Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
23 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #742
זונטאג יוני 03, 2012 1:30 pm#15632
יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער
אנומעלט זעה איך א בילד אין איינע פון די צייטונגען ווי "הרב יוסץ פרץ הלוי ביללער פארקויפט זיינע קונטריסים אין שול" דאס מאל איז עס נישט די אלעמען באקאנטע יפה בעתו אויף וואס אונז (30 יעריגע רעינדזש אינגעלייט) האבן געהאט די זכיה אויפצואוואקסן, היינט פארקויפט ער עפעס א ביכל מיט אן אנדערען נאמען כ'געדענק נישט די נאמען.

איך זאג "געהאט די זכיה אויפצואוואקסן" איך מיין עס מיט אן אמת ווייל ליידער די היינטיגע בחורים וואקסן אויף מיט אנדערע סארט לייען מאטריאל וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל נישט דאס איז מיין ציהל דא.

דער בילד האט מיר דערמאנט ימים מקדם ווי ר' יוסף פרץ זיצט זיך ביי זיין טישל מיט זיין אייגענארטיגן חן אין ראדני שול און פארקויפט זיינע יפה בעתו'ס יאר נאך יאר חודש נאך חודש, א קונטרס וואס ווען ער זאל עס היינט אראפלייגן אויף די טישן אין שול פאר יעדן אהיימצונעמען בחינם, ווייס איך נישט וויפיל אידן וואלטן עס אפילו אויפגעהויבן צו געבן א בליק דערין... (ווייל היינט איז דאס דאך זייער צורישעשטאנען).== און איך מיט מיין קינדישן מוח פלעג שטיין אין דער זייט און באטראכטן דעם מאדנעם הויכן פארשוין וואס ווייסט אלעס ... אלע סודות זענען פאר אים אפען פונקטליך יעדענ'ס בהמה/חי'ס נאטור, וויאזוי די לאקאמאטיוון פלעגן פארן אויף הייסע פארע, וויאזוי צו מאכן א טעלעפאן (אן אינטערנעט) פון 2 פלעסטיק קאפס מיט א שיך בענדל, איטערעסאנטע היסטארישע קאפיטלען קורות עם ישראל, און וואס נישט ?

אין ישיבה קטנה פלעג איך אריינסניקען א יפה בעתו אינעם גמרא אריין און דער מגיד שיעור האט זיך איינגערעדט אז מ'קוקט אריין אין גמרא דערווייל האט מען געטון אן עבירה נעמליך מ'האט געלייענט נפלאות הבורא, מ'האט געלייענט פארוואס דער עלעפאנט האט אזא ריזיגען נאז, מ'האט געלייענט א לאנגע אידישע מעשה וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן מוסר השכל און אריינגעלייגט יראת שמים. -- דאס זענען געווען די ביטול תורה'ס פון די פיעוטים בחורים אין אונזערע צייטן.

היינט מיין איך וואלטן די מחנכים זיך געוואונטשען צו קענען מאכן א שיעור פאר בחורים אין ... "יפה בעתו" אויב זאלן נאר די בחורים אוועקווארפן אלע אנדערע אבאמא ביל געיטס לייען מאטעריאל!

עד היום ווייס איך נישט ווער עס איז דער האלי-מען הרב יוסף פרץ הלוי ביללער.
זונטאג יוני 03, 2012 1:37 pm#15636
היינט הייסט עס "דבר בעתו"
זונטאג יוני 03, 2012 1:46 pm#15640
שמואל הלוי האט געשריבן:היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו
זונטאג יוני 03, 2012 1:48 pm#15641
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו

"מעלות" פלגעט עס נוצן פאר זייער עדיטאריעל.
זונטאג יוני 03, 2012 1:56 pm#15645
איך האב געלייענט אסאך פון זיינע זאכן און סע גאנץ פיינע סחורה, טאקע נישט אזוי גוט ווי די שטערן וואס שרייבט סאך קלארער א זאך אבער די שטערן האט נישט קיין נפלאות הבורא. (פארוואס טאקע נישט?)

וועלעכע יארן האט ער ארויסגעגעבן די יפה בעתו און פארוואס האט ער געטוישט די נאמען?
זונטאג יוני 03, 2012 1:59 pm#15647
די ערשטע יפה בעתו איז ארויס לאור עולם חנוכה תש"נ.
זונטאג יוני 03, 2012 2:05 pm#15649
. האט געשריבן:"דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב
וואס?
זונטאג יוני 03, 2012 2:05 pm#15650
געהערט האב איך לעצטענס אז ער שרייבט/רעדאגירט די קינדער אפטיילונג אינעם איד.
זונטאג יוני 03, 2012 2:09 pm#15651
. האט געשריבן:הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".
שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.
זונטאג יוני 03, 2012 2:09 pm#15652
אוי מעמאריעס מעמאריעס..
אגב, פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן אזא דבר בעתו אין ביהמ"ד (כ'ווייס נישט צו עמיצער האט עס דארט איבערגעלאזט צו פארלוירן) אין דער הויפט ארטיקל איז געווען דער טיטאניק. (כ'שמייכל מיך אזוי אונטער ווען איך שרייב הויפט, ווייל קיין אנדער ארטיקל אחוץ דעם איז נישטא אין דעם 48 זייטיגער אויסגאבע) בקיצור, איך האב מיך אזוי אינטערגעשמייכלט זעענדיג דעם דעקל, טראכטענדיג צו מיר, וואס קען מיר שוין דער עלטערער הרב ביללער אויסלערנען איבער דעם טיטאניק, כ'האב שוין געליינט צענדליגער ארטיקלען אין אידיש אין ענגליש, דאס איז חוץ די דאקומענטארן וואס איך האב שוין געזען דערפון, אבער אז ס'איז בחנם האב איך עס אהיימגענומען, אין וואס זאל איך אייך זאגן? כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון, א שאד אז ס'איז אזוי אומפראפעסיאנאל, פיהל מיט טעותים, אבער כ'האב אסאך נייע ידיעות ארויסגעלערנט.
זונטאג יוני 03, 2012 2:20 pm#15653
ער איז געווען מסתמא דער ערשטער היימישער איד צו נוצן אינטערנעט פאר אינפארמאציע.... אין די אנהייב פלעגט ער נאך זיצן אין לייבערעריס אין דורכלייענען גאנצעטע ביכער אבער אין די הויעכע נון'ס האט ער אנגעהויבן נוצן די אינטערנעט פאר זיינע ארטיקלן.
זונטאג יוני 03, 2012 2:34 pm#15659
אפשר האט ער אויפגעהערט לעצטנס. אין די יפה בעתו יארן ווייס איך פאר א פאקט אז ער פלעגט נוצן די אינטערנעט.
זונטאג יוני 03, 2012 3:45 pm#15679
איך האב יעדן אייציגן נומער פון דעם יפה בעתו אינדערהיים, מיינע קינדער האבן זיך גאנץ גוט מחי' געווען דערמיט, און ביים אהייב פלעג איך קויפן פון אים דעם דבר בעט"ו אויך, פשוט ווייל איך האב אים געוואלט שטיצן, א איד וואס מוטשעט זיך מיט פרנסה. אבער למעשה האבן עס מיינע קינדער נישט ליב. זיי וועלן ענדערש איבערליינען אן אלטע יפה ווי א נייע קאלירטע דבר. האב איך עס אויפגעהערט צו קויפן.
זונטאג יוני 03, 2012 6:19 pm#15756
יא איך האב 2 בענדער ארויסגעקומען ניסן תשנ"ו
זונטאג יוני 03, 2012 6:36 pm#15762
איך אויך פארמאג כמעט אלע 100 יפה בעתו'ס אינדערהיים. צומאל ווען ס'ווערט מיר שוין נמאס פון וויקיפעדיע געב איך א מיש אויף אן אלטע יפה בעתו, און איך נעם זיך ליינען א ראנדאם ארטקיל... אה, נאסטאלגישע זכרונות וואס דאס ברענגט מיר...
מאנטאג יוני 04, 2012 3:04 pm#15959
ידען האט געשריבן:
. האט געשריבן:הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".
שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.
דער 'בליץ' טוט גענוי דאס זעלבע, ער נעמנט טעמעס וואס דער שטערן/שפאקטיוו האט שוין געשריבען אין דערמאנט אין מאכט חזרה.
מאנטאג יוני 04, 2012 3:59 pm#15970
זכרונות זכרונות.. און ווער רעדט נאך פון די מיוחד לימי הקיץ אויסגאבעס,
אסאך זאכן וואס איך ווייס היינט פאר א פאקט האב איך אויפגעפיקט פון די יפה בעטו
מאנטאג יוני 04, 2012 5:28 pm#15979
ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.
מאנטאג יוני 04, 2012 5:32 pm#15980
איז דא ערגעץ אנליין ווי מען קען ליינען די אלטע יפה בעתו'ס?
מאנטאג יוני 04, 2012 7:26 pm#16009
געפילטע פיש האט געשריבן:ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

שששש... באלד וועט מען נאך זאגן אז די יפה בעתו האט גורם געווען צו אלע א-פ-ד'ס (אראפ-פון-דרך).
מאנטאג יוני 04, 2012 7:37 pm#16015
יידל האט געשריבן:

סוי פאר, לעסט טיים איי טשעקט בין איך נאך אויפן דרך... :roll:
מאנטאג יוני 04, 2012 8:01 pm#16021
געפילטע פיש האט געשריבן:

סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.
מאנטאג יוני 04, 2012 11:48 pm#16041
יידל האט געשריבן:סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.

ווער ווייסט וואס דאס וועט מיר נאך גורם זיין? אל תאמין בעצמך עד...