Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 41 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #7369
זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:46 pm#228635
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א
הרב הגאון ר' שרגא האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב איז א גאר זעלטענע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער א רבי מיט אלע פיטשיווקעס. און פון די אנדערע זייט איז ער באקאנט פאר'ן זיין "אוט אף די באקס" און א פארשטייער אין אסאך ענינים.

קאסובער רבי איז אויפגעוואקסען אין א היפש מאדערענע שטוב. (מ'זאגט אז ער האט אפילו געהאט טעלעוויזשן). אבער ער איז גאר שטארק אויסגעשטיגן אין תורה ויראת שמים. אלץ יונגערמאן איז ער שוין באקאנט געווען אלץ א גרויסער גאון און עובד ה'. ער איז יארן געווען א מגיד שיעור אין צעהלים און שוין דעמאלטס איז געווען א חידוש זיין דאווענען און געהויבענע התנהגות.

כ'האף די עולם וועט אריינפילן אביסל מער פרטים פון זיין ביאגראפיע. אבער כ'געדענק אים נאך פון יארן צוריק אלץ יונגערמאן ווי ער פלעגט שוין דעמאלטס מאכן די זעלבע מאדנע פאקסן ביים דאווענען און מ'האט געזעהן זיין גרויס כונה און התבוננות.

עכ"פ סוכות איז פאסיג צו רעדן פון אים, ווייל יעדעס יאר זעט מען פריש די קליפס פון זיין ד' מינים שאקלען וואס איז גאר מאדנע און דראמאטיש. און ס'איז כדאי אז די וואס קענען אים יעצט בעסער פון די נאנט זאלן אביסל שרייבן וואס דאס מיינט.

מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:37 am#228670
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:53 am#228672
איינגעטליך וואס איז טאקע פשט פון די אלע מאדנע פאַקסען ??? ווי האט ער דאס געזעהן ??? פון ווי נעמט ער דאס??? נישט זיין טאטע און נישט קיינע פון זיינע זיידעס האבן אזוי געדאווענט און געמאכט אפילו א צענטעל פון זיינע משוגעתן.... ספעציעל פון די גזע קאסוב־וויזניץ
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:01 am#228673
דער קליפ איז געוואלדיג.
אבער וואס איז פשט אין די קולות וואס ער מאכט? ממש ווי קעץ וואס טוען די מעשה
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:04 am#228674
זיין לולב איזדעך לכאורה שוין פסול אכט מאל ביי די צייט ער שאקלט מעריב זייט
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:15 am#228675
איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:16 am#228676
I agree
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:31 am#228678
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס


ליידער קען איך אים יא...און גאר גיט

מ׳פארציילט אז יענקל מיללער זייענדיג אמאל אין טראנטא מיט יארן צוריק האט געבעטן ר׳ משה רייכמאן ז״ל א הלוואה פון הונדרעט אלפים האט אים רייכמאן געפרעגט וויאזוי קען איך דיך טראסטן אז איך קען דיך בכלל נישט ? זאגט אים יענקל אינטערסאנט אין מאנסי בארגט מען מיר נישט ווייל מ׳קען מיך יא!!!.... :lol:
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:11 am#228680
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס

איך קען איהם יא, א ביסל. לפענ"ד. א מענטש וואס מאכט די אלע תנועות און קולות, דאס האט גארנישט צו טון מיט ערליכקייט אדער כוונה. ס'איז פשוט נערוון. אדער אן אבסעסיע.
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:47 am#228688
כהאב געוואלט ארויסברענגען צוויי נקודות. קודם האט דער קאסאווער רבי א שיעור יעדען פארטאגס אין סאטמאר 53 מיט א חברותא שוין יארען וואס דאס אליין איז א יקר המציאות צי זען א רבי לערנען יעדען פארטאגס , אין ווער עס האט אמאל דאס געזען ווען ער לערענט איז אלעס געשטארבען, ער לערענט מיט א מוראדיגער קאנצענטראציע אין יגיעה אין איז טאטאלי נישטא . דאס זעלבע קען מען עם טרעפען ביי א גמרא אין שומר שבת אין ער וועט זיך זעצען לערנען ווילאנג די נעקסטע מנין הייבט זיך אן אין ביזדערווייל וועט ער פארפאסען אפאר מנינים ווייל ער אזוי פארטיפט...
דאס זעלבע איז מיט זיין דאווענען ער דאווענט געווענליך אויפען אויווענאן אין גרויסען היכל הבית מדרש אין ער קען זיך אסאך מאל טרעפען אויסגעדרייט מיטן פנים צים עולם אין פארשטייט זיך אז ער מאכט אלע תנועות אין מען קען שטיין אין קיקען אויף עם אין בייטראכטען אבער ער איז קלאר נישטא ער איז טאטאלי ספעיסט אויט ...
נאך א פאינט... ווען איינער איז אזוי ווי רוב היינטיגע רביס גרויסע גראבע עם האראצים איז גרינג צי געבען א דריי מיט די הענט מיט א ביטול אין רובא דרובא זענען טאקע פשוטע שוי שפילערס, משא"כ דער קאסאווער רבי איז באקאנט פאר א זעלטענער תלמוד חכם סא קאן פעיקער איז ער נישט ווען ער פירט נישט טיש זיצט ער אין לערענט, אין ווי שוין געשמועסט איז אלעס ביי עם מיט א זעלטענע יגיעה, ער איז פלעין נישטא סאיז נישט אזוי ווי ער וואלט געטראכט לאמיר מאכען אזא פאקס יעצט צי אימפרעססען די חסידים וכדומה בדרך כלל כאפט ער אליין נישט וואס ער טיט....
איך האב אינגאנצען איין מאל עם עפעס געפרעגט א שאלה אין ער קען דווקא רעדען זייער נארמאל אין רעדט בכלל נישט ווי א רבי ער קען זיך ווערטעלן אין אפילו מאכען א זשאוק ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:00 am#228701
Yossy האט געשריבן:כהאב געוואלט ארויסברענגען צוויי נקודות.

בדרך כלל כאפט ער אליין נישט וואס ער טיט....

ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..


:like :lol:
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:27 am#228711
ווען דער רבי שאקעלט הינטען פאלגען נאך די קעלבער, וואס ווארטן זיי אז דער רבי זאל שאקעלן לולב צו א זייט א דאן שאקעלען זיי אויך אהין.

דער רבי לענט זיך אן אויף די רעכטע זייט, אנדערש ווי פסח. אולי ט"ו ט"ו

זיי ערליכקייט איניינעם מיט זיינע נערוון OCD מאכט א גוטע אינטערטינמענט.
מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:58 pm#228804
חוזק מאכן איז נישט א קונץ און ס'מאכט איהם נישט קלענער. קענסט עס רופן או.סי.די. אדער נערװן, איך װײס נישט.
װאס איך װײס יא איז, אז מען גײט ארײן רעדן צו איהם איז ער פערפעקטלי נארמאל, אזוי װי yossy האט ארויס געברענגט.
און נאך עפעס - װען ער קומט ארײן צו א שמחה גײט ער אסאך מאל צו די שמארגעס באורד און זעצט זיך אויבן אן מיט די טעלער און עסט, בשעת די גאנצע אויבן אן הונגערט נעבעך.. :lol:
מיטוואך אקטאבער 15, 2014 11:44 am#229021
גראף האט געשריבן:װען ער קומט ארײן צו א שמחה גײט ער אסאך מאל צו די שמארגעס באורד און זעצט זיך אויבן אן מיט די טעלער און עסט lol:


און דאס איז ווייל 'ער' איז נארמאל משא"כ די אנדערע אויבן אן זיצערס...
זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:53 pm#229231
Yossy האט געשריבן:איך האב אינגאנצען איין מאל עם עפעס געפרעגט א שאלה אין ער קען דווקא רעדען זייער נארמאל אין רעדט בכלל נישט ווי א רבי ער קען זיך ווערטעלן אין אפילו מאכען א זשאוק ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..

דעס איז זיכער אז ער האט א מולטי פערסענעליטי דיסארדער אדער עפעס ענדליכס פון די סארט!

איך האב מיך געדרייט ביי אים פאר לאנגע יארן און כ׳האב געהאט די זכי׳ אז איך בין געוועהן א שטיק צייט זיין חברותא און זיין דרייווער און איך בין געוועהן פון זיינע שטוב מענטשען און פון זיינע ערשטע חסידים און פון זיינע גרעסטע שטיצערס וואס ער האט נאר אמאל געהאט, און איך האב עס אליינס בייגעוואוינט צענדליגע מאהל ווי ער האט געקענט רעדן ראוהיג געלאַסן צו א פרעמדער וואס איז אים געקומען פרעגן א שאלה און אפאר מינוט דערנאך האט ער געקענט מאכן קולות וברקים אויף א צווייטער אפילו ער איז געוועהן זיינס א מענטש זיינס א ידיד א שטיצער וואס האט אים געפרעגט א נארמאלע שאלה !

איך קען אייך געבן צענדליגע פעלער וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן , מ׳קען זיך ליידער נישט אויסרעכענן מיט אים ! און כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:
זונטאג אקטאבער 19, 2014 8:32 pm#229239
שבת אחים האט געשריבן:כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:


מיט דעם חשבון, איז דאס גאנצע מענטשהייט (אקעי, נאר דריי פערטיל) בייפאולער.

כ׳קען אים טאקע נישט פון דער נאנענט, אבער כ׳האב יא פערזענליך געהאט מיט אים שייכות אויף עטליכע פעלער און מיין באאיינדרוק איז געווען אז ס׳איז אים נמאס די טאג טעגליכע ציבור אנגעלעגנהייטן אין וואס מ׳פרובירט אים אריין צו דרייען, און בכלל, לאכט ער (אדער עקלט זיך) פונעם ׳סיסטעם׳.

אפילו אויב ער אידענטיפיצירט זיך יא מיט א פראבלעם, קוקט ער אן די וואס רעדן זיך איין אז דער רבני׳שער קערפערשאפט פארמאגט נאך ערנסט איינפלוס ווי א בלינדער וואס זעהט נישט איין דאס מציאות, אדער ווי א זינלאזע בריאה וואס איז סאמע יעצט אראפ געפאלן פון די לבנה.

כ׳האב פאר דיר נייעס, ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט.
זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:46 pm#229249
איין זאך איז זיכער אז דער רבי דריידט זיך נישט דא אין שטיבל ממילא לאמיר גיין סאפט, לשון הרעלעך איז דא אויף יעדען. ווייסט עמיצער מה טיבו, זיין יחוס, בחורישע יארן, זיינע רביס, סאיז זיכער אז די פאקסן גנבט ער פון ערגעץ, זיין שידוך, זיינע קינדער, ווער האט אים געוואלט גרויס מאכן, וואס וויל נחום פון אים, און האט ער א פיוטשער אין בארא פארק
זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:15 pm#229253
shem-tov האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער רבי דריידט זיך נישט דא אין שטיבל ממילא לאמיר גיין סאפט, לשון הרעלעך איז דא אויף יעדען. ווייסט עמיצער מה טיבו, זיין יחוס, בחורישע יארן, זיינע רביס, סאיז זיכער אז די פאקסן גנבט ער פון ערגעץ, זיין שידוך, זיינע קינדער, ווער האט אים געוואלט גרויס מאכן, וואס וויל נחום פון אים, און האט ער א פיוטשער אין בארא פארק


אנטשולדיגט מיר זייער אויב פארשטייט איר נישט די מטרה פון קאווע שטיבל איז צו שעירן אינפארמעישן איינער מיטן צווייטן בבחינת איש את רעהו יעזרו , די פאקט איז אז קיין שום בנשק״ל אדער אדמו״ר אין די היינטיגע צייטן האבן אזויפיל מענטשען אפגעלאזט , מעהר ווי 90 פראצענט מענטשען וואס האבן זיך געדרייט דארט אין מיינע צייטן האבן אים אפגעלאזט אריינגערעכענט געטריי מענטשען פון יארן לאנג וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר אים און זיין בני בית, למשל זיין לאנג יעריגע געטרייע גבאי ר׳ בנצוין ר.

מצוה לפרסם ווער ער איז אין מיינע אויגן ועוד חזון למועד
וואס נחום וויל פון אים ? קענסט איינעם ל.ט. ? פארשטייסט נישט ? אי״ה אין די נעקסטע תגובה
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:51 am#229284
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:


מיט דעם חשבון, איז דאס גאנצע מענטשהייט (אקעי, נאר דריי פערטיל) בייפאולער.

כ׳קען אים טאקע נישט פון דער נאנענט, אבער כ׳האב יא פערזענליך געהאט מיט אים שייכות אויף עטליכע פעלער און מיין באאיינדרוק איז געווען אז ס׳איז אים נמאס די טאג טעגליכע ציבור אנגעלעגנהייטן אין וואס מ׳פרובירט אים אריין צו דרייען, און בכלל, לאכט ער (אדער עקלט זיך) פונעם ׳סיסטעם׳.

אפילו אויב ער אידענטיפיצירט זיך יא מיט א פראבלעם, קוקט ער אן די וואס רעדן זיך איין אז דער רבני׳שער קערפערשאפט פארמאגט נאך ערנסט איינפלוס ווי א בלינדער וואס זעהט נישט איין דאס מציאות, אדער ווי א זינלאזע בריאה וואס איז סאמע יעצט אראפ געפאלן פון די לבנה.

כ׳האב פאר דיר נייעס, ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט.


איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט ? ווער איז דער סיסטעם אויב נישט ער ??? ער זיצט ביי די אלע אסיפת הרבנים ! (איך האב אים אסאך מאהל באגלייט און געדרייוועט צו די מיטונגען) ער האט די power צו טוישן די סיסטעם אדער לכה״פ עס צו פארבעסערן !!! דערווייל טוט ער די פארקערטע ער איז דער וואס טוט פּראָומאָטען דעם סיסטעם און ער האט אונז געדרייט א קאפ מיט ליפא׳ס קאנצערט אין עו״ז שייטלעך און נאך און נאך שטותים מיט הבלים ! ער האט נאך גארנישט געטוהן פּראדאקטיוו פאר כלל ישראל ווען ער איז קלאָר יא איינער וואס זיצט ביים דרייווערס סיט פון כלל ישראל און ער וואלט ווען געקענט מאכן א גרויסע דיפערענס !!! אדרבא זאל איינער זאגן וואס ער האט געטוהן פאר כלל ישראל און מה טיבו?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:59 am#229285
ATUB @שבת אחים ATUB פארוואס ביסטו און אנדערע ארגינעל געווארן צוגעצויגן צו אים?
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:13 am#229288
רויטע וואנצעס האט געשריבן:@שבת אחים פארוואס ביסטו און אנדערע ארגינעל געווארן צוגעצויגן צו אים?


ער איז א מענטש וואס ציעט אנדערע פון אנפאנג טאקע ווייל ער פירט זיך אויף אנדערש ווי אנדערע רבנים, ער איז down to earth און ער עסט פונעם שמארגעס באורד וכודמה און ער שטעלט זיך אהער כאילו ער איז דיינס א איבערגעגעבנע מענטש ... און ער מאכט א גיטע רושם פון אנפאנג
ער קען זיין א געשמאקער שמועסער און פארברענגען מיט דיר ווי א חבר ... ס'נעמט צייט ביז מ'כאפט זיך מיט וועם מ'האט ליידער דא צו טוהן...
מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:18 am#229289
און שטייצעך ער איז פאָרט א גרויסע תלמיד חכם! דאס האט אסאך אויסגעמאכט ביי מיר
אבער א מנהיג ישראל ? ניין !
וואס איז אמת איז אמת!!! איך נעם דעס נישט צו פון אים!
פרייטאג מאי 22, 2015 12:25 pm#277976
I feel bad for you שבת אחים that you somehow seem to have such a bad experience with him, but I can tell you that last year i was in contact with him almost on a daily basis due to a problem that has befallen a friend of mine and I must tell you I was highly impressed by his keen understanding of the situation and by the time and effort he put on to helping my friend, that's besides the fact that here in Boro Park he's one of the only rabbanim that will take on some really entangled cases where others wouldn't dare touch it......... and I've heard from countless Rosh Yeshivas and menhalim that he is the only one that is busy the first two weeks of each zman making sure that every bucher or child had a yeshiva...........and that's besides the fact that he is a real gaon and masmid that is known to learn throughout the night each and every night (i was told that in the summer months when he is in Israel you can watch at kotel.com and you can see him at the kosel each and every night learning throughout the whole night).
פרייטאג מאי 22, 2015 4:38 pm#278023
Interested האט געשריבן:I feel bad for you שבת אחים that you somehow seem to have such a bad experience with him, but I can tell you that last year i was in contact with him almost on a daily basis due to a problem that has befallen a friend of mine and I must tell you I was highly impressed by his keen understanding of the situation and by the time and effort he put on to helping my friend, that's besides the fact that here in Boro Park he's one of the only rabbanim that will take on some really entangled cases where others wouldn't dare touch it......... and I've heard from countless Rosh Yeshivas and menhalim that he is the only one that is busy the first two weeks of each zman making sure that every bucher or child had a yeshiva...........and that's besides the fact that he is a real gaon and masmid that is known to learn throughout the night each and every night (i was told that in the summer months when he is in Israel you can watch at kotel.com and you can see him at the kosel each and every night learning throughout the whole night).


און פארוואס העלפט ער נישט זיינע אייגענע מענטשן ???? איך קען אייך געבן 50 נעמען אן קיין גוזמא פון זיינע גאר נאנטע מענטשען וואס ער האט זיי נישט געהאלפן אריינגערעכענט זיין יעצטיגע גבאי ש.ק. וואס איז א בלוטיגע ארעמאן.. ס׳קען זיין אז ער האט געהאלפן דיין חבר ווייל ער האט זייטיגע חשבונות ,

ער איז טאקע א תלמוד חכם אבער ער האט אסאך פארדרייטע שיטות און ער איז מחמיר אויף אסאך זאכן וואס רוב דיינים וואלטן מקיל געוועהן למשל בירט קאנטראל אפילו אין שווערע אומשטענדן

אויב דאס איז אונזער פני הדור דעמאלסט דארפן זיך די כלבים גארנישט שעמען ...

אי״ה נאך יו״ט וועל איך שרייבן אפאר שיינע מעשיות וואס כ׳האב פערזעליך מיטגעהאלטן וויאזוי ער האט אריינגעלייגט מענטשן אין דער ערד אריין , למשל ער געמאכט אז זיינס א געוועזנע חסיד ר׳ הערשי אב. א טאטע פון א שטוב מיט קינדער און אייניקלעך זאל גיין זיצן פאר א האלבע יאהר וואס מ׳האט ווען געקענט פארמיידן ווייל דער ״גרויסער צדיק״ האט אים שלעכט גע׳עצהט און ס׳איז אים אזוי בעסער אויסגעקומען ...

ע״פּ הלכה מעג מען אים ערלעדיגן יום כיפור שחל ליהות בשבת ...

גבאים איר קענט מעקן אבער איך וועל נאך אלץ בלייבן גערעכט...
פרייטאג מאי 22, 2015 4:43 pm#278024
איז אמת וואס איך הער אז ער לאזט טרינקען וואסער אין ניו יארק סיטי אן א פילטער? איי געס נישט אלעמאל איז ער א מחמיר.
פרייטאג מאי 22, 2015 4:46 pm#278025
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז אמת וואס איך הער אז ער לאזט טרינקען וואסער אין ניו יארק סיטי אן א פילטער? איי געס נישט אלעמאל איז ער א מחמיר.

בשעתו האט מען געשמועסט אז ער איז יא מחמיר
פרייטאג מאי 22, 2015 4:50 pm#278027
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז אמת וואס איך הער אז ער לאזט טרינקען וואסער אין ניו יארק סיטי אן א פילטער? איי געס נישט אלעמאל איז ער א מחמיר.

רויטע וואמצעס: איך וואלט נישט געקטרונקען נ.י. סיטי וואסער אן א פילטער אפילו ווען ער רעדט מיר איין אז ס'איז א מצות עשה דאורייתא. ווייל די שמוץ און ווערעם וואס מיין פילטער זאפט איין איז שרעקליך. איי געסס די ווערעם גייען נאר צו די רשעים'ס פייפס. אבער נישט צו די צדיקים, וועלכע זענען כולו קודש, ווי ער...!
פרייטאג מאי 22, 2015 4:51 pm#278028
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איז אמת וואס איך הער אז ער לאזט טרינקען וואסער אין ניו יארק סיטי אן א פילטער? איי געס נישט אלעמאל איז ער א מחמיר.


יא אויפן פילטער איז ער א מקיל , אבער שייטלעך האלט ער ס׳איז עבודה זרה :? ,

אויף בירט קאנטראל טראכט איך (בדרך אפשר) אז אלע רבנים זענען מחמיר ווייל סובקאַנטשעסלי האבן זיי מורא די פּערענטשע פרייטיג צונאכטס וועט זיין האלב ליידיג :lol:
דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:48 am#424291
אויסשטעל און פלענער פון בית המדרש החדש קאסוב אין בארא פארק. הערליך נאכגעמאכט די אלטע וויזניצער שול אין שטאט וויזניץ-רומעניע

איי געיס די ״רויטע-רבי" האט יא אביסל טעיסט ווען סקומט צו זיינע זאכן....

בילד

בילד

בילד
דינסטאג פעברואר 12, 2019 10:08 am#424292
אויף 55 סטריט?
דינסטאג פעברואר 12, 2019 11:36 am#424301
דערווייל איז עס נאר א פלאן...א
דינסטאג פעברואר 12, 2019 1:59 pm#424314
שבת אחים האט געשריבן:די פאקט איז אז קיין שום בנשק״ל אדער אדמו״ר אין די היינטיגע צייטן האבן אזויפיל מענטשען אפגעלאזט , מעהר ווי 90 פראצענט מענטשען וואס האבן זיך געדרייט דארט אין מיינע צייטן האבן אים אפגעלאזט אריינגערעכענט געטריי מענטשען פון יארן לאנג וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר אים און זיין בני בית

איך ווייס נישט דיין פערזענליכע ערפארונג מיט אים, אבער די מעשה מיט די 90 פראצענט מענטשן האט מיט דעם נישט קיין שייכות. מענטשן קומען און גייען אזויווי אין יעדע אנדערע פלאץ, אבער די מעשה פון וואס דו רעדסט איז געווען אן איינמאליגע געשעעניש, וואו די גרויסע מאכערס האבן אין א זייט געלייגט די קלענערע מאכערס. איז אנשטאט זיצן פון הינטן עסן קוגל, זענען זיי געגאנגען צו א פלאץ וואו זיי קענען ווייטער זיין מאכערס.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 3:35 am#424355
אבי גערעדט אין דער וועלט אריין. איך קען דיר אויסרעכענען 300 מענטשען וואס איך קען פערזענליך וואס זענען געוועהן פון זיינע הייסטע חסידים און שטיצער און זיי האבן אים גענצליך אפגעלאזט. אין וויזניץ סיי בני ברק, סיי מאנסי, סיי סערעט צוזאמען, זייט זיי שטייען האבן נישט אפגעלאזט קיין דריי הונדערט מענטשן (חוץ אפשר ביי די מרידה אין שיכון ויזניץ אין די בראשית יארן, וואס דארט איז עס געוועהן וועגן אידעאלאגיע. וויזניץ האט לכתחילה געדארפט צו זיין א מוסד ווי מ'רעדט נאר אידיש און נישט עברית און ווען די מחותנס'טע פון דאלינע- ר׳ מוישעלע'ס רביצין האט אנגעפאנגען צו פארדרייען די יוצרות און האט מחליט געוועהן אז וויזניץ גייט זיין א מאדערענע חסידות האבן די פרומע קנאים זיך גענומען שפרינגען און צום סוף האבן א קליינע טייל אפגעלאזט וויזניץ גענצליך). אדרבה, ביטע רעכן מיר אויס וועלכע חסידות האט אין א קורצע צייט זיך אדורכגעדרייט אזויפיל מענטשן? יעדער פאר א אנדערע סיבה. פוסטע מעשיות! אבי גערעדט!

למשל מיין חבר. איינער פון זיינע חסידים וואס איז געוועהן א סערעט-וויזניצער און ער מיט זיין גאנצע משפחה האבן זיך אסאך געדרייט דארט און פלעגן קומען יעדע וואך צו זיינע טישן. דער אינגערמאן מיט א שטוב פון קינדער האט געעפענט א געשעפט אין בארא פארק און ער האט נישט געהאט דאס גאנצע געלט צו אינוועסטירן, ער האט זיך שטארק געמוטשעט, ער איז אריין צום קאסובער און בתוך הדברים האט ער אים פארציילט אז א עפעס א אנדערע וויזניצער/קאסובער אינגערמאן וואס האט אפאר טאללער האט אים געאפפערט צו בארגן 40,000 פאר צוויי יאהר, אבער מיט דעם אלעמען פעלט אים נאך אלץ געלט. דער קאסובער איז נאכדעם געגעאנגען צו יענע אינגערמאן אונטער זיין רוקן און אים געזאגט בהאי לישנא "בארג אים נישט קיין געלט, ער גייט דיר קיינמאל נישט באצאלן", און מ'רעדט דא פון א רייכע איד וואס איז גערן וויליג געוועהן צו בארגן פאר יענעם געלט און ארויסהעלפן. זיי זענען געוועהן זייער נאנט איינעם מיטן צווייטן. און ס'וואלט אים ניטאמאל געקראצט די פערציג אלפים...

איך האב געהערט די מעשה פון ביידע, סיי דער אינגערמאן וואס האט געפענט די געשעפט און סיי די אינגערמאן וואס האט אים געוואלט בארגן דאס געלט. יענער זאגט מיר אז ער איז געוועהן שאקירט ווען די קאסוב'ער האט אים געזאגט בארג נישט דאס געלט ווייל פאר זיין אייגענע זוהן (דעם רבי'נס זוהן) וואס האט ליידער בא'גנב'עט אסאך מענטשן און נישט באצאלט קיינעם האט ער אים יא געבעטן צו בארגן געלט, משא"כ יענע אינגערמאן וואס איז געוועהן א ערליכער און געארבעט שווער פאר פרנסה האט ער אים סתם אזוי בארעדט פאר גארנישט און פאר נישט.

ער איז א קוריאוזער משוגענער...

ביידע פון זיי דרייען זיך מעהר נישט דארט היינטיגע צייטן... ער דארף א גוטער איינשפריץ. ער איז א שלעכטער מענטש, פשוט און גראד, א גרויסע כפוי טובה אויך. און זיין ווייב נאך אסאך ערגער... איך האב אים האלבוועגס מוחל געוועהן וואס ער האט געטוהן פאר מיר. אבער פאקט בלייבט פאקט. ער וואלט געקענט זיין א וועלטס רבי, ער איז א גאון, מתמיד, א גרויסע יחסן, (ער מיט זיין יונגערע ברודער זענען ממש די איינציגסטע פארבליבענע קאסובער אייניקלעך פונעם לעצטן קאסובער רבי, חוץ דעם איז ער א אייניקל פונעם זאלישטיקער רבי דער אהבת ישראל'ס ברודער, זיין זיידע און באבע זענען געוועהן קאזינ'ס, אלזא איז ער א דאפעלטע קאסובער אייניקל) אבער למעשה פעלט עפעס אין זיין פיפטע חלק... מעהר ווי עפעס. איך קען דיר פארציילן נאך אסאך מעשיות. מיין טאטע איז עלטער פון אים, און האט אים געשטיצט און אים געגעבן געלט פאר א שיינע פאר יאהר, גערופן צו זיינע שמחות, מיין טאטע האט אים גערופן אויפן טעלעפאן וועגן מיר, און נאך פאר מיין טאטע האט אנגעהויבן צו רעדן האט ער זיך גענומען מאכן יאמערליכע קולת אויף אים ווי א צודרייטער ממש.

וועלכע חסידות האבן אזויפיל מענטשן געמאכט א יו-טורן אין אזא קורצע צייט? יעדער פאר א אנדערע סיבה??? וועלכע? ביטע זאג מיר...

עני וועי. איך האב א טעיפ ווי ער אליינס איז זיך מודה אז ער האט מיך שלעכט באהאנדלט און איז געגאנגען אקעגן די תורה, קעגן א קלארע הלכה, ביי מיין פרשה. איך האב אים געזאגט איך גיי נישט ארויס פון דא ביז דו ביסט מיר מסביר וואס דא איז פארגעקומען... האט ער געזאגט ער האט מורא פון קאורט און ער מישט זיך נישט אריין. אזוי? כ'האב געמיינט ולא תגורו מפני איש? יא יא... זאגט ער נא וואס זאל איך יעצט טוהן? זאג איך אים זיי זיך מודה אז דו ביסט א שטיק דרעק. דעטס אלל! ער האט מיך קודם איגנארירט. ער האט אריינגענומען אנדערע מענטשן אבער איך בין געבליבן אין צימער און גערעדט אין פראנט פון די אנדערע מענטשן. אפילו זיין ווייב איז אינמיטן אראפגעקומען און געהערט ווי איך שייגעץ אים אויס. ער האט געזעהן אז ער קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט מיר, איך מיין עס ערנסט. כ'האב אים געזאגט קענסט רופן די פאליציי שומרים, וועם דו ווילסט, איך גיי נישט ארויס פון דא פאר דו ביסט מיר מסביר פארוואס דו האסט דעס געטוהן, אדער זיי זיך כאטש מודה אז דו ביסט געגעאנגען קעגן די תורה. בעט כאטש יענעם איבער, זאג האסט געמאכט א טעות וכדומה. כ'האב אים געפרעגט ר' מאטעלע וואלט אמאל געטוהן אזא זאך? דער אמרי חיים, דער אהבת ישראל וואלט געטוהן אזא זאך? וואו האסטו זיך דאס אויסגעלערנט? איך האב פארלאנגט אז ער זאל רופן איבערבעטן מיין טאטן. ער האט מיר צוגעזאגט אז ער גייט אים רופן און פארשטייט זיך ער האט אים קיינמאל נישט גערופן... אלעס איז דא אויפן טעיפ. אפשר אין די טאג ווען ער גייט מאכן דעם גרויסארטיגן חנוכת הבית פאר זיין נייע שוהל וועל איך מיך שטעלן מיט א טראק פארנט פון זיין נייע שול מיט גרויסע ספיקערס און שפילן דעם טעיפ. כ'האב אפאר גוטע רעקארדינגס פון אים...
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:59 am#424364
נאכאמאל, כ'בין נישט געקומען אדורכטון דיין פערזענליכע געפעכט מיט אים, יתכן אז ער האט דיך טאקע בא'עול'ט. כ'האב נאר געזאגט אז רוב וועלכע האבן אפגעלאזט זענען אוועק ווען מ'האט פרובירט מאכן אביסל סדר, און זיי האבן געהאלטן אז מ'האט זיך נישט גענוג גערעכנט מיט זיי, נישט ווייל זיי זענען פערזענליך אנגעגעסן.

ער איז א קוריאזע מענטש? גוט מארגן אמעריקע. משוגע? קען זיין אין דיין וועלט וואו יעדער וואס געפעלט דיר נישט הייסט משוגע.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 12:00 pm#424365
שבת אחים: איך קען פערזענליך עטליכע מענטשן וועם ער האט געהאלפן. און ער האלט זיי נאכאלץ. איך דארף ב"ה נישט אנקומען צו זיין טעראפי. אבער פאר ווער ס'דארף, איז ער זייער גוט...!

צי איך האלט פון איהם?. ס'ווענדט זיך. זיכער האט ער מאדנע שטיק. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיינע מעלות..!
מיטוואך פעברואר 13, 2019 12:38 pm#424367
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך קען פערזענליך עטליכע מענטשן וועם ער האט געהאלפן. און ער האלט זיי נאכאלץ. איך דארף ב"ה נישט אנקומען צו זיין טעראפי. אבער פאר ווער ס'דארף, איז ער זייער גוט...!

צי איך האלט פון איהם?. ס'ווענדט זיך. זיכער האט ער מאדנע שטיק. אבער דאס נעמט נישט אוועק פון זיינע מעלות..!


איך קען א דאקטאר וואס האט געהאלפן אפאר מענטשען און געהארגט אסאך מענטשען... וואלסט געגעאנגען צו אזא דאקטער? איך נישט!

איך קען דיר אויסרעכענען אן א שיעור מענטשען וועמען ער האט במזיד געהארגט... נישט נאר מיר. נאר ער האט אנגעמאכט מחלוקות אין משפחות און געהארגעט אסאך מענטשן. איך קען איינער וואס איז געגעאנגען זיצן וועגן אים.

איך בין נישט מייעץ קיינעם זאל איבערטרעטן זיין שוועל...
נעקסט קעיס.
מיטוואך פעברואר 13, 2019 10:56 pm#424424
שבת אחים: איך פארשטיי דיך 100%. איך דארף נאר טשעקן אויב וו.ג. און ה. ס. זענען נאך מיט איהם...! אויב יא. איז ער או.קעי...!

דו דארפסט פארשטיין ווען א מענטש האט א דורכפאל, רח"ל. איז ער זייער שטארק צובראכן. און ווען איינער רעדט א גוט ווארט צו איהם און איז איהם מקרב. האט דאס א גרויס חשיבות...!
מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:07 pm#424427
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך פארשטיי דיך 100%. איך דארף נאר טשעקן אויב וו.ג. און ה. ס. זענען נאך מיט איהם...! אויב יא. איז ער או.קעי...!

דו דארפסט פארשטיין ווען א מענטש האט א דורכפאל, רח"ל. איז ער זייער שטארק צובראכן. און ווען איינער רעדט א גוט ווארט צו איהם און איז איהם מקרב. האט דאס א גרויס חשיבות...!


וואלף און הערש? כמיין אז נישט. ביידע זענען שוין לאנג נישט דארטן. עכ״פ זיכער נישט ווי די אלטע צייטן ווען זיי פלעגן זיצן דארטן טאג און נאכט. דאכצעך אז ה.ס. איז שוין לאנג צוקריגט מיט קאסוב.