דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:37 pm#15413
ווערט אן "אחראי"!
תודה לא-ל אז אין די עטליכע חדשים וואס "קאווע שטיבל" עקזיסטירט האט זיך עס אויסגעברייטעט צו פילצאליגע פארומס און הונדערטער הודעות טעגליך. מיר האלטן א כסדר'דיגן אויפזיכט איבער אלעם וואס ווערט געשריבן, אז ס'זאל שטימען מיט די פרינציפן פון דעם ארט, ווי אויסגעשמועסט אין דעם "ווארט פאר דעם נייעם מעמבער". פארשטייט זיך אז עס מאכט זיך כסדר אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט פירן טעמעס צו זייערע ריכטיגע ערטער, פארמעקן א ווארט אדער הודעה, און אנדערע אנגעלעגנהייטן אז "קאווע שטיבל" זאל קענען האבן די ריכטיגע צורה, און דינען דעם ציל. יעצט, ווען מיר ברייטערן זיך נאך מער אויס, און בעיקר זיך גרייטנדיג צו עפענען דעם לאנג-ערווארטעטן פריוואטן פארום, ווילן מיר אויסברייטערן די מעגליכקייטן פון די חשוב'ע חברים.
ווי מיר האבן שוין אויסגעשמועסט, וועט דער פריוואטער פארום פארמאגן א שטרענגער צענזור כדי צו היטן אז עס זאל זיין דינען דעם ציל פון אן ארט וואו ערליכע חרדישע אידן קענען זיך צונויפשמועסן בדיבוק חברים על דרך ישראל סבא. כדי דער כסדר'דיגער אויפזיכט וואס וועט זיך אויספעלן זאל זיין אפעקטיוו, וועלן מיר געבן פאר א מספר מצומצם פון חברי השטיבל פארשידענע רעכטן וועלכע זענען ביז היינט געווען עקסקלוסיוו פאר מנהלים. אט די "אחראים", ווי מיר וועלן זיי רופן, וועלן האבן די מעגליכקייט צו פארמעקן הודעות תיכף ווי נאר זיי באמערקן אז זיי טויגן נישט. די הודעות וועלן דאן מער נישט געזען ווערן, אבער אויב עס וועט אויספעלן וועלן זיי קענען צוריקגעשטעלט ווערן דורך די מנהלים.
די פריווילעגיעס וועלן נישט זיין באגרעניצט בלויז פאר דעם פריוואטן פארום. אן אחראי וועט קענען נוצן די פונקציעס אויך אין די אנדערע פארומס, אויב עס וועט אמאל אויספעלן.
וכאן המקום להודיע אז ווער עס וויל ווערן אן אחראי מיטצושטיין מיט דעם אויפזיכט אויף אונזער/אייער שטיבל, זאל זיך מעלדן צו איינעם פון די מנהלים. ווי געשריבן, בלויז א מספר מצומצם אחראים וועלן אנגענומען ווערן.