berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: דו מאכסט מיך א סאך מאל זיך גוט אונטערשמייכלען פון דיינע סימפליסטיק קאמענטארן. און וויאזוי דו זעהסט די וועלט. סאו, דו זאגסט אז די מוסלמענישע עקסטרעמיזם און מאסן רציחות וואס זיי באגייען זענען גאנץ נארמאלע ערשיינונגען. וואס ס'וועט זיך (אי"ה) כ'האב געוואלט שרייבן אי"ה , נאר ס'גייט נישט. לאמיר פרובירן...אינש'אללה...אט דאס גייט שוין בעסער.--- אויסארבעטן און די מוסלמענער וועללן ווערן ציוויליזירטע מענטשן מיט א יעדן צו גלייך...אויף דעם האביך 2 קשיות. די ערשטע קשיא איז. אז אין די תורה שטייט אויף ישמעאל..."והוא יהיה פרא אדם. ידו בכל, ויד כל בו"...אוקעי. די תורה איז אלט, ארכאאיש און אנאכראניסטיש. (טאמער ווייסטו נאכנישט וואס די ווערטער מיינען. ווייל אין וויזניצער חעידער האט מען דאס נישט געלערנט, קען איך עס דיר מפרש זיין.)...נו, וויאזוי קען זיין אנדערש. די 2'טע קשיא איז. אז אין די אלע הונדערטער יארן פון זייער היסטאריע זענען די מוסולמענר געווען פארהעלטניסמעסיג ציוויליזירט. עכ"פ. נישט אזעלכע גרויסע רוצחים און מאסן מערדערס ווי זיי זענען היינט. אפילו זייערע עלטערן. די וועלכע האבן אימיגרירט פון פאקיסטאן און אנדערע מדינות קיין ענגלאנד און אמעריקע, האבן זיך געטרייט אריין צו ארבעטן אין די אלגעמיינע סאסייעטי. און זיי האבן געשיקט זייערע קינדער צו ווערן דאקטוירים, לאיערס און ענדזשיניערס. דאס מוסולמענער ראדיקאליזם איז נאר אן ערשיינונג פון די לעצטע דרייסיג יאר...!
אמת, די מוסלימענער זענען געפארן שטארק רעכטס אין די לעצטע דרייסיג-פופציג יאהר, פארקערט בימים ההם זענען די אראבער געוועהן זייער inventive און פארגעשריטן און זיי זענען געוועהן פון די ערשטע מאטימטאקער, זיי זענען אויפגעקומען מיט אלג׳ברא און מעהר. מיינט נאכנישט אז אלע פון זיי זענען געוועהן נארמאלע פארגעשריטענע מענטשען און זיי האבן זיך נישט גערצחט איינער מיטן צווייטן, למעשה מיט דעם אלעמען וואס זיי זענען געוועהן פארגעשריטן פאר יענע צייטן זענען די אראבער געוועהן גרויסע רוצחים אויב סהאט אויסגעפעלט און געדינט זייערע צוועקן.
מיין פוינט האסטו ווי געווענטליך נישט פארשטאנען, דו האסט געשריבן אז די נוצרים זענען א רעליגע פון רחמנות און דו האסט זיך באצויגן צו די באוויסטע מימרא פון יאשקע-Turn the other cheek, און דו לאכסט זיי אויס אז זיי פראקטצירן נישט וואס זיי פרעדיגן והא ראי׳ אז אין די מיטעל-אלטער האט די אינקוואזיצע געהארגט אידן אין נאמען פון יאשקע- אויף דעם בין איך מודה אז איר זענט גערעכט אבער למען האמת האבן אלע רעליגיעס אריינגערעכענט אידן געהארגט און געפלינדערט אין נאמען פון גאט, יעדער אין אנדערע עראס און דורות, די נוצרים זענען נישט די איינציגסטע רעליגע וואס פארקויפט כאילו זיי זענען איידלע וואוילע מענשטען און דערווייל זענען זיי חיות-
אלע רעליגיעס האבן געטוהן און טוהן נאך היינט די זעלבע! זיי זאגן איין זאך און ווען ס׳קומט זיי גיט אויס האבן זיי טויזענט תירוצים פארוואס יענעמס בלוט ווערט פלוצלינג הפקר. די חיות אין די ווילדערנעס הארגענען אויך אויס אנדערע גרופעס- נישט נאר פאר עסען, צום ביישפיל שימפאנזיע מאנקיס רצח׳נן זיך איין גרופע מיטן צווייטן. מענטשען זענען אבער קלוגער, מיר האבן דיוועלפעט א וועג וואס הייסט ׳דיפלאמסי׳ אונז קענען אראפזעצן ביי איין טיש צוויי גרופעס/שבטים/דינאמאנציעס און דורכרעדן ווי נארמאלע מענטשען וויאזוי מ׳קען פארהאנדלן אז ביידע זייטן זאלן זיין צופרידן אן קיין בייז בלוט און מלחמות, אדער לכה״פ גיין אין די דירעקציע- דעס איז סאיז נאך פארהאנען היינטיגע צייטן די אלטמאדישע ׳טויט-שארף׳ און אפהאקן קעפ וכודומה אין די אראבישע לענדער (און אין אמעריקע, ליידער!) פאר פשוטע נערישע רעליגעזע צוועקן אט דאס איז די גרעסטע ראי׳ אז זיי זענען ווייט פון ציווילזירטע מענטשען, למעשה זענען מיר סעמי-ציוויליזרטע הומאנס מיט בעסבול-קעפ׳ס און אויטמאטישע וואפן, גרויסע חלקים פון די מאפע אויף דער וועלט -גאנצע לענדער איז נאכאלץ צוריקגעשטאנען און די מענטשען לעבן ווי חיות אין א זשונגעל, צוריקגעשטאנענע מענשטען וואס זענען נישט עדיוקעטעט וועלן אייביג אנקוקן אנדערע מענשטען/גרופעס וואס זענען פונקט נישט צאמגעשטעלט מיט די זעלבע די ען עי ווי זיי און האבן אנדערע זשענעטיקס אין אויסזעה ווי זיי, וועלן זיי אנקוקן די מענטשען מיט חשדות אלץ א פאטענציעלע טרעד און א סכנה פאר זייער עקזיסטענס,זיי האבן גאר א קליינע פראבלעם צו הארגענען אנדערע פאר נישטיקייטן און רעליגעזע איינרעדענישן, קולטוראל עוואלציע און ציוויליזציע נעמט אסאך צייט און דורות ביז רוב מענטשען ווערן ׳ציוויליזרטע מענטשען׳ וואס פארשטיין אז אלע הומאנס וואלטן געקענט לעבן אין הארמאניע און אין קאו עקזיסטענץ. למעשה האבן אונז מענטשען נאכאלץ די חיה׳ישע אינסטינקט פון הארגענען אדער ווערן געהארגעט, די פן ירבה ונוסף גם על שונאני איז נאכאלץ אין אונזער קאנטשעס און סוב-קאנטשעס-דאס האב איך געמיינט מיט מיין פריערדיגע תגובה. ווער ספארשטייט נישט זאל אריינפרעגן, ווער סהאלט אנדערש זאל מיך אפפרעגן, אדרבה.