Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #743
זונטאג יוני 03, 2012 1:55 pm#15644
היסטארישער "טראנזיט" פון פלאנעט ווענוס - נוגה
דעם קומענדיגן דינסטאג, יוני 5, גייט פארקומען א היסטארישע געשעעניש, ווען דער פלאנעט ווענוס, באקאנט אלץ נוגה, וועט דורכפארן צווישן דער ערד און דער זון. די טראנזיטן פון ווענוס גייען אין פּאָרן אפגעטיילט אכט יאר אינצווישן, און דערנאך א הפסק פון 121.5 אדער 105.5 יאר ביז דעם קומענדיגן טראנזיט.
דער יעצטיגער טראנזיט איז דער צווייטער פון דעם לעצטן פּאָר, נאך דעם פריערדיגן טראנזיט וואס איז פארגעקומען אין יוני 2004. דער קומענדיגער טראנזיט וועט פארקומען דעצעמבער 2117, אין 105.5 יאר ארום.
לויט נאסא, וועט מען קענען זען דעם טראנזיט אין ניו-יארק 47 סעקונדעס נאך 6:03 אוונט.

בילד
דער טראנזיט פון 2004.

א שיינער איבערבליק איבער דער געשעעניש. חלק א:


חלק ב:
זונטאג יוני 03, 2012 4:10 pm#15687
דער גאנצער פראגרעס פונעם "טראנזיט אוו ווענוס" וועט נעמען 6 שעה און 40 מינוט, אין ניו יארק וועט מען עס קענען זען בלויז פאר קנאפע 2 שטונדן, - עס הויבט זיך אן דינסטאג 6:04 שפעט נאכמיטאג לאקאלע צייט [איסטערן דעילייט טיים], מען וועט עס קענען זען ביז די זון גייט אונטער – דער טראנזיט וועט ווייטער זיין אין פראגרעס, ווערנדיג געזען אין אנדערע טיילן פון די וועלט ווי מער צו מערב מען געפונט זיך וועט מען עס קענען זען מער, - עס וועט אנהאלטן ביז נאך האלבע נאכט ניו יארקער זייגער - אין אויסטראליע, אפריקע, אייראפע און אזיע וועט שוין דאן זיין מיטוואך, און אין רוב טיילן פון די וועלט (אויסער כמעט גאנץ דרום אמעריקע), וועט מען קענען זען כאטש טייל פון דעם טראנזיט.
מען דארף נאר האפן אז עס זאל דאן נישט זיין פארוואלקענט.
ווי פארשטענדליך טאר מען נישט בשו"א קוקן אויף די זון מיטן בלויזן אויג, אפילו מיט שטארקע זון גלעזער אדער פארשווארצטע גלאז, א פארטונקלטע פלאסטיק! די אומזעהבארע אינפרא-רעד שטראלן קענען ח"ו אויסברענען דעם "רעטינא" [אינעווינגסטע טייל פון שווארץ-אפעל] פון אויג, עס איז ווייט נישט קיין וויץ!
מען מעג קוקן דערויף בלויז מיט ספעציעל דעזיינטע גלעזער, אדער דורך א "פינהאול", ד.מ. מען מאכט א קליינעם לאך אין גרויס פון איינס ביז צוויי מילימעטער אין דיאמעטער די גרויס, אין א פאפענדעקל באקס, שטעלנדיג עס גענוי קעגן דעם angle פון די זון, און מען לאזט די זון דורכשיינען דעם לאך אויף א גלאטע זאך, צ.ב.ש. א הארטע ווייסע פאפיר, אויף די זעלבע Angle, דאס וועט "פראדזשעקטן" א גענויעם בילד פון די זון, און איר קענט באטראכטן דעם טראנזיט אויפן ווייסן פאפיר!.
זונטאג יוני 03, 2012 5:51 pm#15729
שלום עליכם הצלחה, און א דאנק פאר דיין שיינע הוספה.
מאנטאג יוני 04, 2012 1:23 am#15891
ירמיהו בראון, וועלכער גיט ארויס א בוך אויף דער אידישער רעאקציע צו קאפערניקוס און האט געשריבן אן ארומנעמענדיגן מאמר אויף דעם ענין אין דעם "תורה ומדע" זשורנאל, שרייבט איבער דריי אידישע מקורות וועלכע שמועסן איבער דעם ווענוס טראנזיט. דער "ספר הברית" פון רבי פנחס אליהו מווילנא, "כוכבא דשביט" פון חיים זעליג סלאנימסקי (עורך פון "הצפירה"), און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.
מאנטאג יוני 04, 2012 5:13 pm#15977
יאנקל האט געשריבן: און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.
מאנטאג יוני 04, 2012 7:14 pm#16007
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן: און "נברשת לנץ החמה בציון" פון ר' חייא דוד הלוי שפיטצער פון ירושלים.

ווער איז דער בעל מחבר? ס'דאך ממש אומגלויבליך צו לייענען וואס ער שרייבט.

איך האב אויך זיך נישט געגלייבט. כ'מיין, אפצושטופן דברי חכמי הטבע ווייל אין חז"ל שטייט פארקערט כבר שמענו, אבער ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל קען עס נישט זיין אין אמת, דאס איז דאך עפעס אווילדע בייפאל. וכי נאמר אז עלעקטריציטעט איז א דמיון נאר ווייל עס ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? צו וועלן מיר מוזן אוועקמאכן איינשטיינ'ס טעאריע אדעק קוואנטום פיזיקס אדער גראוויטי אדער סיי וואס ווייל ס'ווערט נישט דערמאנט אין חז"ל? אתמהה!
מאנטאג יוני 04, 2012 7:44 pm#16019
דאס וואס ער שרייבט אז די חכמי הטבע האנן אן אגענדע חוזק צו מאכן פון תורת משה און חכמי ישראל איז נאך דא היינט וואס האלטן אזוי.
בילד
דינסטאג יוני 05, 2012 4:52 pm#16270
די גרויסע געשעעניש איז ווייניגער ווי אנדערטהאלבען שעה אוועק. אין נוא יארק איז פארוואלקענט. איך האב מורא אז מ'גייט נישט קענען זעהן. ווי קען מען מיטהאלטן לייוו? און ווער ס'האט פיקטשערס פון אנדערע מקומות אין די וועלט, ביטע דא ארויפשטעלן.
דינסטאג יוני 05, 2012 5:22 pm#16282
לייגט ארויף אן עפפ אויף אייער סמארט פאון וואס וועט אייך העלפן נאכפאלגן ווענוס.
m http://www.latimes.com/business/technol ... 1115.story m
דינסטאג יוני 05, 2012 5:31 pm#16284
דינסטאג יוני 05, 2012 5:49 pm#16290
ראשעקאל האט געשריבן:די גרויסע געשעעניש איז ווייניגער ווי אנדערטהאלבען שעה אוועק. אין נוא יארק איז פארוואלקענט. איך האב מורא אז מ'גייט נישט קענען זעהן. ווי קען מען מיטהאלטן לייוו? און ווער ס'האט פיקטשערס פון אנדערע מקומות אין די וועלט, ביטע דא ארויפשטעלן.


ראשעקאל, קומט אהער דא צו מיר, דא איז זייער שיין די וועטער, די זון שיינט און מיר ערווארטן דעם גרויסן געשעעניש מיט גרויס ענטוזיאזם.
דינסטאג יוני 05, 2012 6:07 pm#16293
ווי ביסטו?? וויי געוואלד, דא איז ביג טיים פארוואלקענט
דינסטאג יוני 05, 2012 6:16 pm#16294
כהאלט מיט אויף נאסא לייוו.
ווינוס קריכט אריין.
דינסטאג יוני 05, 2012 6:22 pm#16299
זי לאט זיך זען
דינסטאג יוני 05, 2012 6:32 pm#16303
אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
venus.PNG
venus.PNG (91.07 KiB) געזען געווארן 2610 מאל
דינסטאג יוני 05, 2012 6:49 pm#16305
יידל האט געשריבן:אזוי זעט עס אויס פון ניו יארק:
venus.PNG

איך ווייס נישט ווי אין ניו יארק דו ביסט, אבער ביי מיר זעהט עס אויס אזוי.
בילד
דינסטאג יוני 05, 2012 8:57 pm#16329
א מין חוצפה דער וואלקענעס היינט! איך גלייב שוין גארנישט אז ס'איז געווען עפעס מיט נוגה... ס'געווען גוט פארוואלקענט און געהערט האט מען אז נוגה איז געפארן אונטער די וואלקענעס! ווער האט דיר פארציילט? אפשר נישט? א מין בראך!
דינסטאג יוני 05, 2012 9:02 pm#16331
מענטשן פארזאמעלט אין לאס אנדזשעלעס צו זען די טרענזיט