הנהגה וועלן זיך ברעכן פון די שרעק אנווארפנדע ווערטער פון דעם מנהיג, אדער זיי וועלן דאס דערקלערן אלס אומזיסטיגע טעראר און אים באקעמפן.
דא קענט איר זען מער איבער די אויסגעבראכענע נייעס.
מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:13 pm#227773
ער גייט נישט אריין לאזן מיינע קינדער אין זיינע מוסדות?
איי מין וואס איז זיין שטעקן?
זונטאג מאי 31, 2015 12:55 pm#279279
נעוואדע איז ער אקעגן די אינטערנעט. דארט איז דאך די ערשטע פלאץ ווי סקען געשעהן ערענסטע פראבלעמען פאר אים בבחינת רעוועלוציע