Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם

ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #736
פרייטאג יוני 01, 2012 5:06 pm#15490
ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
מע קען עכט מאכן צוויי אשכולות, איינס פון ר׳ שלמה׳ן און איינס פון די נושא פון שלא שינו את לשונם.

ר׳ שלמה׳ס נאמען האב איך געזען ביי די חוזק פון די כינוס אז ער גייט רעדן דארט, און אויך נחום רז״ב דערמאנט איהם אסאך מאל.

ער האט יעצט ארויסגעגעבן א ספר אין אידיש וועגן רעדן די ענגלישע שפראך און פארשטייט זיך אז די וואס רעדן עס זענען נישט געווען פון די וואס לא שינו את לשונם.

די שאלה וואס איך וויל וויסן איז, האט מען אין מצרים נישט גערעד די גוישע שפראך?

איינער וואס רעד ענגליש איז נישט פון די וואס טוהן צואיילען די גאולה?

אביסל קלרקייט please.
פרייטאג יוני 01, 2012 5:23 pm#15491
דאס איז א אמעריקאנע משוגעת, וועלכע חסידישע איד פון אונגארען האט נישט גערעדט א פליסיגע אונגאריש? א חבר מיינער פארציילט מיר אז ווען ער איז געווען אמאל אין אונגארען און געהערט איינעם רעדן אונגאריש איז ער געווען זיכער אז ער איז א אידיש קינד...
און בנוגע שלא שינו את לשונם, ווער זאגט אז לשונם מיינט די קולטארע שפראך ווי אידיש? לדעתי מיינט לשונם די וועג ווי אזוי מען האט גערעדט, פונקט ווי מלבוש טייטשט די וועג פון קליידען, מען איז געגאנגען אנגעטוהן באשיידען (עס איז נאך געווען פאר די דזשי. ענד דזשי עפאכע וואס יעדער מיז גיין אנגעטוהן מער ווייניגער די זעלבע, און איינער וואס גייט שוין מיט א גרויען רעקעל האט שוין פייגלעך אין קאפ), אזוי אויך לשונם באציט זיך אויפן איידעלען וועג וואס מען האט גערעדט.
פרייטאג יוני 01, 2012 6:31 pm#15500
דער בוך איז פון אן אינטערעסאנטן פאראדאקסאלישן זשאנער, פון ביכער געשריבן דורך עקסטרעמיסטן פאר עקסטרעמיסטן, אבער זענען דאך געשריבן צו דער זאך, מיט א לאגישן סדר, מיט א געוויסן רעספעקט פאר דעם לייענער׳ס אינטעלעקט און פאר דער שפראך מיט וועלכער ס׳איז געשריבן געווארן, און פארהעלטניסמעסיג גראמאטיש אויסגעהאלטן.
נאך א בוך פון דעם זשאנער איז ״טהרת החינוך״.
זונטאג יוני 03, 2012 2:23 pm#15654
נאך א באווייז אז דאס רעדן בלויז אידיש איז אן אמעריקאנער משוגעת, פרובירט אייך פארצושטעלן ווען הרה"ק ר' אייזיקל קאלובער זי"ע קומט ווען היינט ארויס מיט זיין ניגון סאלא קאקאש אויף ענגליש, איר ווייסט וואס די רעאקציע וואלט געווען? איך גלויב אז הפגנת גריל אן לי, ושכנו הונדרעט און עלעעוו, פרעס טראק, וכו', וואלט געווען בלויז טועמי' פון וואס עס וואלט זיך דא איבערגעדרייט, אזש ס'הייסט א מנהיג בישראל קומט ארויס מיט א ניגון אויף ענגליש?
זונטאג יוני 03, 2012 2:27 pm#15655
סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.
זונטאג יוני 03, 2012 2:29 pm#15657
זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

מיר איז אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי ער האט זיך באקענט מיט דעם גוי און זיינע לידער...
זונטאג יוני 03, 2012 2:29 pm#15658
זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

נישט דאס איז געווען מיין פוינט, שטעלט אייך פאר ער קויפט אפ א ענגלישע ניגון און ברענגט עס צו די הייליגע זייט.
זונטאג יוני 03, 2012 2:42 pm#15662
אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.
זונטאג יוני 03, 2012 2:56 pm#15668
יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?
זונטאג יוני 03, 2012 2:59 pm#15670
משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?

איך האב אמאל געפרעגט מיין חבר, א פרומער אינגערמאן א בר דעת, האט ער מיר געזאגט אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה און אויך דעמאטלס האט די דלת העם נאר פארשטאנען שפת העם משא"כ היינט איכשר דרא ב"ה.
זונטאג יוני 03, 2012 3:07 pm#15673
יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איך מיין אז דו מאכסט א ריזיגן טעות. ס'איז ברייט באקאנט אז סאלא קאקאש האט ער אפגעקויפט פון א גוי א פאסטעך. - אויף יו טוב קענסטע זעהן א גויעשע זינגערין לייגט אראפ סאלא קאקאש מיט אלע טעמים.
זונטאג יוני 03, 2012 3:15 pm#15674
איך שטעל מיך פאר אז דאס איז געשען ווען די אירופעישע יודען זענען געקומען אויף די "טריפה'נע" אמעריקע, און די עלם האט זייער מורא געהאט אז זיי וועלען אמעריקאנעזירט ווערן ממילה האבן זיי זיך מתבדל געווען פון יעדע זאך וואס האט צו טוהן מין אמעריקאנע קולטור, און די רבנים'ס כסדרדיגע האקן אויף די טמא'מע אמעריקאנע גאסן וכדו' האט נישט צוגעהאלפן צום מצב, זענען מיר געבליבן סטאק אין ניינטינט סענטרי יוראפ, ווי די זיידעס האבן געקענט נאסטאלגיעזירן (נישט דא אזא ווארט, איך ווייס) אויף די גולאש וואס מ'האט געגעסן אין הוידי-נאנאש מיט א פיינעם שליבאוויץ, אבער די אייניקלעך טארן חלילה נישט פארכאפט ווערן אין גלות אמעריקע.
זונטאג יוני 03, 2012 3:17 pm#15676
יידל האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

איז ווי אזוי פארענטפערט מען דאס פארען היינטיגען אינגען אכשר דרניקע'ס, העכער זאכען? מען טאר נישט פרעגען? הוראת שעה?

איך האב אמאל געפרעגט מיין חבר, א פרומער אינגערמאן א בר דעת, האט ער מיר געזאגט אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה און אויך דעמאטלס האט די דלת העם נאר פארשטאנען שפת העם משא"כ היינט איכשר דרא ב"ה.

זאג נאר, ער פילט די טומאה אויך? אפשר איז דא א ביכל מיט א ליסט פון זאכן וויפיל אונסעס טומאה ס'האט?
וואס עפעס איז ענגליש מער טמא ווי אונגאריש
א קאטש א פייע נעקי
זונטאג יוני 03, 2012 3:30 pm#15678
שרייבער האט געשריבן:

זאג נאר, דו שפירסט די קדושה פון שבת? מ'דארף נישט פילן כדי צו וויסן אז עס איז טמא. אז רבנים זאגן אז ענגליש איז טמא גלייבט ער עס באמנוה שלימה.
זונטאג יוני 03, 2012 5:01 pm#15702
איי העוו ניוס פאר יו
איך שפיר מיך אנדערש אין א שבת'דיגן טאג ווי אין א וואכנדיגן טאג

ווידער ווען איינער רעדט ענגליש און דער צווייטער אונגאריש שפיר איך נישט קיין שום חילוק

אפשר צייכנסטו ביטע א מראי מקום ווי רבנים זאגן אז ענגליש האט א ספעציעלע טומאה
זונטאג יוני 03, 2012 5:37 pm#15718
זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

האט ער באצאלט פארן קנין? אדער קענען נאך די אייניקלעך פונעם מאדיאר אונז אלע אנקלאגן פאר קאפירייט רעכטן?
זונטאג יוני 03, 2012 5:44 pm#15723
יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

באקאנט די מעשה מיט סאטמאר רבי זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט א ווערטל איבער דעם ענגלישן איבערטייטש פון דאך. אז מען ווארט אויפן רוף...
זונטאג יוני 03, 2012 5:53 pm#15735
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:אגב, נישט סאלא קאקאש נאר גלות גלות האט ער אנגעבליך אפגעקויפט פון א גוי. סאלא קאקאש איז געווען אן אייגענע קאמפאזיציע. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

באקאנט די מעשה מיט סאטמאר רבי זי"ע וואס האט זיך אויסגעדרוקט א ווערטל איבער דעם ענגלישן איבערטייטש פון דאך. אז מען ווארט אויפן רוף...

וואס איז די מעשה?
זונטאג יוני 03, 2012 5:56 pm#15737
ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.
זונטאג יוני 03, 2012 6:15 pm#15751
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.

איך האב עס געהערט אויפן ציעלימער רב
זונטאג יוני 03, 2012 6:23 pm#15757
קען זיין ווייל דער צלימער רב איז געווען באקאנט מיט זיינע ענגלישע ווערטליך. אבער די ROOF מעשה האב איך אויך געהערט אויפן סאטמאר רבי.
זונטאג יוני 03, 2012 7:12 pm#15771
יידל האט געשריבן:אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

אפשר קען דאס אריינגיין אינעם גדר פון "נשתכחה תורת הבעל שם"...
זונטאג יוני 03, 2012 8:16 pm#15813
יידל האט געשריבן:. אז איר וועט ליינען אין שיח זקנים וועט איר זיך צענדליגע מאל אנשטויסן אין פעלער ווען גדולי תלמידי הבעש"ט האבן זיך אויסגעדרוקט במתק לשונם אין פוליש/רוסיש/ראמעניש.

ווילסט רעדן רוסיש/רומעניש ווער שטערט דיר? אפשר וועט זיך יאנקי לעמער קומען לערנן אפאר ניגונים ביי דיר, קענסט אפילו רעדן שלמה גאמבאריש אויב עס שמעקט דיר.
זונטאג יוני 03, 2012 10:00 pm#15847
ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס, די אלטעע דור חסידים האבין עס זייער אינדזשויט אבערר צווישן אונז גערעדט, נישט נאר יולי לעבעוויטש נאר אפילע חיים שמעלצאר פאקט אים איין. פארשטייטזיך אז ס' נעמט נישט אוועק פון זיינע אנדערע גרויסע מעלהס, זכותו יגן עלינו
זונטאג יוני 03, 2012 10:05 pm#15848
מענטשעלע האט געשריבן:
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:ער איז געווען אמאל ביי א קבלת פנים, פרעגענדיג אויף וואס מען ווארט צו גיין צו די חופה, האט מען אים געזאגט אז מען ווארט אויפן רוף (roof), די חופה איז געווען אינעווייניג, און מען האט געדארפט עפענען די דאך.

האט די רבי געזאגט וואס אינדערהיים איז געווען א שלאק, איז אין אמעריקא א רב...

עס איז דא פון יעדע רבי און אדמו"ר ווערטליך אויפן ענגלישן שפראך.

איך האב עס געהערט אויפן ציעלימער רב

אויב נישט געזאגט האט ער עס געקענט זאגן, דער צעהלימער רב איז באקאנט מיט אזאנע תורות
זונטאג יוני 03, 2012 10:12 pm#15849
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס,

דו מיינסט אז אומזיסט האט סאטמאר רב געהאט אזויפיל מתנגדים ?...
זונטאג יוני 03, 2012 10:21 pm#15851
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ס'איז אן עקסטערע זאך, אבער אז מרעדט שוין
כ'מיין אז דער סאטטטמאר רבי האט געמאכט זייער קאורני דזשאוקס, די אלטעע דור חסידים האבין עס זייער אינדזשויט אבערר צווישן אונז גערעדט, נישט נאר יולי לעבעוויטש נאר אפילע חיים שמעלצאר פאקט אים איין. פארשטייטזיך אז ס' נעמט נישט אוועק פון זיינע אנדערע גרויסע מעלהס, זכותו יגן עלינו

סתם געשאסן.

סע אנדערע מיני ווערטלעך. און גאנץ גוטע אסאך מאל.
מיטוואך יוני 27, 2012 8:24 pm#20456
מ'פארקריכט דא פונעם ענין,
די הייליגע חתם סופר - וואס סאטאמר האט אדאפטירט, כאילו ער האט געהאקט אייז און געפירט פראטעסטטען - זאגט קלללאאאר אז די אידן אין מצרים האבן בפירוש גרעדט מצרי'ש,
לדעתו, שלא שינו את שמם, באציעט זיך לגבי שקלא-וטריא ביים לערנען.
נו, אוודאי, איז דאס א טעות הדפוס אין חתם סופר, והיינו טעמא פארוואס מ'האט ארויסגענומען פון חתם סופר די שטיקעל וואס ער שרייבט אז עבודת הקרקע בארץ ישראל איז מער ווי תורה ותפילה אין חוץ לארץ.
יבוא יום, מ'וועט נאך ארויסנעמען ליבעראלע שטיקער פון ויואל משה
מיטוואך יוני 27, 2012 11:39 pm#20507
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'פארקריכט דא פונעם ענין,
די הייליגע חתם סופר - וואס סאטאמר האט אדאפטירט, כאילו ער האט געהאקט אייז און געפירט פראטעסטטען - זאגט קלללאאאר אז די אידן אין מצרים האבן בפירוש גרעדט מצרי'ש,
לדעתו, שלא שינו את שמם, באציעט זיך לגבי שקלא-וטריא ביים לערנען.

מראה מקום פליז.
דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:10 am#20537
קאווע טרינקער האט געשריבן:מ'פארקריכט דא פונעם ענין,
די הייליגע חתם סופר - וואס סאטאמר האט אדאפטירט, כאילו ער האט געהאקט אייז און געפירט פראטעסטטען - זאגט קלללאאאר אז די אידן אין מצרים האבן בפירוש גרעדט מצרי'ש,

וואו זאגט ער קלאר? מקור ביטע
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 4:16 pm#49265
איך לייען די רייד פון אלע שרייבערס דא, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגן די פשוט'סטע פראגע: אט די הייליגע שפראך יידיש פון וואנט שטאמט זי? האט דען משה רבנו גערעדט יידיש, אדער מר בר רב אשי, דער רמב"ם, דער מחבר ר' יוסף קארו? יידיש איז געווארן א יידישער שפראך וייל יידן האבן גערעדט דאס שפראך - נאך א ביסל וועט ענגליש אויך ווערן הייליג - כ'מיין ענגליש און דעם וויליאמסבורגער שטייגער.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 5:39 pm#49287
שלזינגרוביץ האט געשריבן:איך לייען די רייד פון אלע שרייבערס דא, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגן די פשוט'סטע פראגע: אט די הייליגע שפראך יידיש פון וואנט שטאמט זי? האט דען משה רבנו גערעדט יידיש, אדער מר בר רב אשי, דער רמב"ם, דער מחבר ר' יוסף קארו? יידיש איז געווארן א יידישער שפראך וייל יידן האבן גערעדט דאס שפראך - נאך א ביסל וועט ענגליש אויך ווערן הייליג - כ'מיין ענגליש און דעם וויליאמסבורגער שטייגער.

דאס ליגט דאך ביי יעדן אויפן צונג, און דארף ניטאמאל אויסגעשמועסט ווערן.
וויליאמסבורגער ענגליש וועט נישט ווערן א באזונדערע שפראך, אבער דאס ענגליש פון די "ישיבישע" קרייזן איז שוין ווארשיינלעך ווייטער פון אמעריקע'ס מאמע-לשון ווי אידיש איז געווען פון דייטש אין אירע ערשטע עטאפּן.
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 9:02 pm#49301
דערווייל האט נאך קיינער נישט גענטפערט פארוואס האבן אונזערע עלטער זיידעס און פוילן אונגארן גערעדט די שפראך המדינה און דא איז ענגליש פלוצלינג אזא הארבע עבירה
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 11:38 pm#49329
פיינע קאווע האט געשריבן:דערווייל האט נאך קיינער נישט גענטפערט פארוואס האבן אונזערע עלטער זיידעס און פוילן אונגארן גערעדט די שפראך המדינה און דא איז ענגליש פלוצלינג אזא הארבע עבירה

ענגליש איז נישט קיין עבירה , נאר מ'טאר עס נישט צופיל לערענען!! אמאל האבן די רבנים אויך פארפירט אויף לשון העמים!
מאנטאג אקטאבער 15, 2012 2:01 pm#51616
חתם סופר'ס דעה איבער דעם יידיש
כ'האב מיט יארן צוריק געליינט ערגעץ אין כתבים פונעם חתם סופר אז יידיש איז א שפראך וועלעכע אונדזערע עלטער עלטערן האבן מייסד געווען כדי מ'זאל נישט רעדן דייטשיש. כ'געדענק נישט אווא ער שרייבט דאס אבער כ'גאראנטיר אייך אז כ'האב דאס נישט אויסגעטאפן. (ווער ס'ווייס און קען ברענגן דעם מקור תבוא עליו ברכה).

ואם קבלה היא נקבל ואם לדין יש תשובה:

א שפראך איז נישט אזא קליינטשיקע עניין וולעכער מענטשן "טראכטן אויס", דאס איז א מין לעבדיקע זאך וולעכער ווערט נשתנה מדור לדור און פון קהילה צו קהילה. צ. ב. ש. די יידיש פון די רוסישע איז אנדערש פון די יידיש פון די ליטוויעשע און פון די פוילישע יידיש. די יידיש און חסידישע קרייזן אין ארץ ישראל איז גאר אנדערש פון די יידיש פון חסידיעשע קרייזן און וויליאמסבורג: די ערשטע אדאפטירן פארשידענע ווערטער און סטורקטור פון העברעייש און די לעצטע אדאפטירן די זעלבע פון דעם ענגליש.

אט די יידן און זייער פארמאכטע קהילות האבן אדאפטירט אין יענע צייטן ווערטער פון לשון קודש אין פון גאר אלט דייטשיש (כלומר'שט די הייליקע מקור פוענעם יידיש) און האט אזוי איז געווארן א שפראך.

אונדזערע זיידעס האבן קוים געהאט צייט צו דאווענען דריי מאל אטאג מיט מניין און לויפן פאר פרנסה - אבער צייט צו שטודירן און אויס טראכטן א נייע שפראך, מנלן?
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 6:19 pm#54370
מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 2:40 am#235433
זר זהב האט געשריבן:סאלא קאקאש האט ער נישט געמאכט, ער האט עס אפגעקויפט פון א גוי און אריינגעברענגט צו די הייליגע זייט.

נו, אויף דעים זאגט דאך שוין דער הייליגער פעסטער רב שליט"א הגה"ק ר' יואל'יש לעבאוויטש, אז ער האט אפגעקויפט א "רעפ סאנג" פון א שווארצן פאסטעך...!
מיטוואך אפריל 10, 2019 10:33 am#428206
Re: ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
שלזינגרוביץ האט געשריבן:איך לייען די רייד פון אלע שרייבערס דא, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגן די פשוט'סטע פראגע: אט די הייליגע שפראך יידיש פון וואנט שטאמט זי? האט דען משה רבנו גערעדט יידיש, אדער מר בר רב אשי, דער רמב"ם, דער מחבר ר' יוסף קארו? יידיש איז געווארן א יידישער שפראך וייל יידן האבן גערעדט דאס שפראך - נאך א ביסל וועט ענגליש אויך ווערן הייליג - כ'מיין ענגליש און דעם וויליאמסבורגער שטייגער.

אין דברי יואל פ׳ שמיני.

פון אן אנטראפאלאגישן שטאנדפונקט האט ער זיכער א פונקט. וכדהאריך רב סליפקין עפ״י הרמב״ם בענין ההגדרה של ״קדושה״.

m http://www.rationalistjudaism.com/2018/ ... e.html?m=1 m
IMG_4282.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך אפריל 10, 2019 10:47 am#428207
קאווע טרינקער האט געשריבן:נו, אוודאי, איז דאס א טעות הדפוס אין חתם סופר, והיינו טעמא פארוואס מ'האט ארויסגענומען פון חתם סופר די שטיקעל וואס ער שרייבט אז עבודת הקרקע בארץ ישראל איז מער ווי תורה ותפילה אין חוץ לארץ.
מראה מקום?
מאנטאג מאי 13, 2019 11:24 pm#430399
Re: ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
דעם שטיקל חתם סופר איז אין מסכת סוכה פרק לולב הגוזל ד״ה דומה לכושי תנן:
IMG_3135.jpg
IMG_3136.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 11:28 pm#430400
ער זאגט אבער נישט אז ס'איז מער.
מאנטאג מאי 13, 2019 11:34 pm#430402
אין הכי נמי
מאנטאג מאי 13, 2019 11:49 pm#430403
Re: ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
סאיז טאקע א שאלה וואס איז אנדערש ענגליש פון אונגאריש, אבער נראה לי לומר אז מען זעהט בפועל א חילוק פון א בחור למשל וואס רעדט אידיש ווי פון א צווייטען וואס רעדט ענגליש, נישט אומזיסט זאגט מען אז די וויליאמסבורג׳ע קינדער (הוא הדין אנדערע) זענען די מערסטע גריבען און קליג סיי במילי דעלמא סיי במילי דשמיא, זיי כאפן אויף א גמרא בעסער פונעם פלעטבויש בוי, ווייל די ענגלישע שפראך מאכט זייער פארטעמט און פארטיפושט, קוק א חילוק פון א ליטוואק פון לעקוואוד מיט א ליטוואק פון בני ברק, איך האב געהערט א עכטע מעשה מיט א ״בני תורה״ פון לעקוואוד וואס איז אריין אין געשעפט און געזעהן א גרויסע רייע פון מענטשען וואס ווילן באצאלן האט ער זיך געשטיפט די ערשטע מיטן טענה אז ער איז א בני תורה און זיי נישט.., אונגאריש איז נישט אזוי, אפשר האבן די גדולי ישראל געשמעקט די חילוק, בכלל זאגט די מיר איז נישט דא א חילוק פון די צוויי שפראכן? ענגליש איז עפעס נישט, סאיז פשוט גוייש, מיר רעדן אידיש כדי צו בלייבען דעם עם נבון וחכם! (והוא הדין לגבי אונזער סארט מלבושים)

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 11:51 pm#430404
Re: ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
קוק׳ס נאר ווי סאך חכמה פליסט אויפן ״אידיש׳ען״ קאווע שטיבל!

Sent from my iPhone using Tapatalk
מאנטאג מאי 13, 2019 11:57 pm#430405
Re: ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
יואלי לעבאוויטש זאגט א ווערטל אז אויב די ציונים וואלטן גענומען אידיש פאר זייער שפראך וואלט סאטמאר רב זצ״ל געזאגט דעם פייערדיגען נשא תורה אויפן היימישען אונגאריש..

Sent from my iPhone using Tapatalk
מיטוואך מאי 15, 2019 3:24 pm#430560
חוקר ודורש האט געשריבן:נישט אומזיסט זאגט מען אז די וויליאמסבורג׳ע קינדער (הוא הדין אנדערע) זענען די מערסטע גריבען און קליג סיי במילי דעלמא סיי במילי דשמיא

מ'מעג עס זאגן אויב עס מאכט איינעם פילן גוט. אבער אויב איינער מיינט עכט אזוי, נעבעך.

אויב קענסטו מענטשן, ווייסטו אז ס'איז דא גענוג חכמים און טיפשים אין יעדע פלאץ.
מיטוואך מאי 15, 2019 5:29 pm#430562
נישט די וויליאמסבורגער קינדער זענען די קליגסטע, נאר די קינדער פין מאנרא, און די קינדער פין די בני יואל בפרט.

זי פאקען די קינדער פין ירושלים פין מדרש איכה אין לינקען טאש.
מיטוואך מאי 15, 2019 6:53 pm#430570
ר׳ שלמה הערצאג / שלא שינו את לשונם
חוקר ודורש האט געשריבן:אבער נראה לי לומר אז מען זעהט בפועל א חילוק פון א בחור למשל וואס רעדט אידיש ווי פון א צווייטען וואס רעדט ענגליש, נישט אומזיסט זאגט מען אז די וויליאמסבורג׳ע קינדער (הוא הדין אנדערע) זענען די מערסטע גריבען און קליג סיי במילי דעלמא סיי במילי דשמיא, זיי כאפן אויף א גמרא בעסער פונעם פלעטבויש בוי, ווייל די ענגלישע שפראך מאכט זייער פארטעמט און פארטיפושט,

בכלל זאגט די מיר איז נישט דא א חילוק פון די צוויי שפראכן? ענגליש איז עפעס נישט, סאיז פשוט גוייש, מיר רעדן אידיש כדי צו בלייבען דעם עם נבון וחכם!

די סברא דארף לכאורה צייגן פארקערט. דהיינו, ס׳איז ידוע אז א רייכערע vocabulary געט צו צו linguistic intelligence, וואס באיינפלוסט intelligence בכלל (בפרט ווען מ׳הייבט אן ווען מ׳איז אינג). יעצט, דאס אז די ענגלישע שפראך האט א (סאך א) רייכערע(ן) vocabulary ווי אידיש איז לית מאן דפליג עליה (פשוט ווייל אסאך מער מענטשן רעדן דאס, קומט אטאמאטיש צו מער ווערטער און נואנסן וואס ווערן absorbed אינ׳ם שפראך, כידוע מכללי linguistics). קומט דאך אויס אז איינער וואס איז מער באהאווענט אין ענגליש [רעדן ליינען וכו׳], האט דאך מער א שאנס צו האבן א רייכערע vocabulary פשוט ווייל ס׳איז דא מער ווערטער דערין ווי איידער אין אידיש, איז ער ממילא מער עלול צו זיין קליגער ווי דעם אידיש-רעדנדיגער, עכ״פ מכח די שפראכן אליין.

דאס איז אחוץ אויב מ׳גייט ניצען די סברא פון Linguistic Relativity (עכ״פ די weak ווערסיע) צו זאגן אז ס׳איז עפעס דא inherent אין דאס אידישע שפראך וואס באיינפלוסט א ״געריבענע/קליגע״ מהלך המחשבה בכלל. אבער דעמאלטס לכאורה פאדערט זיך צו ברענגען סיי א (סטאטיסטישע) ראיה צו דעם אז אידיש-רעדנדיגע זענען קליגער ווי די אלגעמיינע ענגליש-רעדנדיגע באפעלקערונג (מיט קאנטראלירען פאר אנדערע extraneous variables), און סיי א היפאטעזיע/טעאריע בכלל פארוואס/וויאזוי פונקט די אידישע שפראך איז פועל אויף חכמה.

ואגב, געפילטע פיש, אין די אשכול l viewtopic.php?f=19&t=2916 l (אויפ׳ן דריטן page), האט אראפגעברענגט פון הענק פעליסיער א היפאטעזיע (דעם צענטן טעם) אז [אשכנז אפשטאמיגע] אידן זענען אין אלגעמיין קליגער ווייל זיי (דארפן צו) קענען אין אלגעמיין צוויי (אדער מער) שפראכן. (׳עסט אפשר נישט הנאה האבן ווי יואב דריקט זיך דארט אויס אויף תושבי וויליאמסבורג בנוגע חכמה...)

אויך איז אינטרעסאנט צו זעהן די אשכול ‏http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=5031 בנוגע די מצב פון שפראך אין אונזער געזעלשאפט.
Sent from my iPhone using Tapatalk