Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » PAL - Plaza Auto Leasing

PAL - Plaza Auto Leasing

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7423
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:08 pm#229954
PAL - Plaza Auto Leasing
היות כ'טראכט פון ליעסן א נייעם קאר בקרוב, און כ'קוק מיר אזוי אום אויף די פרייזן. איך זעה אז כסדר האט די PAL שטוינענדע ביליגע פרייזן (אדווערטייזט אין כמעט אלע נוזפעיפערס ביים היימישם ציבור), אבער כפי השמועה גייט עפעס פאר ביהיינד-די-סיענס, ד.ה. אז עס איז ביליגער צוליב א סיבה, אבער כ'ווייס נישט וואס דער ענין איז,

אלזא כ'העט געקענט באשטיין צו הערן אביסל אינפארמאציע פון חברים וועלכע האבן שוין גענומען ביי זיי, און הערן זייער עקספיריענס לטוב או לרע.
א דאנק
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:30 pm#229957
פשוט די פרייזן וואס דו זעסט איז נישט וואס דו צאלסט למעשה, מיט פשטלך פון ריעבעטס און דארפסט צאלן טעקס אויפן ריבעיט..
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:54 pm#229964
אויך שרייבן זיי קיינמאל נישט די טעקס
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:03 pm#229967
זייער אסאך מאל זענען די פרייזן נאר גילטיג אלס "לאיעלטי". ד"ה אז ווען דו קומסט אראפ צו זיי אין אפיס, זאגן זיי די פרייז איז נאר אויב דו האסט ביז יעצט געהאט א ליעס, פון די זעלבע קאמפאני וואס דו גייסט נעמען.
מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:34 pm#230008
מיין עקספיריענס איז, אויב ווילסט די ביליגסטע פרייז דאן ריף אפאר לאקאל דילערס אין זעה די פרייז דערנאך גיי צי דיין דילער אין פארלאנג די ביליגסטע קוואט. אויב איינע קען דיר געבן די קאר פאר 350 קען דיין חבר אויך.
איך געדענק אפאר יאר ציריק האבען לאקעל דילערס גענימען די ביליגסטע סיעענע אין אליין געלייגט לעדערנע סיטס אין gps ממילא איז עס געוועהן אזוי ווי א fully loaded אבער אסאך ביליגער ווי די געהעריגע fully loaded.
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:12 am#230015
זיי זענען זייער גוט. דער בעל הבית ר״יושע גרינבוים איז זייער א פיינע מענטש גענימען א קאר פון איהם און זייער הנאה געהאט
ביידיוועי האב איך זייער ליב זיינע עדס. פונקט יעצט געזעיהן זייער עד און די כולל עצי חיים לוח
וואס זאל איך עינק זאגן כגיי פאר זיינע עדס
דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:25 am#230016
רוב ליסינג פלעצער זענען סוף פסוק די זעלבע געלט. איינער שמירט עס ארויף אין פארעם פון טעקס, איינער ביי די וואראנטי וכדומה.
דער איינציגסטע חילוק איז, אז PAL שטופט אסאך מער קארס ממילא קען ער זיך ערלויבן ארויפצולייגן א קלענערע מארק אפ אויף יעדע קאר, דערפאר קען ער זיין ביליגער.

ביי ליעס ריטוירנס קען ער זיין היבש ביליגער צוליב זייער שותפות אין די אויטא דילערשיפ אויפן גאס.

איך האב גענומען דארט, נאכן גיין שאפינג, איך בין געווען זייער צופרידן